-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך איש האשכולות
»
היסטאריש האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
טראוועי האט געשריבן:
פטו וואנעט נעמסטו דעס אז די אמעריקאנער מיליטער האט געהאט אינטרנט פאר די וועלט האט געוויסט דערפון ?
די אמעריקאנע מיליטער איז אויפגעקומען מיט די בריאה וואס רופט זיך אינטערנעט, שפעטער האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ אז מען זאל עס ארויסגעבן פארן פובליק
און דאס איז נאר א ביישפיל.כ'האב אמאל געליינט א לאנגע ליסטע מיט זאכן וואס די מיליטער האט געהאט פאר לאנגע יארן פאר ס'איז ארויסגעקומען פאר די אפענע וועלט..אויב איינער קען די זאכן קענען זיי אריינקומען....
איך מיין אז דער GPS וואס מיר אלע ניצן היינט, איז אויך די מעשה אזוי.
יאאון אויך נאך זאכן, אריינגערעכנט..זון ברילןא דזשיפדי היינטיגע אונטערהעמדעראונזער אלעמען באקאנטן 'דאקט טעיפ'סינטעטישע ראבער (אמאל פלעגט מען נוצן פון די ביימער)סילי פוטי (פרעג נישט פארוואס זיי האבן עס געדארפט..)מייקראוועיוו אויבן (אנגעהויבן מיטן נוצן די שטראלן אויפצודעקן שפיאנען, ביז איין פראפעסאר האט באמערקט אז א ציקערל וואס ער האט געהאט אין טאש האט זיך צולאזט. פון דא און ווייטער איז היסטאריע..)עפי-פען (פאר אלערגישע)Virtual reality (גענוצט צו טרענירן פילאטן אן דארפן פאקטיש פליען. היינט אלס אונטערטעינמענט)מ'קען נאך אסאך שרייבן איבער דעם. די עולם איז מכובד..
דארפא (DARPA) איז די מיליטערישע ריסורטש אפטיילונג וואס פארלאנגט באמת אן עקסטערע באשרייבונג פאר זיך (איך וועל מכבד זיין אנדערע דערמיט),זיי גיבן זיך אפ מיט אויפטרעפן נייע ערפינדיגען צב"ש GPS, דראונס, וועטער סעטעלייטס, סטעלט טעכנעלאגיע, די גאנצע ערפינדונג פון דרייווערלאזע טעכנעלאגיע, די אינטערנעט, פרייוועט קאמפיוטערס, די אלעמען באקאנטע "מאדערנע וואקסין" איז אויך טיילווייז ערפונדען געווארן דורך דארפא.און דאס איז בלויז טעכנעלאגיע וואס אונז קומען און בארירונג אין טאג טעגליכע לעבן.די ליסטע פון מלחמה טעקנאלעדשי גייט פוןCTS דאס איז א טעקנאלעדשי וואס קען האלטן אן אויג אויף א ריזיגע סיטי, ספעציעלע סענסארס וועלן צוריק שיקן פונקטליכע ריפארטס וועלכע גאס ס'פארן קארס, וואו ס'דרייען זיך מענטשען, אא"וו צו די הויפטקוארטירן בשעת מלחמה.ביז EXACTO דעיס איז א סמארט גאן (נישט פאון) וואס קיין איין בולעט גייט נישט לאיבוד מ'צייכענט אן פארן סמארט בולעט זיין דעסטינאציע און אפילו די טארגעט ריקט זיך אוועק וועט די בולעט אים באטרעפן,מיט הונדרעטער אנדערע געניאלישע אויסטרעפן אינדערמיט וואס מיר גייען זיך לכאורה נישט אנטרעפן אזוי שנעל אין טאג טעגליכע לעבן.ענד די ליסט גאוס אן...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.