זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
זכרונות פון די פארגאנגענע יארן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
הרג''צ ר' משה בער בעק זצ״ל האט אויך געוואוינט אין טאהש ערגעץ אינמיטען די ל' יארן
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
מיט נאך פון די חבורה וואס זענען דעמאלטס אוועקגעגאנגען פון ארה"ק,פאפושקא האט געשריבן:הרג''צ ר' משה בער בעק זצ״ל האט אויך געוואוינט אין טאהש ערגעץ אינמיטען די ל' יארן
אקער ועוד
טאהשע רבי האט זיי מחזק געוועהן.
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
נאך אפאר יאר האט אים די רבי געבעטן צו גיין וואוינען אין מאנטרעאל, ווייל מאנכע פון די אידן האבן נישט אזוי ליב געהאט די פאקט אז ער רעדט אגאנצן טאג פון ציונות...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
אגב פון די שטערקסטע היסטארישקייטן פון טאהש איז אז דארטן איז באשאפן געווארן די דמות וואס יעדער האט ביי זיך אין קאפ ווען מען רעדט פון עשיו וכדומה, דורך די "א הילף פארן קינד" פון מרת אקער...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
אנטשולדיגט פארן פרעגן דא, אבער איך זיך שוין לאנג די אשכול פון הגה''צ ר'משה בער בעק זצ״ל און איך קען עס נישט טרעפן.
אויב איינער קען מיך העלפן וועל איך שטארק הנאה האבן.
אויב איינער קען מיך העלפן וועל איך שטארק הנאה האבן.
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
viewtopic.php?t=47141פאפושקא האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן פרעגן דא, אבער איך זיך שוין לאנג די אשכול פון הגה''צ ר'משה בער בעק זצ״ל און איך קען עס נישט טרעפן.
אויב איינער קען מיך העלפן וועל איך שטארק הנאה האבן.
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
א גרויסן דאנק
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
אויף איר מאן האט איר געשריבן אז ער איז געווען מחבורת ר' משה בער?הארזים האט געשריבן:אגב פון די שטערקסטע היסטארישקייטן פון טאהש איז אז דארטן איז באשאפן געווארן די דמות וואס יעדער האט ביי זיך אין קאפ ווען מען רעדט פון עשיו וכדומה, דורך די "א הילף פארן קינד" פון מרת אקער...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
נישט זיין חבורה, די חבורה וואס איז געקומען פון ארה"ק...אחר חצות האט געשריבן:אויף איר מאן האט איר געשריבן אז ער איז געווען מחבורת ר' משה בער?הארזים האט געשריבן:אגב פון די שטערקסטע היסטארישקייטן פון טאהש איז אז דארטן איז באשאפן געווארן די דמות וואס יעדער האט ביי זיך אין קאפ ווען מען רעדט פון עשיו וכדומה, דורך די "א הילף פארן קינד" פון מרת אקער...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
פארוואס זענען זיי געקומען?הארזים האט געשריבן:נישט זיין חבורה, די חבורה וואס איז געקומען פון ארה"ק...אחר חצות האט געשריבן:אויף איר מאן האט איר געשריבן אז ער איז געווען מחבורת ר' משה בער?הארזים האט געשריבן:אגב פון די שטערקסטע היסטארישקייטן פון טאהש איז אז דארטן איז באשאפן געווארן די דמות וואס יעדער האט ביי זיך אין קאפ ווען מען רעדט פון עשיו וכדומה, דורך די "א הילף פארן קינד" פון מרת אקער...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
אז מען טרייבט אנטלויפט מען, פרעג דיר נאך, דא איז נישט די פלאץ...אחר חצות האט געשריבן:פארוואס זענען זיי געקומען?הארזים האט געשריבן:נישט זיין חבורה, די חבורה וואס איז געקומען פון ארה"ק...אחר חצות האט געשריבן:אויף איר מאן האט איר געשריבן אז ער איז געווען מחבורת ר' משה בער?הארזים האט געשריבן:אגב פון די שטערקסטע היסטארישקייטן פון טאהש איז אז דארטן איז באשאפן געווארן די דמות וואס יעדער האט ביי זיך אין קאפ ווען מען רעדט פון עשיו וכדומה, דורך די "א הילף פארן קינד" פון מרת אקער...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
מרת אקערס מאן איז אויך געווען פון די אזוי גערופענע מורדים, מרת אקער ארגינעל קומט פון ארץ ישראל
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
חידוש נפלא, קיינמאל געהערט דאספאפושקא האט געשריבן:מרת אקערס מאן איז אויך געווען פון די אזוי גערופענע מורדים, מרת אקער ארגינעל קומט פון ארץ ישראל
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
לויט דיין שטוינונג קוקט אויס ווי די האסט זיך געהאט אריינגעלייגט אין מרת אקערס היסטאריע, און פארזעהן די דאזיגע שטיקל היסטאריע...
