Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד
איך וועל דיר נישט מודה זיין.יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 23, 2023 2:27 pmיעדער וועט דיר מודה זיין אז זאל דער רבי האבן איבערגלאזט א זוהן, אן אייניקל, אן איידעם אפילו א נעפיו, וואלט מען איהם אויפגענומען אלץ רבין, די אלע פשט'לעך און מושגים איז ווייל ליידער איז נישט פאראן א נאנטער יורשטשאלמיקא האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 23, 2023 1:17 pmחב"ד וועט ווארשיינדליך נישט האבן מער רביים.דרייקאפ האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 23, 2023 1:08 pmאיך פארשטיי און חסידות ווי איך בין אויפגעוואקסען איז די רבי זי"ע אויך נישט געווען קיין פארטי לידער אבער דאך האבן די עלטערע חסידים פארשטאנען אז פאר די יוגענט מוז מען נעמען איינער פון מלוכה דינעסטיע אלס ממלא מקום כאטש מען וואלט פונקט אזוי געקנט נעמען איינער וואז איז אסאך מער חשובער און געלונגענער פון די יעצטיגע רבי און נישט פון די מלוכה דינעסטיעטשאלמיקא האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 23, 2023 12:50 pmדרייקאפ האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 23, 2023 10:57 amפארוואס טאקע האב נישט אויפגענימען א רבי פאר ממלא מקום א אייניקעל פון די רש"ב אדער מהר"ש אזוי ווי און א אלע אנדערע חסידות? הגם איך פארשטיי די פילינגס פון יעדע חבד'סקע חסיד אז דעם רעבי'ן רמ"ש זי"ע קען קיינער נישט ממלא זיין, אבעק דאך זאל זיין א איש על העדה אזוי אנדערע חסידות, למשל ווי איך בין א חסיד (איך שרייב נישט ווי) האלט מען אויך אז די רבי ז"ל פון די חסידות קען מען נישט ממלא זיין אבער דאך האבן די תלמידי רביה"ק זי"ע געהאלטען אז מען מוז האבן א פירער וואס זאל צוזאם האלטען די קהלה (און ענגליש וואלט מען עס געריפען א פארטי לידער) און פארשטייט זיך אז יעדע זאך בעניני רוחניות ווערט דורך גערעדט מיט די ערענסטע רבני הקהלה, איך מיין אז עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען חב"ד ליבאוויטש נעמט אויף א איש על העדה א שניאורסאהן א אייניקעל פון אדמור"י חב"ד אלס איש על העדה און פארשטייט זיך אז יעדער זאך בעניני הכלל ועניני רוחניות וועט ער זיך דורך רעדן מין די גרויסע רבני ומשפיעי חב"ד,
איך מיין אז די רבי די צמח צדק איז אויך אויפגענימען געווארן 20 יאר נאך די מיטעלע רבי'ס פטירה
פרעגסט זייער גוט אויב חב"ד וואלט געווען א חסידות ווי אלע אנדערע.
די דארפסט פארשטיין אז א רבי און חב"ד איז נישט געווען א פארטי לידער
@zugurnish וועט ער אפשר קענען מסביר זיין
שטעלט דיר פאר ליבאוויטש נעמט אויף יעצט א אייניקעל א שניאורסאן אלס רבי/רב ווי שיין וואלט עס געווען ווען אלע חסידים קומען צופארן אויף יו"ט סוכות צום רבין הגם וואס קיין איין ליבאוויטשער חסיד וואלט עכט נישט געהאלטען פון אים אבער דאך.... כאטש ווי א פארטיי לידער, יעדער חבד'סקער וואלט געהאט זיין אייגענע משפיע וואס ער איז מיט די משפיע מקושר, סוכ"ס די יונווארט דארף א רבי'ן,
איך פארשטיי וועסט מיר זאגען חבד איז אנדשט ווי אלע אנדערע חסידות עס איז געבויט מיט א מהלך אז מען דארף נישט קיין רבין דעס איז נישט אמת והא ראייה ליבאוויטש האט געהאט 7 דורות רבי'ס
און ברסלב אה"נ איז אוועגעשטעלט די חסידות שוין פאר דורות פון נאך רבי נחמן זי"ע אן קיין רבי ווייל דארט האלט מען פון צדיק ואין כאן המקום להאריך
@zugurnish איך מיין סאיז צייט אנצודרייען אז חבד זאל אויפנעמען א רבין די יונווארג דארף עס
וויבאלט די מושג פון האבן א רבי איז נישט (נאר) פאר פארטי פֶערפעס
ס'איז מער געבויט אויף ראש בני ישראל/ראשי אלפי ישראל און נאך שווערע מושגים וואס קיינער איז נישט היינט שייך צו דעם