מיין וואקאציע - קאליפארניע - שלמה מולכו
הר גריזים האט געשריבן:שלמה מולכו האט געשריבן: גיי צו סאן דיעגא, הערליך שיין, און אויסגעהאלטן.
אפשר דערציילסטו מער פון דיין עקספיריענס דארט, ווי ביסטו איינגעשטאנען דארט? וואס טוט זיך מיט עסן, מנין, מקוה, שבת?
שכח
איך בין געפארן פאריאר נאוועמבער, פון זונטאג ביז דאנערשטאג, עסן האמיר מיט גענומען פון ניו יארק, אריינגערעכט פארפרוינע נאכטמאל שיין איינגעפאקט אין טעלער פון לאקאלע דעלי,ארויסגעפארן ארום עלעווע פון JFK מיט דעלטא קיין לאס אנדזשעלעס, זינט עס איז א Wide Body פליגער האב איך ענדערש אויסגעוועלט צו לאנדן אין לאס אנדזשעלעס, געדונגען א קאר פון סיקסט, זייער הנאה געהאט פון זיי, צוליב וואס צופעליג איז דאן אויסגעפאלן מיין גוי׳אישע געבורטסטאג האבן זיי מיר געגעבן א שיינע רויטע קעדילעק אלטס אפגרעיד.
געגאנגען קודם צו פאלם ספרינגס אין א ווילא, געדאוונט אין ארטיגע חבד, דער שליח איז זייער פריינטליך,איבערן טאג איז געוועהן זייער הייס און ביינאכט קיל, אין פאלם ספרינגס איז נישט קין סאך צו טוהן, האמיר פארברענגט רוב טאג אריין און ארויס פון סווימינג פול הנאה האבנדיג פון די הערליכע בערג און קריסטאל קלארע לופט.
מאנטאג נאכמיטאג זעמיר געגאנגען צו די Palm Springs Aerial Tramway, א הערליכע אטעם פארכאנדע רייזע בארג ארויף מיט א טשעירליפט.
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו