א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!

.

אן אייניקל האט געשריבן:
פרשת וירא
ויאמר ה'... אל נא תעבור מעל עבדיך

מכאן שגדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה (מדרש)

מיר ווייסן אז קבלת אורחים איז גרעסער ווי מקבל זיין פני השכינה, פון אברהם אבינו. אבער פון ווי האט אברהם געוויסט אז אויפנעמען געסט איז גרעסער? אפשר איז מקבל זיין די שכינה גרעסער, און ער האט נישט געמעגט אוועקגיין?

נאר מיר זעען אנפאנג סדרה אין רש''י אז דער בוכ''ע האט ארויסגענומען די זון פון איר האלטער כדי נישט מטריח זיין אברהם אבינו מיט געסט.
פון דעם האט אברהם פארשטאנען, אז מקבל זיין געסט קומט קודם. ווייל אויב איז קבלת פני השכינה גרעסער, וואלט גענוג געווען א דער באשעפער קומט אראפ צו אים, און ער וועט נישט דארפן אויפנעמען די געסט, ווייל די שכינה איז דאך דא. און עכ''ז האט דער באשעפער ארויסגענומען די זון, איז א סימן אז "גדולה הנסת אורחים"

למועד אשוב אליך ולשרה בן

א גוט שבת
פארגעסן צו שרייבן יישר כח זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אן אייניקל האט געשריבן:
פרשת חיי שרה

בכסף מלא יתננה לי בתוככם לאחוזת קבר

פארוואס האט אברהם אבינו געזאגט דעם ווארט "בתוככם". עס איז גענוג ווען ער זאגט יתננה לי לאחוזת קבר?

אברהם אבינו האט געוויסט דעם גרויסקייט פון דעם פלאץ, אז עס איז נעבן דעם גן עדן, און דארט ליגן אדם מיט חוה, און די ריכטיגע ווערט פון דעם פלאץ איז נישט מעגליך צו באצאלן. נו אויב אזוי, וויאזוי האט אברהם אבינו געזאגט אז ער וויל באצאלן בכסף מלא?

נאר, זאגט דער הייליגער ישמח משה. טאקע דאס האט אברהם מדייק געווען ער האט געבעטן "בכסף מלא יתננה לי" איך וויל באצאלן וויפיל עס איז ווערט. אבער די ריכטיגע שוויות קען מען דאך נישט באצאלן, ממילא זאג איך נאר, "בתוככם" וואס איר פארשטייט אז דאס איז ווערט, דאס וויל איך באצאלן

וה' ברך את אברהם בכל
א פרייליכן שבת
זייער שיין יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואס איז געשעהן מיט נייניקל?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:
וואס איז געשעהן מיט נייניקל?
ער פרובירט שוין אפאר וואכן און קען זיך נישט ארויסזען פון 999
אלנפאלס. ייש"כ פארן זיך באדאנקען
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין! שכח

גיט שבת
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

געזען א גוט ווארט, (פארשטופט אין א ספר), ברענג איך עס, די עולם זאל הנאה האבען...
image (5) (1).png
image (5) (1).png (171.06 KiB) געזען 1072 מאל
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ראובן איש מהעם האט געשריבן:
געזען א גוט ווארט, (פארשטופט אין א ספר), ברענג איך עס, די עולם זאל הנאה האבען...
image (5) (1).png
זייער שיין! שכח
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

ראובן איש מהעם האט געשריבן:
געזען א גוט ווארט, (פארשטופט אין א ספר), ברענג איך עס, די עולם זאל הנאה האבען...
image (5) (1).png
ישר כח זייער שיין.
וואס איז געשעהן מיטן אייניקל? גארנישט געברענגט די וואך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לעצטע וואך איז גארנישט געוועהן קיין ווארט אויף די פרשה
זעה אז דער וואך זאל יא זיין...

