קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
באלאנגט אין דעם אשכול? אלנפאלס, אפשר וועט איינער האבן דערפון ניצן.
פאר די אשת חיל עקרת הבית וואס איז געפארן וויילן אין א ווארימערן קלימאט, צו שעפן פרישע כוחות:
אלעמאל צו יעדע צייט ווען ביסט נאנט אדער ווייט אפילו נאך א לאנגע פלייט איבער טויזנט מייל אפגעשיידט א חילוק פון צענליגע דעגרי פארנהייט שפיר איך דיין ווארעמקייט אפשר גאר דורך די סאטעלייט...
דיין קורצע אפוועזנהייט געבט מיר א געלעגנהייט אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט שעצע צו דיין הארציגקייט נאכמער דיין באשיידנהייט און דיין שטענדיגע פרייליכקייט וואס מעסט זיך נישט אין גיגאבייט אדער טעראבייט...
לכבוד מיין געטרייע ...................תחי' צו די געלעגנהייט וואס עס קומט יעצט אויס אז מען קען זיך ברוך ה' אביסל אפרוהען פון די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר, וויל איך אביסל אויסשמועסן מיט דיר די גרויסע און וויכטיגע ארבייט וואס דו טהוסט א גאנצע יאר מיט זייער א סך כח און מיה און פלאג, צו צושטעלן פאר יעדן פון די משפחה עקסטער אלע זאכן וואס מען דארף, עסן און קליידער און דער עיקר א סך אהבה און ליבשאפט צו מיר און צו אונזער זיסע קינדער'לך , וואס דאס בויעט זיי אויף אייביג אי"ה, עס איז באקאנט וואס די הייליגע חכמים ז"ל זאגן כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, דאס מיינט ווער עס ראטעוועט א נפש מישראל איז כאילו ער בויעט אויף א גאנצער וועלט, דאס מיינט נישט דוקא א הצלה מעמבער וכדומה נאר יעדער איד האט די מעגליכקייט צו זיין אין דעם כלל און זוכה זיין צו די הבטחה פון כאילו קיים עולם מלא. איז זיכער אויף דיר וואס די ארבייט אזוי שווער מיט געטריישאפט פאר די שטוב. איז יעצט אז מען קען זיך אפרוהען פאר א קורצע צייט איז דא די ביסל צייט צו אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין אז די עבודה וואס מען טוט א גאנצע יאר איז זייער חשוב און טייער ביים באשעפער, ער נעמט עס אן פונקט ווי א געהעריגע מסירות נפש וואס אמאליגע צדיקים האבן געטהון לויט זייערע מדריגות און דער שכר וואס מען וועט אויף דעם באקומען איז ממש אומשאצבאר. וואונטש איך דיר נאר אן פון טיפן הארץ מיר זאלן זוכה זיין צוזאמען געזונטערהייט ביז הונדערט און צואנציג יאר צוזאמען צו ערציען אונזערע דורות די טייערע און ליכטיגע קינדער אויף די תורה'דיגע און ערליכע וועגן ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון אנזערע עלטערן, און אונז זאלסן זיך גוט אויסרוען און צוריק קומען פריש און געזונטערהייט און הנאה האבן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, ה' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם!
Ban Mazel האט געשריבן:

איך האב עס אביסעל געטוישט. און אריין געלייגט די ווארט וואס איך געזעהןדא צו די געלעגנהייט וואס עס קומט יעצט אויס אז מען קען זיך ברוך ה' אביסל אפרוהען פון די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר, וויל איך אביסל אויסשמועסן מיט דיר די גרויסע און וויכטיגע ארבייט וואס דו טוסט א גאנצע יאר מיט זייער א סך כח און מיה און פלאג, עס איז באקאנט וואס די הייליגע חכמים ז"ל זאגן כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, דאס מיינט נישט דוקא א הצלה מעמבער וכדומה נאר יעדער איד האט די מעגליכקייט צו זיין אין דעם כלל און זוכה זיין צו די הבטחה פון כאילו קיים עולם מלא. איז זיכער אויף דיר וואס די ארבייטסט אזוי שווער מיט געטריישאפט פאר די שטוב. איז יעצט אז מען קען זיך אפרוהען פאר א קורצע צייט איז דא די ביסל צייט צו אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין אז די עבודה וואס מען טוט א גאנצע יאר איז זייער חשוב און טייער ביים באשעפער, עס איז דאך א פשוט'ע זאך אז ווען איינער מאכט יעדע רגע א דאלער וועט ער טאקע ארבייטען פלייסיג, אבער עס קומט נישט צי צו די פלייס וואס עס ארבעט איינער וואס מאכט יעדע רגע הונדערט דאלער, און אודאי נישט צו איינעם פון טויזענט, וקל וחומר נישט צו איינעם וואס מאכט הונדערט טויזענט א רגע, וואס ער אפי' א רגע וועט ער נישט מבטל זיין, ווייל סאיז דאך א געוואלדיגער שאדן. במילא א אידישע מאמע וואס פארשטייט אז יעדע קינד איז א אוצר פאר זיך און איז ווערד א מיליאן און נאך פיל פיל מער דערקענט זיך עס אויף יעדע ריר און יעדע רגע. וואונטש איך דיר נאר אן פון טיפן הארץ מיר זאלן זוכה זיין צוזאמען געזונטערהייט ביז הונדערט און צואנציג יאר צוזאמען צו ערציען אונזערע דורות די טייערע און ליכטיגע קינדער אויף די תורה'דיגע און ערליכע וועגן ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון אנזערע עלטערן, און אונז זאלסן זיך גוט אויסרוען און צוריק קומען פריש און געזונטערהייט און הנאה האבן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, ה' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם!