וועט פופצי לויפן פאר ראשעקאל?
אין א קורצע אנאליז וואז אונזערע דזשורנאליסטן האבן אונז אהיימגעשלעפט פונעם דזשונגל ביים ווינקל פון סמבטיון, קוקט אויס ווי אויף עפעס גרויסע זאכן גרייט מען זיך אין די פופצי העדקווארדערס. צום ערשטן מאל אין לאנגע לאקשן זעהט מען פופצי אליינס ארויסטראגן די גארבידזש, און אוןיפן טלית קטן איז ניכר אז ער האלט אינמיטן ארבעטן עבודת הפרך, אזעכע סארט ארבעט וואס ער איז נישט געוואוינט צו טון.
זעלבסשטענדיגע פארשער צייכענען דאס צו צום מצוה בו יותר מבשליחו, און דאס קען זיין א שטארקער אנדייטונג אז אט אט ווערן די שיך בענדער פארמאכט און פופצי לאזט זיך ארויס אויף א אומאפשטעלבארער געיעג וואס וועט נאר קענען געווינען!
פון די צווייטע זייט ווערט געמאלדן דורך די וויקיליקס באאמטע, אז נאכן זיך אריינגרינטעווען אין פופצי'ס ג'ימעיל אקאונט און ליינען אלע זיינע טשעטן און אימעילס קוקט גאר אויס ווי עפעס ווערט געפלאכטן אינאיינעם מיט פרישע קוגל, און די טענער דארט זענען גאר פאסיוו און געשמאק, בכלל נישט אין איינקלאנג מיט די טענער וואס הערן זיך פון יש לו מנה'ס פידל שפילנדע שלייקעס.
דאס קען מעגליך אנדייטן אויף א צוזאמארבעט צווישן פופצי און פרישע קוגל, הו קנאוס.
קומטס אריין מיט דעטאלן ווער עס ווייסט
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם