א ווארט אויף די פרשה
ובזה החלי
ווען דער הייליגער צאנזער רב איז געווען א קינד האט אים דער ברוך טעם געפרעגט, ווער זענען געווען די עדים ביי אדם הראשון'ס קידושין?
האט ער גע'ענטפערט אויפן פלאץ. "באמת לערנט מען ארויס עידים ביי קידושין פון דיני ממונות" נאר פארוואס ארבעט נישט קיין הודאת בע"ד אזויווי ביי ממון?! נאר ווייל ביי געלט איז ער נאר זיך מחייב משא"כ ביי קידושין איז ער מחייב א צווייטן (ווייל ער אסרט איר אויף יעדן)
אבער אדם איז נאכנישט געווען וועם צו אסרן, ממילא האט געהאלפן הודאת בעל דין