קוויקבוקס: קרעדיטס און ריפאנדס
ווען א קאסטומער ברענגט צוריק עפעס איז דא אן אפשען אונטער 'קאסטומערס' צו מאכן א קרעדיט רעסיט דורך גיין צו CREATE CREDIT MEMOS.
די קרעדיט מעמאס זענען "נישט" אויטאמאטיש אנגעשטעלט אז עס גייט ארויס פון די "באנק אקאונט", עס איז א בחינה פון א בלויזער מעמא [ענליך צו א סעילס ארדער]. יא עס פארשטייט אז דאס איז א מיינוס אינעם אקאונטס רעסיוועבל אבער דערווייל איז עס נאן פאוסטינג ביז מען טוט ווייטערדיגע עקשאן. די סיבה דערפאר איז ווייל מיט א קרעדיט קען מען טון עטליכע אפציעס. מען קען 'צוריקגעבן געלט בפועל' וואס דאן ברויך מען ריפאנדן דעם קרעדיט קארד [דורך דעם טערמינעל אדער געיטוועי וואס מען נוצט כסדר צו טשארזשן ק"ק, אינדרויסן פון קוויקבוקס!], (מען קען אויך שרייבן א טשעק פארן קאסטומער אין די ווערד פונעם ריפאנד, אבער זייט געווארנט אז די געלט זאל נישט ארויסגיין צוויי מאל איינס ביים ריפאנד און איינס ביים טשעק. מער איבער דעם שפעטער) און הערשט דאן פארט די געלט ארויס פונעם באנק אקאונט, אדער קען מען געבן א 'סטאר קרעדיט' וואס די געלט בלייבט אינעם באנק אקאונט ווייל קיינער נעמט עס נישט ארויס ביז דער קאסטומער קויפט איין נאכאמאל און באצאלט מיטן קרעדיט.
קרעדיטס/ריפאנדס אקאונט
צי איז א קרעדיט א אינקאם אדער א עקספענס אקאונט?
וועל, אין קוויקבוקס ביי דיפאלט איז דא אן אקאונט 'קרעדיטס\ריפאנדס וואס ליגט אלס אן אינקאם אלס א סוב פון 'סעילס'. אבער ווען מען קוקט א ריפארט אויף דעם אקאונט וועט מען דארט נישט טרעפן די אלע ריפאנד און קרעדיטס וואס מען האט געאישוט פאר קאסטומערס.
איך דעם חלק בין איך אויך נישט אינגאנצן קלאר. אבער איך מיין אז ס'בלייבט אינעם 'אנדעפאזיטעד פאנדס' אקאונט אלס נאן פאוסטינג ביז מען מאכט א פרישע דעפאזיט וואס דאן וועט די דעפאזיט זיין מיינוס דעם ריפאנד אמאונט. כ'וועל מוזן לאזן חיים ברוך צוענדיגן...
סעיוון די קרעדיט מעמא
ווי דערמאנט אז מען קען טוען עטליכע זאכן מיט א קרעדיט מעמא, דעריבער ביים סעיוון א קרעדיט מעמא פרעגט ער דיר גלייך וואס ווילסטו טון מיט די קרעדיט, ווילסט עס עפלייען צו אן אפענע אינוואויס, האלטן אלס סטאר קרעדיט, אדער ווילסטו בפועל געבן צוריק געלט. אזוי אויך קען מען סעיוון דעם מעמא אן גארנישט טון, און הערשט שפעטער באשליסן.
אויב ווילסטו עס עפלייען צו אן אינוואויס [דאס מיינט באצאלן אן אפענע אינוואויס פונעם קאסטומער] וועט דאס ווידער בלייבן א נאן פאוסטינג ווייל פרישע געלט איז נישט אריינגעקומען נאר בלויז פארנוצט אן אלטע קרעדיט.
אויב ווילסטו עס האלטן איז דאך די זעלבע זאך, גארנישט גייט נישט אריין און נישט ארויס.
אויב ווילסטו עס צוריקגעבן, דאן וועסטו דאך דארפן שרייבן א טשעק דערפאר און בפועל 'ארויסנעמען' געלט פונעם באנק וואס דאן וועט זיך עס פאוסטן אלס עקספענס.
