מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

שעפטיל האט געשריבן: אפשר מאכט מען א באזונדערער אשכול? די נפטרת ע"ה איז דאס ווערט.

טאקע 12 יאר שפעטער, אבער ס'קיינמאל צו שפעט..
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

יוראפ האט געשריבן:
5486.jpg
5486.jpg (42.65 KiB) געזען 2248 מאל
26
מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

מאקאווער האט געשריבן: בד"ה האשה החשובה מרת יוטעלע שווארטץ ע"ה

זי איז נפטר געווארן אין עלטער פון ארום 94 יאר אלט זי האט איבער געלאזט טויזענטער אייניקלעך

איר מאן איז געווען הרה"ח ר' יאסל שווארטץ ע"ה נפטר געווארן שוין אין די למד'ס ער ליגט אין ניו דזשוירזי מען לייגט איר אויך אהין

גראדער האט געשריבן: די לוי' וועט זיין 11:00 ביי איר הויז אין קרית יואל.

זיך האט איבערגעלאזט א דור פון בנים ובני בנים ובני בני בנים וכו' אלע אויפן ערליכן חסידישן שטייגער, עס איז ערווארטעט "טויזענטער" אייניקלעך ביי די לוי'.

מיללער האט געשריבן: עטליכע קורצע שטריכען איבער מרת שווארץ ע"ה באקאנט אלס 'באבע יוטעלע'.

* היינט נאכט קומט פאר די חתונה פון אן אייניקל בבית חתנה ר' שלמה בצלאל וו"ב מקר"י
* איבערגעלאזט קרוב צו דריי טויזנט אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור-אור אייניקלעך בלע"ה
* איר מאן איז געווען ר' יהוסף שווארטץ ע"ה
* זי איז געווען א שווערסטער מיט ר' מרדכי שווארטץ ז"ל דער מדקדק

11211 האט געשריבן: משפחת שווארטץ(נישט לפי סדר העלטערקייט)
בניה
ר' נחום
ר' יצחק
ר' אהרן
ר' יואל
ר' ישראל
חתניה
ר' שמואל קרויס
ר' חיים פריעד
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער

ביטע צולייגן צום ליסטע-יש"כ

יאסל האט געשריבן: דער נומער 3000 איז לכאורה זייער אן איבערגעטריבענער נומער,
זיי ציפרידען אויב עס איז דא נאר 1000 וואס דאס בין איך אויך מסופק.

יאסל האט געשריבן:
11211 האט געשריבן: משפחת שווארטץ(נישט לפי סדר העלטערקייט)
בניה
ר' נחום
ר' יצחק
ר' אהרן
ר' יואל
ר' ישראל
חתניה
ר' שמואל קרויס
ר' חיים פריעד
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער

ביטע צולייגן צום ליסטע-יש"כ

דאס עלצטע איידעם איז ר' דוד עסטרייכער וואס זענען שוין היבש קרוב צי די שמונים
הרב ר' מנשה מאיער שליט"א

ליסקא האט געשריבן:

נאך איידימער הרב וועבערמאן
ר' ........ לעבאוויטש

farshlufen האט געשריבן:
11211 האט געשריבן: משפחת שווארטץ(נישט לפי סדר העלטערקייט)
בניה
ר' נחום
ר' יצחק
ר' אהרן
ר' יואל
ר' ישראל
חתניה
ר' שמואל קרויס
ר' חיים פריעד
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער

ביטע צולייגן צום ליסטע-יש"כ

שכחת, הרב ר' שמשון זז"ג

שמערי בערי האט געשריבן: ר' נחמי' (פלארידא) איז אויך איר זון.

נאך א איידעם ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש פון קר"י.

יוסלמאן האט געשריבן: יעצט גערעדט צו איינעם אין קרית יואל, די גאסן ארום קראלי דר. ווי די נפטרת האט געוואוינט איז שווארץ פון קארס. כ'בין נייגעריג וויפיל חדרים האבן האלב ליידיגע קלאס צימערן.

שמערי בערי האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן: דער נומער 3000 איז לכאורה זייער אן איבערגעטריבענער נומער,
זיי ציפרידען אויב עס איז דא נאר 1000 וואס דאס בין איך אויך מסופק.

יאסל, האסט שוין געזען א יחוס בוים פון די משפחה...? זיי מברר איידער דו רעדסט...
.

אלף בית האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן: דער נומער 3000 איז לכאורה זייער אן איבערגעטריבענער נומער,
זיי ציפרידען אויב עס איז דא נאר 1000 וואס דאס בין איך אויך מסופק.

די פארגעסט צו צורעכענען אלע צוגעקומענע איידימער און שנור'ן

קרעמער האט געשריבן: שמעתי אז זי האט 16 קינדער בלעה"ר און אלע פון זיי האבן 16 קינדער, און דאס איז נאר די ערשטע דור אייניקלעך. גיי רעכן (נישט).

היינט אין שוהל האט מען געקענט זעהן מערערע אייניקלעך זיך יאגן מיטן שחרית, איך ווייס אז אין קרעטשמע זענען אויך דא עטליכע פון זיי..

סתם_אזוי האט געשריבן: איך מיין אז אמתדיג האט זי געהאט 18 קינדער.
2 האט זי איבערגעלאזט ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

אלף בית האט געשריבן: איין קינד איז אוועק נאך די קריג אינמיטן די יוד יארן

ליסקא האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן: איך מיין אז אמתדיג האט זי געהאט 18 קינדער.
2 האט זי איבערגעלאזט ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

ווער געדענקט דען נישט תשכ"ב אין קעמפ ווען מען האט געזוכט איר קינד הילד חיים שלמה אין געפונען ליידער נישט בין החיים, די אלע וואס האבן דעמאלטס געלעבט האבן עס נאכנישט פארגעסן. שאל אביך ויגדך זקניך...........

שמערי בערי האט געשריבן: ליסקא האט מיר אויסגעכאפט...

קרעמער, דו ביסט גערעכט, נאר איך מיין אז דער נומער איז 15. און אלע פון זיי האבן בליעה"ר קינדער געבענטשטע משפחות. און די אייניקלעך אויך.

קוק אן "משפחת קרויס" איז קע"ה א ריזיגע משפחה פאר זיך. א. א. וו.

שמערי בערי האט געשריבן: פאר מער קוקט דא

http://www.yiddishtech.com/PhoneBook/Pr ... px?ID=6300

און דאס איז ווייט פון פארטיג.

איינע פון אירע "אייניקלעך" האט געהאט דאס זעכצענטע קינד דריי וואכן איידער'ן חתונה מאכן די עלטסטע קינד.

קריכערל האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן: איינע פון אירע "אייניקלעך" האט געהאט דאס זעכצענטע קינד דריי וואכן איידער'ן חתונה מאכן די עלטסטע קינד.

און איך ווייס איינע פון די אייניקלעך וואס האט עס געהאט איידער חתונה מאכן די צווייטע קינד. נישט מער געדאכט

יהיה כן האט געשריבן:

צריך לומר 'קיינמאל נישט פארטיג' כאשר אמר הקב"ה לאברהם אשר אם יוכל איש למנות את עפר הארץ גם זרעך ימנה, כ"י בכל משפחות ישראל!! (עפעס פאזיטיווע נייעס איז דעם אבלות אשכול....)

קרעמער האט געשריבן:
קריכערל האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן: איינע פון אירע "אייניקלעך" האט געהאט דאס זעכצענטע קינד דריי וואכן איידער'ן חתונה מאכן די עלטסטע קינד.

און איך ווייס איינע פון די אייניקלעך וואס האט עס געהאט איידער חתונה מאכן די צווייטע קינד. נישט מער געדאכט

??

3x0 האט געשריבן: מער נישט דארפן חתונה מאכן די צווייטע קינד?

דארפסמאן האט געשריבן: נאך א איידעם
ר' משה וועבערמאן שליט"א א ברידער פון הר"ר מאיר וועבערמאן לרפ"ש אב"ד מלאכים

גראדער האט געשריבן: כסדרן:

זוהן:
ר' יצחק
ר' שמשון
ר' נחום
ר' נחמי'
ר' ישראל
ר' יואל
ר' אהרן

איידעמער:
ר' דוד עסטרייכער
ר' שמואל קרויס
ר' משה וועבערמאן
הרב מנשה מאיער
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער
ר' עקיבא הערש לעבאוויטש
ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש
ר' חיים פריעד

יוסלמאן האט געשריבן: א שטיקעל ווידיאו פון די לויה, גענומען פון מצב.קאם. מ'הערט הרה"ג מ'שארמאש שליט"א זאגן דברי הספד.

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין דא, אבער עפעס א שייכות האט עס זיכער..

זושאלע האט געשריבן:
-001.jpg
-001.jpg (22.63 KiB) געזען 2240 מאל
מי הוא זה ואיזהו, זה...

זושאלע האט געשריבן: לחכימא ברמיזא...

בעצם נישט אזא באוואוסטער פיגור,
אבער דא אין ניו יארק אליין האט ער עטליכע טויזנט אייניקלעך קע"ה כ"י, חוץ פון איבער די גארער וועלט.

שמעלקא טויב האט געשריבן: א רב, רבי, ראש ישיבה?

זושאלע האט געשריבן: דומ"ץ.

שמעלקא טויב האט געשריבן: א דומ"ץ מיט טויזענטער אייניקלעך, המממ. אפשר דער דזוקיבער דיין ר' בעריש לויפער?

זושאלע האט געשריבן: נאויפס...

טאקע פון יענע תקופה,
אבער פון אונגארן.

מיללער האט געשריבן: איי די אונגארישע חן, דער הוט מיט די איבערציער איז געוואלדאוונע.

לאמיר קלערן פון אן אונגארישער דיין מיט טויזענטער אייניקלעך אין ניו יארק,
ר' אברהם חנוך פר"מ דומ"ץ סאטמאר? (עה, טויזענטער אייניקלעך איז מן הסתם נישט ער)
אפשר איינע פון די סיגוטע דיינים; טאבאק, כהנא, העללער?

זושאלע האט געשריבן: לא (מיט אן אל"ף)....

עמיר אנהייבן:
הגאון הצדיק רבי יצחק....
דיין ומורה צדק בק"ק....

מיללער האט געשריבן: זושא,
האט ער מחבר געווען א ספר?

זושאלע האט געשריבן: יא, עטליכע ספרים...
על התורה, על סוגיות הש"ס, על הלכות מילה, ועוד חיבורים בכת"י.

שנת תשס"ב האט א אייניקל דא אין ברוקלין געדרוקט פון כת"י א ספר אויף שו"ע או"ח.

מיללער האט געשריבן: איך וואלט געזאגט ר' שבתי איש ליפשיץ דומ"ץ ארשיווא שחיבר ספר על הל' מילה, דאס איז דאך אבער נישט יצחק.

פון די שווארצישע האט אויך איינער מחבר געווען אויף הל' מילה, ר' פנחס זעליג שווארץ, אבער דער איז דאכציך נישט געווען קיין דיין און נישט ער הייסט יצחק.

אפשר ר' יצחק אייזיק דער שוחט פון זוראוויץ מחבר ספר יסוד יצחק עה"ל מילה
http://hebrewbooks.org/38239
איז ער דאך נישט דומ"ץ....

נא וואס נאך?

שמעלקא טויב האט געשריבן: ר' זושע, גיבט א דוגמא איבער זיינע אייניקלעך, זענען צווישן זיי פארהאנען בארימטע רבנים וכו'?

זושאלע האט געשריבן: כעל מער נישט ציען די נערוון, (כ'ווייס דעם געפיל ווען מ'טוט עס מיר....).

הלא הוא
הגאון הצדיק רבי יצחק קאפף זצוק"ל
דיין ומורה צדק בק"ק ערלוי יצ"ו, משנת תרל"ו עד יום פטירתו ט' חשון תרפ"ט לפ"ק
מח"ס לקיטת יצחק בן אברהם עה"ת, בר ריב"א על סוגיות הש"ס, ברית אברהם על הלכות מילה, ועוד חיבורים בכת"י,
ולאחרונה יצא לאור לראשונה מכת"י ספר לקיטת יצחק על שו"ע או"ח, ע"י נכדו הרב חיים הכהן פריעדמאן שליט"א.

די אייניקלעך זיינע זענען די בני משפחת קאפף בכל העולם (ובכללם קאפף'ס בעקערי),
אין די 'עטליכע טויזנט קע"ה' זענען גערעכנט בני משפחת ר' יהוסף וזוגתו מרת יוטא (באבע יוטעלע...) שווארטץ ע"ה, ועוד משפחות רבות שיחיו.

זושאלע האט געשריבן:
מציבת קודש.jpg
מציבת קודש.jpg (39.73 KiB) געזען 2240 מאל

מצבתו קודש בערלוי

שמעלקא טויב האט געשריבן: נו ווי קומט ר' יהוסף שווארטץ צום דיין ר' יצחק? אפשר רעכנט איר אויס די יוחס?

זושאלע האט געשריבן: כתוב שם בספר:
ר' יהוסף
ב"ר משה - חתן המחבר ז"ל

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

רבי אברהם אביש מפראנקפורט זצ"ל - י"א תשרי תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

מאקאווער האט געשריבן: ווייסט איינער זיין משפחה נאמען?
עפ"י חשבון דארף צו זיין גאנץ משפחת שווארטץ צאצאי יהוסף וזוג' יוטא וצאצאי ר' מרדכי שווארטץ וצאצאי ר' ישראל מענדל שווארטץ דורך זייער באבן יוטא אשת ר' שמשון שווארטץ שהיתה בת ר' דוד שטאלבערגער מנו"כ בנאנאש בן ר' אברהם אביש שטאלבערגער מנו"כ בראצפערט (נפטר שנת תרי"ג בן נ"ה) - ר' דוד הנ"ל הי' לו בן ר' אברהם אביש נפטר בשנת תש"א מנו"כ בנאנאש השאיר שני בנים לאחר המלחמה (סאיז דא פון זיי אייניקלעך אין קאליפארניע) אחד מהם שמו דוד נפטר מלפני כמה שנים בן צ' שנים ואמר שקיבל מאביו בשם אבותיו כי הם נכדי ר' אבישל פראנקפורטער בא"ב
לפי זה קומט אויס אז ר' אביש'ל האט טויזענטער אייניקלעך אין סאטמאר אליינס

ער האט נישט געהאט קיין משפחה נאמען
וכן גם משפחת להבחל"ח אחותה שתליט"א אשת הרב החסיד ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק ז"ל

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

אזוי האט ער אפגעמאכט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

פליגל האט געשריבן: עס טראגט זיך ארום א מעשה אויף די באקאנטע עלטער באבע מרת יוטא'לע שווארטץ ע"ה אז ווען אימער די אייניקלעך-אור אייניקלעך פלעגן קומען צו איר פלעגט זי זיך אויפהויבן און גיין שמועסן מיט די מענער אייניקלעך און איבערגעלאזט די פרויען פלוידערן דארט.

איינמאל האט איר טאכטער געפרעגט פ"וו זי טוט דאס, ביסטאך אליין א פרוי צי וואס גיין צו די מענער וואס איז דארט אינטרעסאנטער?

האט זי געענטפערט: זייער פשוט, זעסט דעם בחור? כ'דענק מיינע ברודערס ווען זיי זענען געווען בחורים זענען זיי געגאנגען אקוראט מיט אט דעם זעלבן לבוש, אבער דו אליין האסט שוין געטוישט דיין סטייל עטליכעגענע מאל און די לעצטע פאר יאר. (ווי באקאנט האט זי אליין אויך נישט געטוישט איר סטייל, נאר אייביג געגאנגען מיטן זעלבען לבוש).

