עס שטייט אין די גמרא מס' מכות. הני בבלאי טיפשאי, דקיימי מקמי ספר תורה ולא מקיימי קמא גברי רבה, דאילו בספר תורה כתיב ארבעים יכנו ואתו חכמים ונטלו אחת.
פארוואס ברענגט די גמרא נישט קיין ראי' פון שבת וואס דארט זעען מיר אויך אז די חכמים האבן אראפגענומען איינס, אין די תורה שטייט אז סאיז דא פערציג מלאכות און די חכמים האבן אונז געלערנט נאר ניין און דרייסיג
נאר ווען איינער נעמט אראפ איין מלאכה פון די תורה, דארף ער טאקע זיין א תלמיד חכם, אבער ער ווערט נאכנישט אנגערופן א גברא רבה. אבער אזא איינער וואס נעמט אוועק "איין" פאטש פאר א איד.... אזא איינער באקומט דעם טיטל גברא רבה

א כתיבה וחתימה טובה
א גוט שבת
ווי שטייט אז עס איז דא פערציג מלאכות?
האב איך טאקע געזעהן די ווארט און א ליקוט ספר און דארט זאגט ער פון ספירה און די חכמים האבן געזאגט נאר 49.
אתם נצבים היום לפני ה אלוקיכם מלמד שכנסם משה ביום מיתתו (רש"י)
פארוואס האט משה רבינו טאקע אנגעווארנט די אידן נישט צו דינען ע"ז דייקא אין טאג וואס ער איז אוועק?
עס שטייט אין רמב"ן אין פרשת בראשית. פארוואס שטייט נישט ביי די צווייטע טאג כי טוב? זאגט ער צוויי טעמים. דאס ערשטע איז, ווייל אין דעם טאג איז באשאפן געווארן די וואסער, און משה רבינו איז געשלאגן געווארן וועגן די מי מריבה. אדער. ווייל אין די טאג זענען באשאפן געווארן די מלאכים, און כדי מען זאל חלילה נישט זאגן, שותף הי' במעשה בראשית, שטייט נישט כי טוב.
זאגט דער עיר דוד זייער שיין. ווילאנג משה רבינו האט געלעבט, איז דאך נישט שייך געווען די ערשטע טעם אז משה רבינו איז געשלאגן דורך די וואסער, האט יעדער געוויסט אז עס שטייט נישט כי טוב די צווייטע טאג, ווייל די מלאכים זענען דעמאלטס באשאפן געווארן, און עס איז נישט דא קיין צוויי רשיות. משא"כ יעצט, ווען משה רבינו גייט ארויף אין עולם העליון, קען מען זאגן אז דאס וואס עס שטייט נישט כי טוב איז, ווייל די וואסער איז דאן באשאפן געווארן און דורכדעם איז משה רבינו נפטר געווארן, איז פון וואו וועט מען וויסן אז מ'טאר נישט דינען ע"ז בשיתוף? פארדעם האט משה רבינו דוקא יעצט עקסטער אנגעווארנט דערוועגן
זאלן מיר אלע זוכה זיין צום תחל שנה וברכותי בביאגוצ בבא