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
דברים ידועים.אחר חצות האט געשריבן:חידוש נפלא, קיינמאל געהערט דאספאפושקא האט געשריבן:מרת אקערס מאן איז אויך געווען פון די אזוי גערופענע מורדים, מרת אקער ארגינעל קומט פון ארץ ישראל
אין קרית יואל היינט זענען דא אסאך פון די משפחות. לדוגמה משפחת, פארקאש, כהן, שנעהבאלג, זאלדאן וכו'
ר' משה ברוך ווייס ע"ה (געווען א מגי"ש אין קרית יואל) איז אויכעט געווען פון זיי.
אויב האבעך נישט קיין טעות איז ר' משה בער בעק אויכעט געווען פון זיי.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
הרב ר' מנשה מאיער שליט''א אויךמסתמא האט געשריבן:דברים ידועים.אחר חצות האט געשריבן:חידוש נפלא, קיינמאל געהערט דאספאפושקא האט געשריבן:מרת אקערס מאן איז אויך געווען פון די אזוי גערופענע מורדים, מרת אקער ארגינעל קומט פון ארץ ישראל
אין קרית יואל היינט זענען דא אסאך פון די משפחות. לדוגמה משפחת, פארקאש, כהן, שנעהבאלג, זאלדאן וכו'
ר' משה ברוך ווייס ע"ה (געווען א מגי"ש אין קרית יואל) איז אויכעט געווען פון זיי.
אויב האבעך נישט קיין טעות איז ר' משה בער בעק אויכעט געווען פון זיי.
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
אבער לאמיר נישט פארגעסן, די אשכול איז געווידמעט פאר '' זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא''.
מען קען אפשר עפענען א עקסטערע ''מורדים אשכול'' (אויב עס איז נאכנישט דא)
מען קען אפשר עפענען א עקסטערע ''מורדים אשכול'' (אויב עס איז נאכנישט דא)
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
בעסער אז נישט.... עס איז אוממעגליך צו באשרייבן די מעשה פון סיי וועלכע פערספעקטיוו אן רעדן שלעכטס אויף א שיינע צאל גדולים וקדושים ושוכני עפר. נישט אלעס מוז מען דיסקאסירן.פאפושקא האט געשריבן:מען קען אפשר עפענען א עקסטערע ''מורדים אשכול'' (אויב עס איז נאכנישט דא)
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
קענדי'ס האט געשריבן:אצל הילולא של אוהח"ק תשס"א אחר סיפור באריכות הנסיעה לנירטאש וארץ הקודש בשנת תשל"א, אמר רביה"ק:
וויל איך דען דערציילן א מעשה סתם. יעצט איך בעהט דעם עולם, עס איז טייטש איך האב געבויט דאס שטעטל, ס'געווען נישט סתם עפעס א נייע זאך, איך האב דאך געוואוסט פארוואס איך טוה עס. איז פשט, דער אוהח"ק איז דאך דער גרעסטע פון די גדולי ישראל געווען.
האב איך געזאגט מ'וועט זוכן א גרויס פלאץ מ'זאל קענען זיצן און לערנען. לערנען נישט שלאפן נאר לערנען. וואס הייסט לערנען, לערנען הייסט דאווענען, טוהן מצות, אלעס הייסט לערנען.
האב איך אויסגעוועלט, נישט דא, עס איז געווען נאך ווייטער, נאך אפאר קילאמעטער. ווייטער האט זיך געמאכט דארט חלילה א צלם, אויף דעם פלאץ איז געווען א צלם, האב איך געזאגט מ'קען עס נישט אוועקשטעלן. בין איך געלאפן אהער, פון דארט בין איך געקומען אהער, מ'האט שוין אריינגעצאלט, עס האט געקאסט זעכציג טויזענט, דעמאלט איז עס געווען ביליג, דאס פלאץ האט געקאסט זעכציג טויזענט דאלאר. מ'האט צאם געשארט, מ'האט אנגעהויבן צו בויען עס האט געדויערט.
עכ"פ וויל איך זאגן, חשובע תלמידי חכמים, תלמידים. מ'עסט אביסל פלייש, אבער די פשט איז מ'לערנט דא, עס איז דעם אוהח"ק'ס, אוודאי.
ווען איך בין געפארן בין איך געפארן וועגן דא אויכעט. די עיקר איז מ'זאל קענען דא אויך זיין, לערנען, תהלים, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן.
הערט מיך אויס, איך וויל פאר ענק מאכן א פלאץ צו דינען דעם אייבערשטן, מקוה זאל זיין א מקוה תהלים זאל זיין א תהלים נישט אז מארגען אהער. אונז קען מיר נישט האבן קיין שום זאך נאר דורך דעם אייבערשטן, דער באשעפער איז דאך גוט. דער אייבערשטער קען נישט טאן נאר אז אונז טוה מיר, אז אונז האב מיר ליב דעם אייבערשטן, מיר לערנען זיין תורה אז ישיר משה ובני ישראל מ'זאגט יעדן טאג אז ישיר אוודאי איז עס אויף אייביג.