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: די אויסדרוק אז נאך די מלחמה איז געבליבן "אחד מעיר ושנים ממשפחה" איז ליידער נישט געווען קיין גוזמא אדער מליצה נאר פשוטו כמשמעו
אבער ס'איז דאך אינטערעסאנט צו באמערקן אז למעשה קען מען עס צוטיילן אין 3 קאטאגאריעס
1) די אלע וואס זענען געבליבן ממש אליין אן קיין שום משפחה אן טאטע מאמע, קינדער, געשוויסטער, פון די איז דא די מערסטע
2)די וואס זענען געבליבן מיט עפעס, איינער מיט געשוויסטער, איינער מיט קינדער, א.א.וו. דאס איז שוין געווען זעלטענער
3) גאר זעלטען איז געווען די וואס זענען געבליבן מיט אלע אדער רוב קינדער און זייערע קינדער האבן שוין געהאט אייגענע קינדער און זיי זענען אויך געבליבן, ס'איז טאקע גאר א זעלטענע זאך אבער ס'איז דא און טאקע פון די אלע איז היינט דא ריזיגע פארצווייגטע משפחות
למשל
משפחת לאנדא מתיחס לר' וואלף
משפחת שווארטץ מתיחס לר' נחום( ווייס איך נישט פונקטליך ווען ער איז אוועק אבער זיינע קינדער זענען צוריק געקומען פון די מלחמה ובתוכם חתנו ר' יהוסף שווארטץ עם אשתו די באקאנטע באבע יוטעלע מיט אלע קינדער)
משפחת לויפער מתיחס לר' בעריש( אוועק נאך אין תרפ"ו אבער אויסער דעם וואס אלע זיינע קינדער זענען געבליבן זענען 3 פון זיינע קינדער געבליבן מיט די קינדער)
וכו' וכו'

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

ווער קען אייניקלעך פון רבי חיים יוסף גאטליעב פון סטרופקוב זצ"ל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

ביליצר האט געשריבן: ווער קען אייניקלעך פון רב חיים יוסף גאטליעב פון סטרופקוב זצ"ל בעל טיב גיטין וקידושין?

אי-רעלעווענט האט געשריבן: משפחת רבי יהוסף ומרת יוטא'לע שווארטץ זענען אייניקלעך.

ערליכער גרעפיקער האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן: משפחת רבי יהוסף ומרת יוטא'לע שווארטץ זענען אייניקלעך.

מרת יוטא'לע איז א שוועסטער מיט הגה''ח ר' מרדכי ז''ל הנ''ל און פארשטייט זיך אליין אז אלע זייער געשוויסטער זענען אויך אייניקלעך; ר' ישראל מענדל ז''ל פאטער פון ר' חיים יוסף (שווארטץ באסעס) מרת פאלאטשעק תחי' (אשת הרה''ח המפורסם ר' אברהם מרדכי ז''ל) אירע קינדער; משפחת הרה''ג ר' יודל גרובער שליט''א, ר' אהרן דוד רובינשטיין שליט''א מלמד בת''ת סאטמאר ב. פ. (מהר''א) ר' מרדכי מנחם קופטשיק שליט''א, ר' ישעי בראווער ז''ל, הרה''ג ר' אהרן קרויס שליט''א, און צוויי זון ר' ישראל פאלאטשעק, און להבחל''ח ר' שמשון ז''ל געווען אן איידעם ביי לעבאוויטש

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

פארפרוירן האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן: מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא

שרייבן "די איינציגסטע איד" איז לכאורה שטארק איבער געטריבן. אויפן מינוט געדענק איך ר' חיים הערש גאלדבערגער וואס האט איבער געלעבט מיט רוב קינדער. סאיז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, זאלן אנדערע צו ווייזן.

ר' יהוסף שווארטץ וזו' די באבע יוטא'לע ע"ה האבן איבער געלעבט מיט רוב קינדער, (דאכטסעך איינס אוועק ביים קריג)
זאל אן אייניקל אריינקומען קלארער

(אפשר א באזונדערער אשכול איבער דעם נושא)

הרב_שלום האט געשריבן: ר' משה אלי עסטרייכער ע"ה

ר' משה אלי עסטרייכער
ר' וואלף לאנדא
ר' יהוסף שווארטץ
זענען שוין געווען אויפן וועג קיין אושוויץ, נאר די לעצטע מינוט האט זיך די באן געגעבען א דריי אוועק

לייטער האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן: ר' משה אלי עסטרייכער ע"ה

ר' משה אלי עסטרייכער
ר' וואלף לאנדא
ר' יהוסף שווארטץ
זענען שוין געווען אויפן וועג קיין אושוויץ, נאר די לעצטע מינוט האט זיך די באן געגעבען א דריי אוועק

די לעצטע באן פון דעברעצין?

