מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
יחוס און אפשטאם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
רוימישער האט געשריבן: איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?
איז דא איינער וואס ווייסט עפעס אינפארמאציע?
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
היינט נאכט האט חתונה איר אינגסטע אייניקל אין מאנסי
על "טעם וריח" אין להתווכח
- טשעירמאן
- שר האלפיים
- תגובות: 2287
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
- לאקאציע:אויפן באלעמער
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
רוימישער האט געשריבן: איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?
אפי' נישט קיין נומבער נאר עפעס א מושג פון ווי גרויס איז די משפחה? אויף יעדע קר''י גאס איז דא אן אייניקעל?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
טשעירמאן האט געשריבן:רוימישער האט געשריבן: איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?
אפי' נישט קיין נומבער נאר עפעס א מושג פון ווי גרויס איז די משפחה? אויף יעדע קר''י גאס איז דא אן אייניקעל?
פרעגסט אגער זאגסט?
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8912
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
שוין געהערט פון א צווייטן איד פונעם פריערדיגן דור אויך אזא מעשה מיט זיין שווערשמן זית האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
שטעל דיר פאר היינט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- בלא בלא בלא
- שר האלף
- תגובות: 1809
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
פון וואו קומט דיין מעשה?שמן זית האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס ווייס איך נישט ווייל נאר איר האב איך געקענט אבער לאמיר פרובירן...טשעירמאן האט געשריבן:מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?
* די שווארטץ באבע איז געווען גאר א שטארקע כאראקטער פון אינסייד אוט שטארקע מיינונגען מיט פעסטע יסודות. פארט האסטו געקענט מיט איר שמועסן ווי א חבר איבער אלעס און אלעם.
* איר נאנטשאפט צו די סאטמארע רעביצין אלטע פייגא ע"ה האט איר אריינגעברעגט לבית צדיק און איר געהויבן אין די וועלט פון צדקה וחסד.
* אלעמאל איז זי געווען פארקאכט אין שאפן ריזיגע געלטער פאר אירע צוועקן, גענומען פון רייכע און געטיילט פאר ארימע לצרכי רפואות, הכנסת כלה, מסדר זיין שטובער וכו',
* אין איר שטוב האט מען געאטעמט די רבי ז"ל - כאטשיק וואס איר מאן ר' יהוסף ע"ה איז געווען א חסיד לבית קאסאני האבן זיי די קינדער געשיקט לערנען קיין סאטמאר און געפירט א שטוב דבוק ומקושר צום רבין כל ימיו.
מיט דעם וואס זי איז געווען געבענטשט מיט טויזענטער אייניקלעך קעה"ר האט זי וואונדערליך געהאט א פערזענליכע קשר מיט יעדען אייניקל באזונדער פון גרויס ביז קליין.
* זי איז געווען אינטערסירט 'דיך' צו הייבן אד"ג קיינמאל גערעדט אדער געקוועטשט פון זיך.
* זי פלעגט גאר שטארק מחשיב זיין און שטיצן אירע אייניקלעך תלמידי חכמים ובפרט איר זוהן הרה"צ ר' שמשון ע"ה מברסלב מיט וועם זי האט זיך געטשאטשקעט.
* פלעגט זיך אלעמאל אינטערסירן אין דיין פרנסה און געוואלט פארשטיין יעדע דעטאל און געגבן עצות..
* א ריז אין הכנסת אורחים. געהאט 16 קינדער צו פיטערן און חתונה מאכן אבער געהאט אן אפען שטוב ווי יעדער נצרך האט זיך געשפירט היימיש באכילה שתיה לינה ובפרט אין אירע ווילאמסבורגע יארן איידערן מופן קיין קרית יואל.
* איר נאטור איז געווען נאכצולויפן צו טון מצוות און מעשים טובים, זי פלעגט גיין אין שפיטעלער מבקר חולה זיין עלענדע און צובראכענע.
* א באזונדערע זיסע צוגאנג האט זי געהאט מיט אפגעפארענע וועמען זי האט שטארק מקרב געווען און געקענט שמועסן מיט זיי כאלו לא היה אבער דאך מעורר געווען צו תשובה למשל דורך זינגען עפעס א פארצייטישע ניגון באגלייט מיט א טרערלע...
* אלעמאל ארום איר האט זיך געשפירט א גוטע ענערגי און א פאזיטיווע ווייב.
* זי האט געפירט גאר א פרומע און אפגעהיטענע סאטמארע חסידישע שטוב ווי אלע שמועסן האבן זיך געדרייט ארום דעם רבין זי"ע און זיין שיטה הק' און האט אסאך געמאנט אז משפחת שווארטץ זאל נישט משנה זיין פון די לבוש ובפרט ביי די פרויען מען זאל זיין שטאלץ מיט די פרומע אויסזעהן.
* זי האט אסאך יסורים מיטגעמאכט אין לעבן סיי ביים קריג און נאכן קריג ביי די מעשה מיטן יונגעלע אין קעמפ אבער קיינמאל גערעדט דערפון און אוודאי זיך נישט אפגערעט. און לאמיר נישט פארגעסן 38 יאר איז זי געווען אן אלמנה פון איר מאן ר' יהוסף ע"ה.
* זי פלעגט קעמפן קעגן יעדע נייע מאדע מיט אזא ליצניתא דע"ז. אבער נישט געגאנגן פריוואט און נישט געווען ביטער, האסט געזעהן זי מיינט עס לשם שמים.
* בכלל איז זי געווען א פרייליכע אידענע, מיט איר יוניק קאקאש טיכל און מיט איר לעכטיגע שמייכעל באגלייט מיט א גוט ווערטעל האט זי באלאכטן דעם צימער אדער זאל.
* איר דאווענען איז געווען ווי א פארצייטישע רעבעצין. עס איז געווען וואס צו זעהן.
זאל זי זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע אמן סלה.
- טשעירמאן
- שר האלפיים
- תגובות: 2287
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
- לאקאציע:אויפן באלעמער
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
WOW
זייער שיין, מזאגט אז גוטע זאכן קען מען און מען מעג זיך לערנען פון יעדעם.. איך ליין דא אז פון איר קען מען זיך ''אסאך'' לערנען..
בפרט די פאזעטיוועטי
זייער שיין, מזאגט אז גוטע זאכן קען מען און מען מעג זיך לערנען פון יעדעם.. איך ליין דא אז פון איר קען מען זיך ''אסאך'' לערנען..
בפרט די פאזעטיוועטי
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
- היסטאריקער
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה
ר' יהוסף'ס טאטע ר' משה ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, אוועק אין די כ'ס מיין איך
ד"א ר' יהוסף האט טאקע געשיקט די קינדער אויף סאטמאר, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט, אייביג געדאווענט אין סאלקא אויף קליימער/יוז סטרייט
איינמאל א יאר הושענה רבה איז ער געגאנגען אויף סאטמאר
ד"א ר' יהוסף האט טאקע געשיקט די קינדער אויף סאטמאר, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט, אייביג געדאווענט אין סאלקא אויף קליימער/יוז סטרייט
איינמאל א יאר הושענה רבה איז ער געגאנגען אויף סאטמאר
Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה
און אראפגענומען די קיישעלעך פאר הלל.., כמנהג קאסאןהיסטאריקער האט געשריבן:ר' יהוסף'ס טאטע ר' משה ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, אוועק אין די כ'ס מיין איך
ד"א ר' יהוסף האט טאקע געשיקט די קינדער אויף סאטמאר, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט, אייביג געדאווענט אין סאלקא אויף קליימער/יוז סטרייט
איינמאל א יאר הושענה רבה איז ער געגאנגען אויף סאטמאר
על "טעם וריח" אין להתווכח
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2206
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה
א קאסאניער קענסטו נישט פארדרייען, דאס איז אין די בלוט דורך און דורךטעם וריח האט געשריבן:און אראפגענומען די קיישעלעך פאר הלל.., כמנהג קאסאןהיסטאריקער האט געשריבן:ר' יהוסף'ס טאטע ר' משה ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, אוועק אין די כ'ס מיין איך
ד"א ר' יהוסף האט טאקע געשיקט די קינדער אויף סאטמאר, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט, אייביג געדאווענט אין סאלקא אויף קליימער/יוז סטרייט
איינמאל א יאר הושענה רבה איז ער געגאנגען אויף סאטמאר
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
אז מען דערמאנט הרה"ח רבי יהוסף ז"ל וויל איז מיטטיילן אן אנעקדאט וואס איך האב לעצטנס געהערט פון זיין זין הרה"ח רבי נחום ני"ו.
נאכ'ן קריג ווען די משפחה איז געווען מטולטל אין א קעמפ - לאגער (ערגעץ וואו כ'דענק נישט), איינמאל שבת צופרי איז א אמעריקאנער סאלדאט דורכגעפארן און ער האט געזען דא א משפחה מיט קינדער בלי משען ומשענה מ'קען זיך פארשטעלן זייער ענגן מצב תיכף נאכן קריג, האט ער ארויסגעשלעפט א הונדערטער, א ריזיגע סכום געלט בימים ההם, און אהין דערלאנגט פאר ר' יהוסף ס'געלט, מיט א פייערדיגע שטימע האט זיך ר' יהוסף צושריגן 'נא, שבת! שבת! שבת! און בשו"א נישט געוואלט איבערנעמען דאס געלט...
(זיין רעביצן האט אבער געהייסן דעם גוי לייגן ס'געלט אין א זייט...)
*
נאך האט איך געהערט מהנ"ל.
דעם ערשטן שבת דארט אין קעמפ, איז ר' יהוסף אריינגעקומען פרייטאג צו נאכט'ס אין שוהל, און מיט א קאסענע פלאקער אנגעהויבן הודו און זיך צופאטשט מיט די הענט, איי הודו לה' כי טוב!!
איינער דארט האט נישט אויסגעהאלטן די ברען, און צוגעגאנגען צו ר' יהוסף און געפרעגט מיט שפאס, "סאיז דא פייגעלעך דא? פארוואס פאטשסטו מיט די הענט?!
אבל הוא משלו איז אנגעגאנגן מיט זיין ברען און קאך ואל יבוש מפני המלעיגים.

- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7394
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע:חשש גילוי
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
א פחד פון די תוצאה...שמן זית האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- טשעירמאן
- שר האלפיים
- תגובות: 2287
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
- לאקאציע:אויפן באלעמער
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
אין די מעלות איז געווען א זיסע אנקעדאט אז איינמאל ווען זי האט באזוכט אירע אייניקליך אין קעמפ האט זיך איין מיידעל זיך אריינגעדרייט צוווישען אירע אייניקלעך און די (צוחגעקומענע) באבע האט איר באהאנדעלט כאילו זי איז איר אייניקעל..
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
- טעמטי
- פורים רב תשפ"ג
- תגובות: 4143
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
- לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
- פארבינד זיך:
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
צו געזונט האט געשריבן:א פחד פון די תוצאה...שמן זית האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
א תוצאה וואס ווארפט א פחד...
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
די מעשה איז 100% שקרשמן זית האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
--- און געזאגט "אדער ביסטו מיין אייניקל אדער וועסטו זיין."טשעירמאן האט געשריבן:אין די מעלות איז געווען א זיסע אנקעדאט אז איינמאל ווען זי האט באזוכט אירע אייניקליך אין קעמפ האט זיך איין מיידעל זיך אריינגעדרייט צוווישען אירע אייניקלעך און די (צוחגעקומענע) באבע האט איר באהאנדעלט כאילו זי איז איר אייניקעל..
Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע
טעמטי האט געשריבן:צו געזונט האט געשריבן:א פחד פון די תוצאה...שמן זית האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א מעשה,
אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
א תוצאה וואס ווארפט א פחד...
- Black and yellow
- שר חמישים
- תגובות: 80
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm
Re: בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט?
הגאון ר' יצחק קאפף זצ"ל בעל לקיטת יצחק : ער איזרוימישער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:00 pmאיך ווייס נישט אויב עס קומט אריין דא, אבער עפעס א שייכות האט עס זיכער..