דער עולם ווארט אויף דעם
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

היות איך דארף היינט גרויסע זכותים, וויל איך מהנה זיין די אידן וואס קוקן דא מיט א שיין שטיקל "אגרא דכלה" די וואכעדיגע פרשה והיה זה שכרי.
אטעטשמענטס
אגרא.png
אגרא.png (17 KiB) געזען 977 מאל
זה הקטן גדול יהי'
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

איפה פייביש האט געשריבן:
איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!
שבת, חודש , ומילה...
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ראובן איש מהעם האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:
איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!
שבת, חודש , ומילה...
ישר כח, עס איז נישט שבת, און איך זוך עפעס א ווארט נישט סתם די ווערטער....
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

איפה פייביש האט געשריבן:
ראובן איש מהעם האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:
איך זוך א גוט ווארט וואס איז משלף חנוכה מיט א ברית מילה, אויב איינער קען צוצייכענען. ישר כח!
שבת, חודש , ומילה...
ישר כח, עס איז נישט שבת, און איך זוך עפעס א ווארט נישט סתם די ווערטער....
כ'האב פארשטאנען, און געמיינט צו זאגען אז ס'איז דא אסאך ווערטער אויף דעם...
אז כ'וועל עפעס טרעפען וועל איך ארויפלייגען בל"נ.
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שטיל דא.....

נייניקל וועק זיך אויף פליז
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מיר ווארטן מיט שפאנונג

וואס גייט דא פאר.... די חברה זענען צו שטיל

גייסט ווייטער אן מיט דער געשמאקע ווערטער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פרשת משפטים
שטייט אין פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ברענגט רש"י א מימרא פון ר׳ עקיבא (עירובין נד:) אמר לו הקדוש ברוך הוא למשה, לא תעלה על דעתך לומר וכו׳ לכך נאמר: אשר תשים לפניהם - כשלחן הערוך וגו׳ .

די גמרא און פסחים (כב:) זאגט: שמעון העמסוני, ואמרי לה נחמיה העמסוני, היה דורש כל 'אתים' שבתורה. כיון שהגיע לאת ה' אלקיך תירא - פירש. אמרו לו תלמידיו: רבי, כל אתים שדרשת מה תהא עליהן? - אמר להם: כשם שקבלתי שכר על הדרישה, כך אני מקבל שכר על הפרישה. עד שבא רבי עקיבא ודרש: את ה' אלקיך תירא - לרבות תלמידי חכמים .

דארף מען פארשטיין 1. פארוואס ביי די פסוק פון ואהבת את ה׳ אלוקיך האט ער נישט פורש געווען? 2. פארוואס קען ער נישט זאגן ווי ר׳ עקיבא לרבות תלמידי חכמים?

נאר די גמרא און סנהדרין (ז:) זאגט: ואלה המשפטים אשר תשים – אשר תלמדם מיבעי ליה! – אמר רבי ירמיה ואיתימא רבי חייא בר אבא: אלו כלי הדיינין. רב הונא, כי הוה נפק לדינא אמר הכי: אפיקו לי מאני חנותאי: מקל ורצועה, ושופרא וסנדלא, ואצוה את שפטיכם בעת ההיא – אמר רבי יוחנן: כנגד מקל ורצועה תהא זריז . - אז אין בי"ד איז געווען אויסגעשטעלט די כלי הדיינים - די כלים וואס מ׳האט גענוצט צו שטראפן די וואס זענען געווען חייב.

קען מען זאגן אז ביי די פסוק ואהבת את ה׳ אלוקיך האט שמעון העמסוני אויך געלערנט אז עס קומט לרבות תלמידי חכמים אבער ביי יראה האט ער געהאלטן אז עס פעלט נישט אויס א לימוד, ווייל ער לערנט ווי די גמרא אין סנהדרין אז ואלה המשפטים אשר תשים קומט צו לערנען אז די כלי הדיינים זענען געווען אויסגעשטעלט אין בי"ד און דאס האט שוין געברענגט א יראה, פארדעם האט ער פורש געווען.

אבער ר׳ עקיבא וואס ער לערנט אז ואלה המשפטים אשר תשים קומט צו לערנען אז די דינים דארפן געגעבן ווערן כשלחן ערוך, ער דארף יא ציקומען צי די לימוד פון את ה׳ אלוקיך תירא - לרבות תלמידי חכמים.
פרדס יוסף בשם לחמי תודה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין
יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פרשת תרומה

שפעט אבער צו שיין צו פארפאסן

שטייט אין מדרש ויקחו לי תרומה שנתן ה׳ את ארץ ישראל תרומה לישראל מכל העולם, אז די אייבישטער האט געגעבן פאר כלל ישראל דאס לאנד ארץ ישראל אלץ תרומה פון די גאנצע וועלט.
דארף מען פארשטיין פשט.