גיוו עי ריפאנד
קוויקבוקס פארשטייט אז אין הכי טאקע דו וועסט צוריקלייגן דעם טשארזש צום קארד דורך דיין געווענליכן טערמינעל מיט וואס דו טשארזשט אלעמאל דיינע קרעדיט קארטלעך, אבער וויאזוי וועט דו געלט ארויסגיין פון ביזנעסעס באנק אקאונט?
איז אבער דא אן ענין פון אנדעפאזיטעד פאנדס וואס פאלט דא אריין. ווען מען באקומט א פעימענט פון א קאסטומער דורך 'רעסיוו פעימענטס' גייט די געלט נאכנישט גלייך אריין אין באנק נאר עס בלייבט אין אנדעפאזיטעד פאנדס קודם, און מען דארף 'מאכן א דעפאזיט' דורך RECORD DEPOSITS אריין אין אקאונטס רעסיוועבל און פון דארט אין באנק אריין. דאס הייסט, דאס געלט ווערט קודם געהאלטן אין 'אנדעפאזיטעד פאנדס' און סוף טאג מאכט מען א טאטאל דעפאזיט פון אלע היינטיגע טרענזעקשאנס. (בקיצור, עס גייט אין אנדעפאזיטעד פאנדס, נאכער און אקאונטס רעסיוועבל, נאכער אין באנק אריין).
ווען ס'יז אבער דא א ריפאנד אינעם 'אנדעפאזיטעד פאנדס' אקאונט, וואס איז א מיינוס צום באלאנס אינעם אקאונטס רעסיוועבל אריין, וועט די דעפאזיט טאטעל זיין ווייניגער יענעם טאג וויבאלד ס'יז דא א נעגעטיוו בעלענס אינעם אקאונטס רעסיוועבל דורך דעם ריפאנד. קומט אויס אז די געלט נעמט מען קיינמאל נישט ארויס פונעם באנק נאר מען מאכט אנשטאט א קלענערע דעפאזיט. און אויב איז די דעפאזיט עמאונט ווייניגער ווי דעם ריפאנד עמאונט וועט ער דיר נישט לאזן מאכן א דעפאזיט ווייל מען קען דאך נישט מאכן קיין נעגעטיוו דעפאזיטס.
פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך נישט עד היום, וואס האט געבאדערט מרס. קוויקבוקס (די מענער האבן שוין גענוג פון מר. קליען..) צו מאכן א געהעריגן 'אריין' און א געהעריגן 'ארויס' אן פארמישן די דעפאזיטס דערינען. אפשר חיים ברוך וועט האבן עפעס דערויף.
גיוו עי ריפאנד דורך שרייבן א טשעק
אויב משום סיבה קען מען נישט צוריקלייגן די טשארזשעס צום ק"ק נאר אנשטאט מוז מען געבן א טשעק, דאן דארף מען זיין געווארנט נישט ארויסנעמען דאס געלט צוויי מאל, דורך סעלעקטן 'גיוו עי ריפאנד' נאכן מאכן דעם קרעדיט מעמא [און ביי רעקארד דעפאזיטס וועט עס זיין ווייניגער] און שפעטער ביים שרייבן דעם טשעק. טא וואס איז די עצה? וויאזוי האלט מען א 'מעמא' אלס א קרעדיט פאר דעם קאסטומער?
איז דא אן עצה ווי פאלגענד, ווי געשריבן אויבן אז ביים מאכן דעם קרעדיט מעמא אליין וועט עס נאכנישט פאוסטן ביז מען טוט ווייטערדיגע עקשאן. דאן מאכט א קרעדיט מעמא און סעיוו אן קיין שום עקשאן. נאכער גייט צו 'רייט טשעקס' און שרייבט א טשעק צום קאסטומער און אלס עקספענס אקאונט נוצט די 'זעלבע' אינקאם אקאונט ווי דאס וואס מען האט געמאכט דעם סעיל, דעם אינקאם.
דער אויפטוה פון דעם וועל מיר ממשיך זיין