זושאלע האט געשריבן:-001.jpgמי הוא זה ואיזהו, זה...זושאלע האט געשריבן:לחכימא ברמיזא...
בעצם נישט אזא באוואוסטער פיגור,
אבער דא אין ניו יארק אליין האט ער עטליכע טויזנט אייניקלעך קע"ה כ"י, חוץ פון איבער די גארער וועלט.שמעלקא טויב האט געשריבן:א רב, רבי, ראש ישיבה?זושאלע האט געשריבן:דומ"ץ.שמעלקא טויב האט געשריבן:א דומ"ץ מיט טויזענטער אייניקלעך, המממ. אפשר דער דזוקיבער דיין ר' בעריש לויפער?זושאלע האט געשריבן:נאויפס...
טאקע פון יענע תקופה,
אבער פון אונגארן.מיללער האט געשריבן:איי די אונגארישע חן, דער הוט מיט די איבערציער איז געוואלדאוונע.
לאמיר קלערן פון אן אונגארישער דיין מיט טויזענטער אייניקלעך אין ניו יארק,
ר' אברהם חנוך פר"מ דומ"ץ סאטמאר? (עה, טויזענטער אייניקלעך איז מן הסתם נישט ער)
אפשר איינע פון די סיגוטע דיינים; טאבאק, כהנא, העללער?זושאלע האט געשריבן:לא (מיט אן אל"ף)....
עמיר אנהייבן:
הגאון הצדיק רבי יצחק....
דיין ומורה צדק בק"ק....מיללער האט געשריבן:זושא,
האט ער מחבר געווען א ספר?זושאלע האט געשריבן:יא, עטליכע ספרים...
על התורה, על סוגיות הש"ס, על הלכות מילה, ועוד חיבורים בכת"י.
שנת תשס"ב האט א אייניקל דא אין ברוקלין געדרוקט פון כת"י א ספר אויף שו"ע או"ח.מיללער האט געשריבן:איך וואלט געזאגט ר' שבתי איש ליפשיץ דומ"ץ ארשיווא שחיבר ספר על הל' מילה, דאס איז דאך אבער נישט יצחק.
פון די שווארצישע האט אויך איינער מחבר געווען אויף הל' מילה, ר' פנחס זעליג שווארץ, אבער דער איז דאכציך נישט געווען קיין דיין און נישט ער הייסט יצחק.
אפשר ר' יצחק אייזיק דער שוחט פון זוראוויץ מחבר ספר יסוד יצחק עה"ל מילה
http://hebrewbooks.org/38239
איז ער דאך נישט דומ"ץ....
נא וואס נאך?שמעלקא טויב האט געשריבן:ר' זושע, גיבט א דוגמא איבער זיינע אייניקלעך, זענען צווישן זיי פארהאנען בארימטע רבנים וכו'?זושאלע האט געשריבן:כעל מער נישט ציען די נערוון, (כ'ווייס דעם געפיל ווען מ'טוט עס מיר....).
הלא הוא
הגאון הצדיק רבי יצחק קאפף זצוק"ל
דיין ומורה צדק בק"ק ערלוי יצ"ו, משנת תרל"ו עד יום פטירתו ט' חשון תרפ"ט לפ"ק
מח"ס לקיטת יצחק בן אברהם עה"ת, בר ריב"א על סוגיות הש"ס, ברית אברהם על הלכות מילה, ועוד חיבורים בכת"י,
ולאחרונה יצא לאור לראשונה מכת"י ספר לקיטת יצחק על שו"ע או"ח, ע"י נכדו הרב חיים הכהן פריעדמאן שליט"א.