די גמרא אין פסחים (צד:) זאגט אז די וועלט איז גרויס 6,000 פרסה ביי 6,000 פרסה. קומט אויס אז די וועלט איז 36,000,000 (36 מיליאן) סקווע"ר פרסה.

תוספות דארט זאגט אז די וועלט איז א דריטעל וואסער, א דריטעל מדבר און א דריטעל באוואוינט.

קומט אויס אז 12,000,000 (12 מיליאן) סקווע"ר פרסה איז באוואוינט.

די שיעור תרומה פאר אן עין בינונית איז איינס פון פיפציג (2%), קומט אויס אז 240,000 סקווע"ר פרסה איז תרומה פון די וועלט.

ארץ ישראל איז 400 פרסה אויף 400 פרסה, דעיס איז 160,000 סקווע"ר פרסה.

אונז ווייסן אז די חלק ארץ ישראל וואס די אייבישטער האט געגעבן פאר די יוצא מצרים איז נאר די חלק פון די ז׳ עמים, די אנדערע 3 עמים איז געבליבן ביי עשו - ביז משיח קומט. יעקב איז געווען די בכור האט ער באקומען פי שנים און עשו האט באקומען איין חלק.

אויב יעקב׳ס צוויי חלקים איז 160,000 קומט אויס אז עשו׳ס חלק איז 80,000, צוזאמען איז עס 240,000 (אז מ׳צו טיילט 240,000 אין 3, איז 2 חלקים פאר יעקב - 160,000 און 1 חלק פאר עשו - 80,000)

קומט אויס אז גאנץ ארץ ישראל (240,000) איז איינס פון פופציק פון די גאנצע וועלט (12,000,000)

די אוסטרובצא גאון
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פרשת תצוה

והאבנים תהיין על שמת בני ישראל

די גמרא אין יומא (עג:) כיצד נעשית? רבי יוחנן אומר בולטות ריש לקיש אומר מצטרפות. והא לא כתיב בהו צדי? אמר רב שמואל בר יצחק: אברהם יצחק ויעקב כתיב שם. והא לא כתיב טית? אמר רב אחא בר יעקב שבטי ישורון כתיב שם.

לכאורה איז שווער, פארוואס פרעגט די גמרא קודם אויף "צדיק" און נאכדעם "טית", לכאורה וואלט די גמרא געדארפט קודם פרעגן טית - וואס איז פריער אין די א"ב?

נאר ס׳דא א מדרש, א מחלוקה, עס שטייט אין פסוק "והאבנים" תהיין על שמת בני ישראל, איינער האלט אז אויף יעדע שטיין איז געשטאנען די נאמען פון די שטיין - אויף די שטיין אודם איז געשטאנען די ווארט אודם א.א.וו.) און איינער האלט אז עס איז געשטאנען די נעמען פון די אבות ווייל איך טייטש "אבנים" אב ובנים.

די גמרא האט קודם געלערנט ווי די ערשטע מאן דאמר אין די מדרש, אויב אזוי פעלט נאר די אות צדיק - ט שטייט אויף די שטיין פטדה - פארדעם פרעגט די גמרא אויף אות צדיק, ענטפערט די גמרא אז עס איז געשטאנען די נעמען פון די אבות, אזוי ווי די צווייטע מאן דאמר פון די מדרש, אויב אזוי פעלט דאך די אות טית, פרעגט יעצט די גמרא אויף די אות טית.

פרדס יוסף
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

פראבירן אויפוועקען די עולם דא...

פרשת בהעלותך

שטייט די וואך אין די פרשה די מעשה מיט'ן שליו וואס כלל ישראל האט באקומען אין מדבר.

די פסוק דערציילט 'ויקם העם כל היום ההוא וכל הלילה וכל יום המחרת ויאספו את השליו', דהיינו אז מען האט צוזאם גענומען די שליו במשך א צייטשניט פון, 'יום' 'לילה' און 'יום', דהיינו 36 שעה.

