Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?
יעקב99 האט געשריבן: צ.ק.
22. א ספר "פתיחה ללימוד כתבי האריז"ל", דאס וואלט געדארפט זיין א ספר וואס איז געשריבן אויף זייער א קלארע שפארך, וואס וועט מסביר זיין אלע יסודות פון קבלה - סודות התורה, ממש פון א' ב'.
זאל זיין צוגעפאסט פאר די וואס האבן נאכנישט געלערנט בכלל קבלה.
ביז אז ווער וואס וועט לערנען אין דעם ספר, וועט קענען גלייך שפעטער לערנען כתבי האר"י, און וועט אלעס שוין פארשטיין גרינגער הייט.
וואס איז שלעכט מיט אוצרות חיים?