ווירדזשיניע גאווערנאר פארמעסט רוזעלטאטן - ג' תולדות תשפ"ב
די הויפט פארמעסט איז די גאווערנער פארמעסט, ווי געוועזענע ווירדזשיניע גאווערנאר טערי מעקאליף (ד) לויפט אקעגן גלען יאנגקין (ר).
אזוי אויך וועלן פארקומען וואלן פאר ווירדזשיניע אטערני דזשענעראל, און לויטענענט גאווערנער.
די פארמעסט ווערט שטארק נאכגעפאלגט זייענדיג די ערשטע אפציעלע שטארקע פארמעסט ציווישן די דעמאקראטן און רעפובליקאנער נאך די היציגע 2020 וואלן.
די פארמעסט קוקט אויס לויט די אנקעטעס ווי א טאס אפ/לין דעמאקראט פארמעסט, ווי מעקאליף לויפט פאראויס אין די אנקעטעס אבער מיט א לייכטע פארנעם.