אין יעדע זאך אין די תורה איז דא רמזים מתוקים וכו',

הגאון הגדול ר' דוד אופנהייםשטעלט זיך אויף דעם פארוואס דווקא 36 שעה.

ס'איז באקאנט וואס די מדרש (בר"ר מח, י) זאגט אז אויף יעדע זאך וואס אברהם אבינו האט געטון פאר די מלאכים האט די באשעפער צוריקגעצאלט פאר זיינע קינדער.

אין ילקוט שמעוני (פר' בשלח רמז רכ"ח) שטייט נאך מער אז בזכות וואס 'אל הבקר רץ אברהם'הקב"ה הגיז לבניו את השליו אז כלל ישראל האבען באקומען די שליו בזכות אברהם אבינו'ס מעשים.

ווען די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אבינו שטייט אז ס'איז געווען 'כחום היום', אין שטייט אין מדרש אז דאס איז געווען 'באמצע היום בשעה שהצל בראש כל אדם', אין לפנות ערב זענען זיי געקומען קיין סדום, קומט אויס אז זיי זענען געווען ביי אברהם אבינו במשך 6 שעה, פון חצות ביז לפנות ערב.

די גמרא אין מס' בבא בתרא זאגט 'הנותן לעני מתברך בשש', דהיינו אז די ברכה וואס מען באקומט אויף צו געבען פאר א עני איז זעקס מאל די שכר.

קומט אויס אז היות אברהם אבינו האט געגעבען צו עסען פאר זעקס שעה האט די רבוש"ע באצאלט 6 מאל מער און כלל ישראל האט באקומען די שליו פאר א משך פון 36 שעה.

אה! מתוק מדבש!...

די ווארט האב איך געזען אין ספר יד דוד, דברי תורה פון הגאוה"ג ר' דוד אופנהיים, ס'איז דא דארט נאך הפלא'דיגע ווערטער, פון דעם גאון הגאונים.

(עי' בס' שם דוד שכ' לרמז ג"כ שיעור השליו שירד דהוא בחשבון מדוקדק ע"מ שהביא אבר"א למלאכים)

להווי ידוע: דא בשכינות ארבעט הרב @מתוק לחכי , אויף דריקען נאך כתבי יד פון דעי מחבר, וואס ליגען נאך בכת"י און נישט ארויס לאור עולם, [די כת"י איז א גרינגע און א געשמאקער כתב, און קלאר געשריבען].

טייערע יודען!!! לייגט'ס צו א פלייצע, האנט, אדער אפאר פינגער'ס, אראפצוקלאפען א בלאט צוויי אדער דריי, די זכות איז גאר גרויס, ארויסצוברענגען די שיינקייט פון אונזער תורה שיינען אויף'ן וועלט.

[אפילו איר האט נישט קיין צייט, פראבירט צו נעמען איין בלאט אדער צוויי, ס'איז א געוואלדיגע זכות]
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

פרשת בלק

ספר אור ישרים, ערך קאברין
שמעתי מאיש מהימן הר"ר נפתלי דיין ומורה צדק דפה קהלתינו אשר בדידיה הוה עובדא, שבנו העלם בן עשרה שנים הוכה פתאום במכת עורון על שתי עיניו הנקרא 'בילעמס', והתחיל לעסוק ברפואות ולא הועיל, ויסעו שניהם יחדיו הוא והעלם למרן הקדוש הנ"ל לקאברין, ובא אצלו לעת האוכל סעודת לילה (וועטשערע), ויגש לו ויספר את כל המאורע אשר משכו 'בילעמס' על עיני העלם, וכהתימו דבריו השיב: אין זה כלום, ואמר הפסוק 'ולא אבה ה' אלקיך לשמוע אל "בלעם" ויהפוך ה' וגו' את הקללה לברכה', לכו והניחו מעמל הדרך. וילכו להנפש כאשר צוה אותם, הבוקר אור והנה שבו אור עיניו כבראשונה, המה ראו כן תמהו כמה גדול כח הצדיקים, ותגזר אומר ויקם.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”