Up to $50K) New York State Grant Program)
אסאך פרעגן מיר אין אישי מער פרטים איז אפשר כדאי צו האבן א באזינדערע אשכול
לינק צו די פראגראם
די פראגראם איז פאר ביזנעסער וואס האבן געהאט סעילס אין 2019 אין האבן 25%+ ווייניגער סעילס אין 2020
די גרענט איז בעיסט אויף דיין סעילס אין 2019
סעילס אין 2019 דארף זיין מינימום $25,000 ביז $2,500,000
אויב דיין סעילס איז צווישען $25,000 - $49,999.99 -קענסטו באקומען $5000
אויב דיין סעילס איז צווישען $50,000 - $99,999.99 -קענסטו באקומען $10,000
אויב דיין סעילס איז צווישען $100,000 - $500,000 קענסטו באקומען 10% גרענט לויט וויפל סעילס. דאס הייסט פאר $100K באקומסטו $10K אין פאר 400K$ באקומסטו $40K
אויב דיין סעילס איז מער ווי $500,000 + ביז $2,500,000 דעמעלס באקומסטו $50,000 (די מעקס איז $50K)
די גרענט איז נישט קיין לאון דארפסט עס נישט צרוקגעבען
קענסט ניצען די געלט פאר:
- פעיראל
רענט/מארטגידש
סקאל טעקסעס פאר דיין ביזנעס לאקעישן איו ניו יארק
יוטיליטי בילס
עקוויפמענט
קאוויד 19 סאפלייס
דאקיומענטס וואס די גייסט דארפן האבן איז:
- 1)קאפי פון דרייווינג לייסענס
2)2019 / 2020 טעקס ריטורנס
3) צוויי פראף פון דיין ביזנעס לאקעישען וואס דאס קען זיין אדער א:
בענק סטעיטמענט
קרעדעט קארד סטעיטמענט
יוטיליטי ביל
ליעס
אינשורענס ביל
פעימענט פראסעסינג סטעיטמענט
סעילס טעקס קאלעקשין דאקימענט
4)Proof of Business Organization
5)א ריסענט NYS-45 פארם אויב די האסט געהאט פעיראל
אלעס דארף ווערן געסקענט אין אפלאדעט ביי זייער וועבסייט
די פראסעס:
- קליק אויף די לינק Apply now
פיל אויס דיין פערסינאל אינפא
נאכדעם גייסטו האבן די אפשען פון אויספילען דיין ביזנעס אינפא
קוק דיין אימעל פאר א user name and password
טשענדש דיין פעסווארד
יעצט האסטו די אפשען פון אפלאדען האסט 14 טעג צו אפלאדען דאקימענטס
דאנלאד די APPLICANT CERTIFICATION פיל אויס דיין אינישל ביי יעדע באקס נאכדעם סיין עס אין אפלאד
אפלאד א קאפי פין דרייוער לייסענס אדער פאספארט
אפלאד דיין 2019 ריטורן
אפלאד דיין 2020 ריטורן
אפלאד 2 פראף ביזנעס לאקעישען (יעדע דאקימענט איז אן עקסטערע אפלאד)
אפלאד NYS-45
אפלאד Proof of Business Organization
פיל אויס דיין בענק אינפא
עס איז זייער ריקאמענדיט צו אפלאדען א Void טשעק אינטער Application Certification
Save and close
נאך א 2 טעג גיב זיי א רוף פרעגען אויב עפעס פעלט
ווארט צו ווערן עפראווד. עס קען נעמען אויך חדשים אבער אויך שנעלער
אויף זייער וועבסייט קענסטו טרעפן Application Guide אין ענגליש אדער אידיש
איך האף איך האב עס קלאר מסביר געווען
אויב איך בין ראנג מיט עני אינפא ביטע פארעכטען
ישר כח הצלחה רבה