Re: א ווארט אויף די פרשה
יישר כח
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
פארגעסן צו שרייבן יישר כח זייער שייןאן אייניקל האט געשריבן:פרשת ויראויאמר ה'... אל נא תעבור מעל עבדיך
מכאן שגדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה (מדרש)
מיר ווייסן אז קבלת אורחים איז גרעסער ווי מקבל זיין פני השכינה, פון אברהם אבינו. אבער פון ווי האט אברהם געוויסט אז אויפנעמען געסט איז גרעסער? אפשר איז מקבל זיין די שכינה גרעסער, און ער האט נישט געמעגט אוועקגיין?
נאר מיר זעען אנפאנג סדרה אין רש''י אז דער בוכ''ע האט ארויסגענומען די זון פון איר האלטער כדי נישט מטריח זיין אברהם אבינו מיט געסט.
פון דעם האט אברהם פארשטאנען, אז מקבל זיין געסט קומט קודם. ווייל אויב איז קבלת פני השכינה גרעסער, וואלט גענוג געווען א דער באשעפער קומט אראפ צו אים, און ער וועט נישט דארפן אויפנעמען די געסט, ווייל די שכינה איז דאך דא. און עכ''ז האט דער באשעפער ארויסגענומען די זון, איז א סימן אז "גדולה הנסת אורחים"
למועד אשוב אליך ולשרה בן
א גוט שבת
זייער שיין יישר כחאן אייניקל האט געשריבן:פרשת חיי שרה
בכסף מלא יתננה לי בתוככם לאחוזת קבר
פארוואס האט אברהם אבינו געזאגט דעם ווארט "בתוככם". עס איז גענוג ווען ער זאגט יתננה לי לאחוזת קבר?
אברהם אבינו האט געוויסט דעם גרויסקייט פון דעם פלאץ, אז עס איז נעבן דעם גן עדן, און דארט ליגן אדם מיט חוה, און די ריכטיגע ווערט פון דעם פלאץ איז נישט מעגליך צו באצאלן. נו אויב אזוי, וויאזוי האט אברהם אבינו געזאגט אז ער וויל באצאלן בכסף מלא?
נאר, זאגט דער הייליגער ישמח משה. טאקע דאס האט אברהם מדייק געווען ער האט געבעטן "בכסף מלא יתננה לי" איך וויל באצאלן וויפיל עס איז ווערט. אבער די ריכטיגע שוויות קען מען דאך נישט באצאלן, ממילא זאג איך נאר, "בתוככם" וואס איר פארשטייט אז דאס איז ווערט, דאס וויל איך באצאלן
וה' ברך את אברהם בכל
א פרייליכן שבת
ער פרובירט שוין אפאר וואכן און קען זיך נישט ארויסזען פון 999מומחה יוחס האט געשריבן:וואס איז געשעהן מיט נייניקל?
זייער שיין! שכחראובן איש מהעם האט געשריבן:געזען א גוט ווארט, (פארשטופט אין א ספר), ברענג איך עס, די עולם זאל הנאה האבען...
ישר כח זייער שיין.ראובן איש מהעם האט געשריבן:געזען א גוט ווארט, (פארשטופט אין א ספר), ברענג איך עס, די עולם זאל הנאה האבען...
שבת, חודש , ומילה...איפה פייביש האט געשריבן:איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!
ישר כח, עס איז נישט שבת, און איך זוך עפעס א ווארט נישט סתם די ווערטער....ראובן איש מהעם האט געשריבן:שבת, חודש , ומילה...איפה פייביש האט געשריבן:איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!
כ'האב פארשטאנען, און געמיינט צו זאגען אז ס'איז דא אסאך ווערטער אויף דעם...איפה פייביש האט געשריבן:ישר כח, עס איז נישט שבת, און איך זוך עפעס א ווארט נישט סתם די ווערטער....ראובן איש מהעם האט געשריבן:שבת, חודש , ומילה...איפה פייביש האט געשריבן:איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!