חקירות ודרישות האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן: ר' משה אלי עסטרייכער ע"ה

ר' משה אלי עסטרייכער
ר' וואלף לאנדא
ר' יהוסף שווארטץ
זענען שוין געווען אויפן וועג קיין אושוויץ, נאר די לעצטע מינוט האט זיך די באן געגעבען א דריי אוועק

מ'האט שוין דא דאס דערמאנט

viewtopic.php?f=63&t=8961&p=1939965#p1938728

עס איז געווען א גאנצע טראנספארט פון דעברצין, אויכט גאנץ מאקאווע איז געבליטן דארט איז געוואן אסאך ראשי משפחות
דאכט זיך אז אלע זענען אנגעקומען צום סוף קיין דייטשלאנד, אין דארט באפרייט גאווארן

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

הרב_שלום האט געשריבן: די הויז פון באבע יוטעלע/מרת מאשקאוויטש איז אראפ
א שטיק היסטאריע פאר א גרויס חלק קרית יואל

דברים אלו האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן: די הויז פון באבע יוטעלע/מרת מאשקאוויטש איז אראפ
א שטיק היסטאריע פאר א גרויס חלק קרית יואל

וואס ווען ווי?

Kollel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן: די הויז פון באבע יוטעלע/מרת מאשקאוויטש איז אראפ
א שטיק היסטאריע פאר א גרויס חלק קרית יואל

וואס ווען ווי?
15693821978701186863896.jpg
15693821978701186863896.jpg (207.93 KiB) געזען 2209 מאל
KIMG0346.JPG
KIMG0346.JPG (229.08 KiB) געזען 2209 מאל

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

משפחות וואס זענען ניצל געווארען פון די דייטשען ימ"ש גאנצערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

אברך יקר האט געשריבן: ר' יהוסף שווארטץ'נס ווייב איז די באקאנטע באבע יוטעלע שווארטץ פון קרית יואל ע"ה, זיי האבן איבערגעלעבט מיט עטליכע קינדער און שפעטער אויפגעשטעלט א גרויסע משפחה צווישן די קינדער זענען:
ר' יצחק ע"ה - ממקורבי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, (לכאורה פון די איבערלעבער)
ר' ישראל - מאווערס (קראלי),
ר' נחום - מלפנים תירוש, ק"י
ר' נחמי' , ק"י
ר' יואליש - קאנטראקטער, ק"י
אשת ר' שמואל קרויס ע"ה (אביהם של : שמשי, ישעי', ליפא, ועוד) לכאורה פון די איבערלעבער
אשת ר' דוד עסטרייכער (אביהם של : אהרי - ועוד) זיכער פון די איבערלעבער
אשת הגה"צ ר' מנשה מאיער - גאב"ד גריוויל

פון דא
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

עירמאנט'ער האט געשריבן: ברוך דיין האמת

האט ער געשוויסטער?

צו געזונט האט געשריבן: היבש. עטליכע לעבן שוין נישט. 1 פון 16-17

אכט האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן: ברוך דיין האמת

האט ער געשוויסטער?

א שוועסטער אשת הרה"ג ר' מנשה מאיער אבד"ק גרינוויל
א שוועסטער אשת ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש (טוי סטאר)
א ברודער ר' נחמי' (פלארידע)
מסתמא איז דא נאך

צו געזונט האט געשריבן: געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
עסטרייכער
מאיער
יצחק
ישראל
נחמי'
שמשון
יואל
אהרן
מאשקאוויטש
קרויס
וויינבערגער

farshlufen האט געשריבן: צו געזונט, ווי קען זיין אז פון ר' נחום האסטו פארגעסן.

איש חמודות האט געשריבן:
אכט האט געשריבן: מסתמא איז דא נאך

מסתמא? נאר מסתמא?
ווייסטו דען נישט אז די באבע יוטעלע ע"ה האט געהאט אנדערטהאלבן דאזן בליעה"ר

ליידער לעבן שוין נישט ר' יצחק און ר' אהרן.

אכט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן: געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
ר' דוד עסטרייכער
ר' משה וועבערמאן
שמואל קרויס ע"ה
ר' יצחק שווארטץ ע"ה
ר' שמשון ז"ל
הרה"ג ר' מנשה מאיער
ר'נחום
ר' נחמי'
ר' ישראל
ר' יואל
ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער
ר' אהרן (ארי'ש) ע"ה
ר' חיים פריעד

איש חמודות האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן: געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
עסטרייכער
מאיער
יצחק
ישראל
נחמי'
שמשון
יואל
אהרן
מאשקאוויטש
קרויס
וויינבערגער

כסדרן:

זוהן:
ר' יצחק ע"ה
ר' שמשון זצ"ל
ר' נחום נ"י
ר' נחמי' נ"י
ר' ישראל נ"י
ר' יואל נ"י
ר' אהרן ע"ה

איידעמער:
ר' דוד עסטרייכער נ"י
ר' שמואל קרויס ע"ה
ר' משה וועבערמאן נ"י
הרב מנשה מאיער שליט"א
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער נ"י
ר' עקיבא הערש לעבאוויטש נ"י
ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש נ"י
ר' חיים פריעד נ"י

אויך איז געווען נאך א געשוויסטער הילד חיים שלמה וואס איז אוועק אלס קינד אין מחנה רב טוב אין נעפענעק.

FREEDOM האט געשריבן:

איז דען נישטא די באוואוסטע בילד וואס איז געווען אין נ.י. טיימס ווי באבע יוטא'לע מיט א דאזן קינדער קומען אראפ פון די שיף אין עליס איילאנד אין תש"י יארן??

צו געזונט האט געשריבן: א היבש ביסל פון די קינדער זיינען נאכנישט געווען געבוירן, און מען דערקענט זיי סייווי נישט לויט ווי זיי קוקען היינט אויס...

פיאנא האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן: געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
עסטרייכער
מאיער
יצחק
ישראל
נחמי'
שמשון
יואל
אהרן
מאשקאוויטש
קרויס
וויינבערגער

כסדרן:

זוהן:
ר' יצחק ע"ה
ר' שמשון זצ"ל
ר' נחום נ"י
ר' נחמי' נ"י
ר' ישראל נ"י
ר' יואל נ"י
ר' אהרן ע"ה

איידעמער:
ר' דוד עסטרייכער נ"י
ר' שמואל קרויס ע"ה
ר' משה וועבערמאן נ"י
הרב מנשה מאיער שליט"א
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער נ"י
ר' עקיבא הערש לעבאוויטש נ"י
ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש נ"י
ר' חיים פריעד נ"י

אויך איז געווען נאך א געשוויסטער הילד חיים שלמה וואס איז אוועק אלס קינד אין מחנה רב טוב אין נעפענעק.

מיט א מספר פון ארום פיר פינעף טויזענט (!) אייניקלעך קע''ה.

איש חמודות האט געשריבן:
פיאנא האט געשריבן: מיט א מספר פון ארום פיר פינעף טויזענט (!) אייניקלעך קע''ה.

יא יא בליעה"ר
זי אליין האט געהאט אסאך קינדער בליעה"ר, און אויך די קינדער האבן בליה"ר גרויסע משפחות
און ס'איז אויך אריבער צו די אייניקלעך און אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך בליעה"ר

פון דא
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

טשעירמאן האט געשריבן: מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?

ווייס איך אויך נישט, זי האט געמאכט אסאך נאויז בעיקר אין די בראשית יארן...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

Amazing האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן: מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?

ווייס איך אויך נישט, זי האט געמאכט אסאך נאויז בעיקר אין די בראשית יארן...

?
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

נישט דא וואס צוצולייגן??
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פלעגט אייביג זאגן ווען זי האט געזעהן קינדער שפילן אויפן גאס, "דעי קינדער זענען אדער מיינע אייניקעלעך אדער וועלן זיי זיין מיינע אייניקלעך"

אגב, פעלן שוין ליידער עטליכע פון אירע זין ע"ה
ר' יצחק ע"ה
הרה"צ רבי שמשון זצ"ל אוועק פאריאר
ר' אהרן ע"ה אוועק ביי קאראנא
על "טעם וריח" אין להתווכח
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 16108
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

טשעירמאן האט געשריבן: מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?

