עס ליגט מיר עפעס אין קאפ א תרגום יונתן אז מרים האט נישט זוכה געווען אריינצוגיין קיין א"י ווייל זי האט גערעדט לשה"ר, און וויפיל כזיך עס קען איך עס נישט טרעפן, ווייסט איינער א מראה מקום דערפאר?
קלמן יאסעלעהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:20 am
עס ליגט מיר עפעס אין קאפ א תרגום יונתן אז מרים האט נישט זוכה געווען אריינצוגיין קיין א"י ווייל זי האט גערעדט לשה"ר, און וויפיל כזיך עס קען איך עס נישט טרעפן, ווייסט איינער א מראה מקום דערפאר?
דריידלהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:34 am
קלמן יאסעלעהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:20 am
עס ליגט מיר עפעס אין קאפ א תרגום יונתן אז מרים האט נישט זוכה געווען אריינצוגיין קיין א"י ווייל זי האט גערעדט לשה"ר, און וויפיל כזיך עס קען איך עס נישט טרעפן, ווייסט איינער א מראה מקום דערפאר?
איך האב עס געזען נאכברענגען אין א ספר אן קיין מקור, קען טאקע זיין אז ס'האט נישט קיין מקור אבער קען זיין אז יא!
פארוואס זאלט איהר נישט מגלה זיין וועלכע ספר? אפשר איז דאס בכלל נאר פון א היינטיגע מגיד/משפיע וכדומה, וואס ער האט אפילו נישט אליין געדרוקט וכו'
ווייל על הצד אז דאס האט נישט קיין מקור איז מעגליך אסור צו מגלה זיין די נאמען פונעם ספר.
Screenshot 2024-09-15 120618.jpg קצת סמך נאר אז דו זאלסט מעגן מגלה זיין די נאמען פון די ספר
לכאורה שטאמט דאס פונעם מאמר חז"ל (ברכות מב) תכף לתלמיד חכם ברכה, און רש"י דארט אויפן פלאץ זאגט: תכף: המקריבו אליו ומארחו בביתו.
נ.ב. עס איז דא א בריוו פון רבי שרגא כהנא ז"ל אב"ד ראסנאוויץ (נפטר בשנת תרע"ט), ווי ער שרייבט וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע (רבי יוסף אלימלך אב"ד זשאראני), וואס האט געהערט פון זיין טאטע (אב"ד ראזנאוויץ) אזוי אב ובנו, אז דער ראפשיצער רב איז געווען אמאל ביים יארצייט פון רבי ר' מענדעלע, און ער האט דארט געזאגט אזוי: איך האב נישט מורא פונעם גיהנום, נאר אז מזאל מיר נישט זעצן אין גן עדן נעבן א טיפש. האט רבי שמעון יערוסלובער געזאגט: איך שווער אז א טיפש וועט אין גן עדן נישט אנקומען.