וויל איך פארדעם בעטן, זיי ווייסן דאס וואס איך האב דערציילט, זיי האבן שוין געהערט דאס די זאכן. די אייבערשטער וויל, ער האט דאס זייער ליב. דער בעל שם הקדוש האט געזאגט אז דער אייבערשטער האט די געמיינסטע איד אויף דער וועלט האט ער מער ליבער ווי א קייזער א קינד ווי ער האלט פון אים. איז דאך ערלעדיגט דער אייבערשטער האט אונז ליב, ערלעדיגט, קען מען שוין אלעס טאן, וויל איך זאגן ניין, עס איז א טעות, דער באשעפער איז נישט קיין ספק אז ער קען גארנישט טאן אויב וויל מען נישט, אויב מ'טוט נישט צוריק.
מ'איז יעצט דורך געגאנגען פארשידנס, אידן האבן דורכגעמאכט. דאס חטא (שמירת הדיבור), דאס איז די הארבסטע, פארוואס איז דאס הארבער פון אנדערע, עס איז געווען פארשידענע וואס מ'האט מיטגעמאכט, ווייל דאס מויל איז נישט הייליג דאס מויל פון מענטש איז נישט הייליג, ער רעדט צאם, ווייל דורכן מויל קומט ארויס אלע עבירות. איך קען נישט, דער בעל דבר לאזט נישט זאגן איך זאל עס קענען ארויסברענגען גוט מסביר זיין. די ספרים זאגן דאס, דאס איז די גרעסטע די שטרענגסטע, פארוואס, ווייל דאס איז די הארבסט זאך, דאס מויל, דאס מויל איז נישט הייליג.
אין זכות פון הייליגען אור החיים הקדוש זאל מגין זיין, עס זאל באגלייטן אונז שטענדיג ביי יעדע זאך זיין כח, זיין כח איז דאך נישט סתם א נאמען, ער לייכט דאך אין די הימלען, דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל קענען האלטן צובינדן זיך לערנען זיין ספר אויך, לערנען דערין, און זיך האלטן, דאס איז אלעס די כח פון גרויסע צדיקים, זייער אור זייער מצות לייכטן אויבן און אונטן. עס שטייט אין א ספר די תורה און מצות וואס מ'האט געטאן דאס אליין לייכט אזוי שטייט.
פארשטיין גוט אז דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז מער, אסאך מער יעדן טאג נאך און נאך עס האט נישט קיין שיעור און עס וועט גארנישט שאטן, פארקערט עס וועט ניצן, מ'וועט אויפשטעלן קינדער שיינע דורות און מ'וועט שפירן א כח די גאולה שלימה וועט קענען זיין דורך יעדעם, יעדער מוז צוהעלפן, זיך האלטן מער און מער און בעטן רעדן צום אייבערשטן אין אידיש אין לשון קודש ווי אזוי מ'קען. עס זאל זיין יהיו לרצון וכו' ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
viewtopic.php?f=73&t=11545קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:געווען אמאל א אשכול דאכט זיך @טשולענט איז געווען פותח, געווען באשריבן זיינע נסיעות קיין טאהש, באגלייט מיט זיסע מעמעריס און קרישעשלעך
דאס מיינט איר?
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
ערשינען א צייט צוריק
- אטעטשמענטס
-
- Heiliger Flam.jpg (235.62 KiB) געזען 1027 מאל
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
פראקטיש האט געשריבן:https://escholarship.mcgill.ca/downloads/t722hb36t.pdf
מיך אנגעשטויסן אין דעם באשרייבונג, קען זיין גאנץ אינטערסאנט פאר די וואס גלייכן היסטאריע פון דעם טאהשע שטעטל
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
שכח. קיינמאל געוואוסט אז ס'איז געווען א רעדע אז קרית טאהש זאל ווערן א זעלבסטשטענדיגע מאנאציפיליטעט און אז די דעמאלסטיגע פירנדע פי. קיו. פארטיי האט מסכים געווען דערצו.פאפושקא האט געשריבן:הרג''צ ר' משה בער בעק זצ״ל האט אויך געוואוינט אין טאהש ערגעץ אינמיטען די ל' יארן
בין נייגעריג אויב דאס איז אמת און א פולע אפהאנדלונג דערוועגן.
Re: זכרונות אין היסטאריע פון קרית טאהש קאנאדא
כפר טאהש תשמ"א
- אטעטשמענטס
-
- כפר טאהש פרקא מהריאא תשמא-01.jpeg (261.58 KiB) געזען 358 מאל
-
- כפר טאהש פרקא מהריאא תשמא 2-01.jpeg (378.62 KiB) געזען 358 מאל