באבע יוטעלע איז אוועק תשע אין עלטער פון 94 איבערלאזענדיג איבער 1000 אייניקלעך, עטליכע אידען זענען אוועק אין אנהייב די ע יארן זייענדיג איבער די 90, אבער זייער עלצטע קינד איז געבוירען תשח נאך דעם וואס היטלער האט אויסגעהארגעט זייער משפחה
איבערגעלאזט א שטוב מיט 15 קינדער בליעה"ר
אויף יעדע גאס אין קרית יואל וואוינט אן אייניקעל
ר' משה וועבערמאן האט חתונה געהאט 4 וואכן נאך ר שמואל קרויס אינצווישען איז איז איר זוהן ר אהרן שווארטץ ע"ה געבוירען
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

אז מען רעדט שוין פון די באבע ע״ה, האט מיר מיין מוטער פארציילט א זיסע מעשה

זי איז אמאל געפארן אויף׳ן טרעין מיט א היבש ביסל פון אירע קינדערלעך און זיי האבן נישט געהאט קיין פלאץ ווי צו זיצן, און אזוי אינמיטן וועג האט זי באמערקט אז אנפאנג פון די טרעין איז דא א ליידיגע זיץ
זי האט נישט געטראכט קיין צוויי, אין ענגליש איז זי בכלל נישט געווען אויסגעקאכט זייענדיג פון אונגארן, און זי האט זיך געגעבן א זעץ אראפ אויפן ׳קאנדאקטאר׳ס זיץ.
נאך א מינוט קומט דער קאנדאקטער צו און זאגט איר: ״מיסיס דיס איז נאט יור סיעט, דיס פלעיס איז פאר די קאנדאקטער״
זי האט שויניש געהאט קיין כח צו שטיין, נאכדערצו מיט אירע אויגעמוטשעטע קינדער (ווער ס׳קען די אייניקליך דארף איך נישט זאגן וויאזוי די קינדער האבן ביהעווט…) געט זי זיך א רוף אן: ״ יוא אר די ׳דאקטער׳? איי עם די פעשענט…
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

טעם וריח האט געשריבן: פלעגט אייביג זאגן ווען זי האט געזעהן קינדער שפילן אויפן גאס, "דעי קינדער זענען אדער מיינע אייניקעלעך אדער וועלן זיי זיין מיינע אייניקלעך"

אגב, פעלן שוין ליידער עטליכע פון אירע זין ע"ה
ר' יצחק ע"ה
הרה"צ רבי שמשון זצ"ל אוועק פאריאר
ר' אהרן ע"ה אוועק ביי קאראנא

מיינסט די מעשה אין קעמפ?
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

הרב_שלום האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן: מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?

באבע יוטעלע איז אוועק תשע אין עלטער פון 94 איבערלאזענדיג איבער 1000 אייניקלעך, עטליכע אידען זענען אוועק אין אנהייב די ע יארן זייענדיג איבער די 90, אבער זייער עלצטע קינד איז געבוירען תשח נאך דעם וואס היטלער האט אויסגעהארגעט זייער משפחה
איבערגעלאזט א שטוב מיט 15 קינדער בליעה"ר
אויף יעדע גאס אין קרית יואל וואוינט אן אייניקעל
ר' משה וועבערמאן האט חתונה געהאט 4 וואכן נאך ר שמואל קרויס אינצווישען איז איז איר זוהן ר אהרן שווארטץ ע"ה געבוירען

???

האסט געליינט דעם אשכול?
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

קומענדיגע דינסטאג קומט פאר דריי חתונות אין קרית יואל אלעס אירע אייניקלעך בלע''ה.
מיין חלק אינעם שמועס...
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

חלקי האט געשריבן: קומענדיגע דינסטאג קומט פאר דריי חתונות אין קרית יואל אלעס אירע אייניקלעך בלע''ה.

ב"ה די אייניקלעך קומען אן צוביסלעך.. (גילוי?)

רבותי שטורעמטס אריין. כ'בין זעכער זי האט היבש אביסל אייניקלעך דא..
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

רוימישער האט געשריבן:

האלסט אז נאר אייניקלעך ווייסן ווער סמאכט חתונה אין קרית יואל??? (אפשר בין איך די צעטל קלעבער?!)

חלקי האט געשריבן:

אה.. זייער גוט. פון טויזנטער אייניקלעך וואלט איך קיינמאל נישט געוואוסט ווער דו ביזט.
קען זיין א שמש, א גרעפיקער, א מקוה איד, א חתן, צו גאר א קיישעלעך בינדער..
יעצט דארף איך אויסוועלן צווישן געציילטע צעטל קלעבערס

;l;p-
מיין חלק אינעם שמועס...
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”