רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז תקפ"ג
געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2008 12:07 am
רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן זצוק"ל
- בעל "מאור ושמש"-
- א תמוז -
די פאלגענדע מעשה, האט דער "דרכי תשובה" זצ"ל געהערט פון רבי אהרן קראקא'ווער זצ"ל וואס איז געווען א זוהן פונעם "מאור ושמש".
ר' אהרן דער פאטער פונעם "מאור ושמש" איז געווען א בעקער פון בייגעל'ס, אין די שטאט קראקא, און זיין זוהן קלמן וואס איז געווען אלט זעקס זיבן יאר פלעגט אים העלפן, צו פארקויפן די בייגעל'ס.
עס איז געווען אין א ווינטער, ווען קלמיש'ל האט שוין אויספארקויפט זיין פאטער'ס בייגעל'ס, ווען ער איז געווען אדורך געפרוירן פון די גרויסע קעלט, איז ער אריין אין בית מדרש זיך אנצווארעמ'ן, זיצענדיג אין בית המדרש האט ער, זיך צוגעהערט ווי די תלמידי חכמים זענען זיך מפלפל אין לערנען, קלמיש'ל האט פון דעם הנאה געהאט, און איז געבליבן זיצן אין בית המדרש ביז שפעט ביינאכט.
אפילו ער איז נאך פאר דעם קיינמאל נישט געווען אין חדר, ווייל זיין פאטער האט נישט געהאט קיין געלד, צו צאהלן פאר שכר מלומדות, איז אים דאס לערנען אין ביהמ"ד זייער געפאלן, און ער האט מחליט געווען, יעדן טאג נאכדעם וואס איך וועל פארטיגן צו פארקויפן מיין פאטער'ס בייגעל'ס, וועל איך גיין אין ביהמ"ד, און זיך צוהערן, ווי אידן זיצן און לערנען די הייליגע תורה.
צווישן די לומדים אין בית המדרש, איז געווען א תלמיד חכם וואס איז אויך געווען א עושר, דער ת"ח האט אין אכט גענומען, דעם קליינעם קלמיש'ל, וואס זיצט אפ יעדן טאג לאנגע שעות אין בית המדרש, און ער הערט זיך צו, צו די פלפולים, האט ער צוגעריפן דעם אינגל און האט אים געפרעגט, קענסט מיר אפשר נאכזאגן עפעס א זאך פון דעם פלפול, וואס מ'האט היינט געלערנטן אין ביהמ"ד.
דאס אינגל האט אים געזאגט, איך קען דיר נאכזאגן דאס גאנצע פלפול פון אנהייב ביזן סוף, און ער האט אים אויפן ארט נאכגעזאגט, דעם גאנצן פלפול, דער עושר איז זייער נתפעל געווארן פון אים, און האט אים געפרעגט, וויאזוי הייסטו? ווער איז דיין פאטער? און ווער איז דיין מלמד?
דאס אינגל האט אים געזאגט, איך הייסט קלונימוס קלמן, און איך בין דעם בעקער ר' אהרן'ס זוהן, און איך גיי נישט אין א חדר, ווייל מיין פאטער איז ארעם, און איך העלף מיין טאטע יעדן טאג צו פארקויפן זיינע בייגעל'ס, און איך האב נאך נישט געלערנט אפילו קיין חומש.
ווען דער עושר האט געהערט, אז א קינד וואס האט נאך נישט געלערנט קיין חומש, זאל קענען אזוי גוט נאכזאגן א פלפול, האט ער פארשטאנען אויב אזא איינער, וועט יא גיין אין חדר, קען ער אויסוואקסן א גרויסער עילוי.
דער עושר איז אריבער צו ר' אהרן, און האט אים געפרעגט, פארוואס שיקסטו נישט דיין אינגל אין חדר? האט דער בעקער געזאגט, ווייל איך האב נישט קיין געלד צו צאהלן שכר לימוד, האט אים דער עושר געזאגט, ווייסטו וואס? איך וועל מאכן מיט דיר א געשעפט, איך האב א קליינע טאכטער פון זעקס יאר אלט, אויב ביזטו מסכים וועל איך איר מאכן א כלה, צו דיין זוהן, און איך וועל פאר אים באצאהלן שכר לימוד, כדי ער זאל שטייגן אין לערנען, און צו די חתונה, נעם איך זיך אונטער צוגעבן, צען טויזענט גולדן פאר נדן. דער פאטער האט אים געזאגט, אפילו איך פארליר מיין זוהן, וואס האט מיר ביז יעצט צוגעהאלפן צופארקויפן די בייגעל'ס, בין איך מסכים צום געשעפט.
מ'האט נאך יענעם טאג געמאכט תנאים, דער עושר האט אים צוגעשטעלט לייטישע בגדים, מיט וואס ער זאל גיין אין חדר, און קלמיש'ל איז געשטיגן אין לערנען.