די אייניקלעך זיינע זענען די בני משפחת קאפף בכל העולם (ובכללם קאפף'ס בעקערי),
אין די 'עטליכע טויזנט קע"ה' זענען גערעכנט בני משפחת ר' יהוסף וזוגתו מרת יוטא (באבע יוטעלע...) שווארטץ ע"ה, ועוד משפחות רבות שיחיו.זושאלע האט געשריבן:מציבת קודש.jpg
מצבתו קודש בערלוישמעלקא טויב האט געשריבן:נו ווי קומט ר' יהוסף שווארטץ צום דיין ר' יצחק? אפשר רעכנט איר אויס די יוחס?גענומען פון גליון יומא בהילולאזושאלע האט געשריבן:כתוב שם בספר:
ר' יהוסף
ב"ר משה - חתן המחבר ז"ל
פון דא
געבוירן שנת תר"ח אין שטאט איללאק, צו זיין פאטער הגאון
ר' אברהם זצ"ל וואס איז געווען א מוהל מומחה און זיין
מוטער מרת רחל ע"ה. ווען ער איז אלט געווען עלף יאר איז
ער געגאנגען לערנען אין שטאט זענטע, ביי דעמאלטס ’ דיגן
זענטער רב הגאון ר' דוד לייב זילבערשטיין זצ"ל מח"ס שבלי
דוד )ער איז שפעטער געווען רב אין ווייטצען(. שפעטער
בשנת תרי"ט האט ער געלערנט ביי הגאון ר' פנחס שטיין זצ"ל
אב"ד מיקאלש זצ"ל, דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין
שטאט ווערבוי, ביי הגאון ר' חיים צבי מאנהיימער זצ"ל אב"ד
ווערבוי אנגוואר ועוד. דארט האט ער געלערנט פאר אכט יאר
און ווערט פארעכנט פאר איינס פונעם שבלי דוד ’ ס חשובסטע
תלמידים, און איז א גאנץ לעבן געבליבן מקשר צו זיין רבין.
ווען ער איז אלט געווען ניינצן יאר האט אים זיין רבי מסמך
געווען ברבנות. אים שנת תרל"א האט ער חתונה געהאט מיט
האשה החשובה מרת מלכה יטל בת הרה"ח ר' יודא לייב ווייס
ז"ל פון ווערפלעט. נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין
שטאט ווערפלעט און איז דארט נאנט געווארן מיטן
ווערפלעטער רב הגאון ר' וואלף טענענבוים זצ"ל. ער האט זיך
אויך מסתופף געווען בצ"ק פון הרה"ק ר' הערש'לע ליסקער
זצ"ל בעל אך פרי תבואה און ביי הרה"ק ר' משולם פייש
מטאהש זצ"ל. אין יאר תרל"ז איז ער אויפגענומען געווארן
אלס דיין ומורה צדק אין שטאט ערלוי. ר' יצחק איז געווען א
גרויסע גאון און מתמיד וואס לא פסיק פומיה מגריסא און ער
האט קיינמאל נישט גערעדט קיין שיחה בטילה, ווי אויך פלעגט
ער יעדער נאכט ביי חצות קלאגן אויפן חורבן בית המקדש
)אויף זיין מציבה איז נחרת "בהשתוקקת עצומה רחו נשברה
כל הימים על חרבן בית המקדש להתאבל ולהקים"(. ער איז
געווען באקאנט אלס גרויסער פועל ישועות. ער איז נסתלק
געווארן ביום ט' מר חשון תרפ"ט ומנו"כ אין שטאט ערלוי.
מח"ס ברית אברהם על הלכות מילה )מונקאטש תרמ"ז(, ספר
לקיטת יצחק בן אברהם עה"ת)ב"ב תשכ"ב -כ"ח(, ספר בר
ריב"א על חידושי סיגות )ברוקלין תשמ"ב( וספר לקיטת יצחק
על שו"ע אורח חיים )ברוקלין תשס"ב(, ועוד חיבורים בכת"י.
- נישטאמת
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4595
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב
Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה
שטעל זיך פאר זיי בלייבן אין קאסאן, סאטמאר וואלט געווען האלב די סייז.משה צימערינג האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:33 amא קאסאניער קענסטו נישט פארדרייען, דאס איז אין די בלוט דורך און דורךטעם וריח האט געשריבן:און אראפגענומען די קיישעלעך פאר הלל.., כמנהג קאסאןהיסטאריקער האט געשריבן:ר' יהוסף'ס טאטע ר' משה ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, אוועק אין די כ'ס מיין איך