ווען קלמיש'ל איז געווארן צוועלף יאהר, און האט גע'שם'ט מיט זיין גאונות, האט זיך פאר א צווייטן עושר זיך פארגלוסט, אים צונעמען פאר א איידעם, יענער איז אריבער צום בעקער, און ער האט אים געזאגט, ס'איז אמת אז דיין מחותן האט צוגעזאגט צען טויזענט גולדן נדן, און ער האט פאר אים באצאהלט ביז איצט שכר לימוד, אבער וואס האסטו פון דעם. דו בלייבסט ווייטער א אריעמער בעקער? איך בין גרייט דיר צו געבן פאר דיין אייגענע געברויך צען טויזענט גולדן, און אנדערע צען טויזענט גולדן וועל איך געבן אלץ נדן, און איך וועל דעם מחותן, צוריק צאהלן אלעס וואס ער האט ביז איצט אויסגעגעבן פאר דיין זוהן!
דער בעקער האט אים געזאגט, ס'איז אמת, אז איך וואלט זיך געפרייד צו די צען טויזענט גולדן וואס דו ווילסט מיר געבן, אבער איך קען גארנישט טוהן, פאר איך וועל די זאך אדורך רעדן מיטן מחותן, אפשר וויל ער מיר אויך געבן פאר מיין געברויך עקסטערע צען טויזענט גולדן? דעמאלס קומט ער פאר דיר?
ר' אהרן בעקער איז אריבער געגאנגען צו זיין מחותן, און ער האט אים דערציילט די זאך מיט דעם נייעם עושר, דער מחותן האט אים געזאגט, איך פארשטיי אז דו דארפסט האבן צו פרנסה, און עס וועט דיר אויפרעכטן די צען טויזענט גולדן, דאס בין איך דיר אויך גרייט צוגעבן, אבער ווער ווייסט, אויב אין א טאג, וועט אנקומען א דריטער עושר, וואס וועט דיר מעהר געלד צוזאגן, דעריבער פארלאנג איך, אז אזוי ווי קלמיש'ל ווערט בקרוב בר מצוה, זאל מען יענעם אווענט אויך מאכן זיין חתונה בשעטו"מ.
אזוי איז געווען, מ'האט אין די נאכט פון זיין בר מצוה אויך געמאכט זיין חתונה, ווי יעדער האט זיך מיט געפרייד.
נאך די חתונה, האט רבי קלמן געבעטן רשות פון זיין ווייב און פון זיין שווער, צו קענען פאהרן אויף ליזענסק צו הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע.
ווען רבי קלמן איז אנגעקומען אויף ליזענסק איז ער אריין צום רבין, ווען רבי ר' אלימלך האט אים געזען, האט ער אים געגעבן שלום עליכם, און האט אים געפרעגט, ווער ביזטו? און פון ווי קומסטו? און וואס ווילסטו דא טוהן?
רבי קלמן האט געזאגט, איך הייס קלונימוס פון קראקא, און איך בין אהער געקומען, אז דער רבי זאל מיט מיר לערנען, האט אים רבי אלימלך געזאגט, איך לערן נישט מיט קיין תלמידים, ר' קלמן איז געבליבן דארט שטיין א לענגערע צייט, ווייל דער רבי איז געווען שטארק פארטראכט, ווען דער רבי האט זיך אויפגעכאפט, האט ער אים נאכאמאל געגעבן שלום עליכם, און האט אים געפרעגט, ווער ביזטו? און פון ווי קומסטו? און וואס ווילסטו דא? און ער האט די זעלבע געענטפערט ווי פריער און דער רבי האט אים אויך די זעלבע זאך געענטפערט, ביז דער רבי האט אים געזאגט, ווייסטו וואס, אויב ווילסטו, ביי מיר בלייבן אלץ משרת, קענסטו דא בלייבן, ר' קלמן האט צו דעם מסכים געווען און איז דארטן געבליבן.
ר' קלמן האט ערליך באדינט דעם רבי'ן, ער פלעגט שלאפן ביים רבין'ס טיהר, און ווען דער רבי פלעגט אים אריינרופן, פלעגט ער אריינגיין און אים באדינען. נאך עטליכע יאהר זיין אין ליזענסק, פאסירט איין נאכט, ווי ער זעהט ווי ס'שיינט ארויס פונעם רבין'ס שטוב א גרויסע ליכטיגקייט, ר' קלמן האט אריינגעקוקט אינעם רבין'ס שטוב, פון צווישן די שפאלטענס, און ער האט געזען ווי נעבן רבי'ן זיצט א אלטער איד, וואס זיין פנים שיינט ווי די זין, ר' קלמן האט שיעור גע'חלש'ט, און האט געציטערט און נישט געקענט ווייטער שלאפן.
דער רבי האט אים נאכדעם גערופן, ווען ר' קלמן איז אריין אינעם רבין'ס שטוב, האט אים דער רבי געפרעגט וואס ביזטו אזוי צוטראגן?
האט ר' קלמן געזגט, ווייל איך האב די נאכט געזען, א אלטן איד זיצן נעבן רבי'ן, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זין, האט אים דער רבי געפרעגט, דו האסט אים דערקענט? האט ר' קלמן געזאגט, ניין, האט דער רבי געזאגט, וויי איז צו א זוהן, וואס דערקענט נישט זיין פאטער, דער אלטער איד איז געווען אברהם אבינו, וואס איז זיך געקומען אפרעדן פארוואס דיין גלות נעמט אזוי לאנג.
נאכדעם האט אים דער רבי ר' אלימלך זי"ע אהיים געשיקט, און ר' קלמן איז געווארן מפורסם, ווי אסאך אידן זענען געקומען צו אים זיך אנווארעמען, אין זיין אור התורה והחסידות.
(זכרון צדיקים)