די דראמאטישע מיסטעריע וואס האט מיט ארום 140 יאר צוריק אויפגעשטורעמט די אידישע וועלט און צוליב וואס דער הייליגער שיניאווער רב איז ספעציעל געפארן קיין ליטע.
״יאשע קאלב״ איז א שפאנענעד דראמאטישע מיסטעריע וואס האט בשעתו אויפגערודערט די אידישע וועלט אין גאליציע, אונגארן און ליטע, און איז עד היום נאך אלץ נישט פולשטענדיג געלייזט געווארן. ווער איז געווען דער אינגערמאן: משה חיים פון שידלאווצע, אדער יאשע קאלב פון קראסניבראד?
די גרעסטע גאונים וצדיקים האבן פרובירט לייזן די חידה און הלכה׳דיג ברענגען עס צו א טאלק, - עד כדי כך, אז דער הייליגער שיניאווער רב, דער דברי יחזקאל זצ״ל, איז ספעציעל געפארן קיין בריסק, אין דער ליטע, צו דערגרונטעווען זיך דערין, וואו ער האט זיך וועגן דעם געטראפן מיט׳ן בריסקער רב, רבי יאשע בער סאלאווייטשיק, דער בית הלוי זצ״ל. ———————
די פרשה האט זיך אנגעהויבן אין שנת תרכ״ז ווען צוויי רביים, הגה״ק רבי יהושע׳לע קאמינקער זי״ע און הרה״ק רבי צמח פון שידלאווצע זי״ע האבן זיך משדך געווען. רבי יהושע קאמינקער איז געווען דער זון וממלא מקומו פון הרה״ק רבי שלום מקאמינקא, רעו כאח לו פון הייליגען דברי חיים זי״ע, און רבי צמח פון שידלאווצע, איז געווען דער זון פון הרה״ק רבי נתן דוד פון שידלאווצע, און אור אייניקעל פון הייליגן יו״ד הקדוש פון פשיסחא זי״ע.
כאטש זיי זענען איטליכער אליין געווען רבי׳ס פון הונדערטער חסידים פלעגן זיי פארן זיך מסתופף זיין ביים הייליגן צאנזער רב. דארט אין צאנז איז צושטאנד געקומען דער שידוך צווישן רבי צמח שידלאווצער׳ס זון משה חיים מיט רבי יהושע קאמינקער׳ס טאכטער יענטע.
די חתונה איז פארגעקומען בערך אין שנת תרכ״ח ווען דער חתן איז אלט געווען 15 יאר. אין דער גרויסער חתונה האבן זיך באטייליגט מאסן חסידים פון ביידע הויפן ווי אויך די צדיקים רביה״ק משיניאווע זי״ע, הרה״ק רבי משה מבארדיוב זי״ע און הרה״ק רבי שלמה מבאבוב זי״ע.
נאך דער חתונה איז דער חתן רבי משה חיים געווען אויף קעסט ביי זיין שווער אין קאמינקע וואו ער איז געזעסן על התורה ועל העבודה און האט עוסק געווען בנגלה ובנסתר. נאך א יאר האט ער איינער אליין פארלאזט קאמינקע און איז אהיימגעפארן צו זיין פאטער קיין שידלאווצע וואו ער האט געוואלט לערנען בפרישות. זיין טאטע האט זיך ביי אים געבעטן ער זאל צוריקפארן צו זיין משפחה קיין קאמינקע. ער האט צום סוף מסכים געווען, זאגענדיג אבער, אז אויפן וועג צוריק קיין קאמינקע וועט ער קודם פארן קיין צאנז וואו ער וועט פארבלייבן פאר א צייט נתעלה צו ווערן אין תורה, עבודת השם און אין חסידות.
ער איז טאקע אנגעקומען קיין צאנז וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט. אין א שיינעם טאג איז אבער והילד איננו. משה חיים איז פלוצים נעלם געווארן. קיין קאמינקע איז ער קיינמאל נישט אנגעקומען און מער האט מען אים נישט געזען און פון אים נישט געהערט. ועקבותיו לא נודעו.
מ׳האט אים געזוכט אין דער גאנצער געגענט און אין גאנצן לאנד. אבער אן ערפאלג. ס׳איז אוממעגליך געווען צו קומען אויף זיינע שפירן. איבער צען יאר איז זיין ווייב געבליבן א לעבעדיגע עגונה. מ׳האט זיך שוין מייאש געווען פון דעם אז זי וועט אמאל באפרייט ווערן פון די כבלי העיגון.
ביז זומער פון שנת תרמ״ב. פלוצים האט זיך פארשפרייט א שמועה אז צווישן די בעטלער וואס גייען ארום שנארן איבער די שטעטלעך אין גאליציע האט מען באמערקט דעם פארשוואונדענעם משה חיים. באלד האבן קאמינקער חסידים זיך ארויסגעלאזט אויף דער יארכע צו טרעפן דעם רבי׳נס איידעם ר׳ משה חיים. נאך אינטענסיווע זיכונגען האבן זיי אים טאקע געפאקט.
ער איז געווען אפגעריסן און אפגעשליסן און געשלעפט זיך מיט בעטלער פושטי יד. עס איז ביי זיי נישט געווען קיין ספק, אז דאס איז ער, דעם רבי׳נס איידעם. ווען זיי האבן אים געפרעגט צי ער הייסט משה חיים האט ער געענטפערט אז יא.
זעלבסטפארשטענדליך אז א יונגערמאן וואס ווערט נעלם ביי די זיבעצן יאר און מ׳טרעפט אים אין עלטער פון דרייסיג יאר, נאך יארן פון וואנדערן און מיטמאכן, ווערט היבש נשתנה צורה. ווען דער קאמינקער רבי האט אים געפרעגט ווער ער איז און וויאזוי ער הייסט האט ער געענטפערט אז ער הייסט משה חיים, אז ער איז דער זון פון שידלאווצער רבי׳ן, אז ער איז זיין איידים און דער מאן פון זיין טאכטער יענטע. אויב דאס איז נישט גענוג האט ער אויך געגעבן גענויע סימנים וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין שום ספק וועגן זיין אידענטיטעט.
ער האט געוואוסט צו דערציילן וואס ער האט געשמועסט מיט זיין שווער אין דער נאכט פון דער חתונה, אז מ׳האט מחדש געווען די לבנה פאר דער חופה, און דעם קאליר פון זיין שוואגער׳ס געפארבטע בעקישע ביי דער חתונה. ער האט געגעבן נאך סימנים וואס נאר משה חיים האט געקענט וויסן.
רבי יהושע קאמינקער האט געהייסן מ׳זאל נוהג כבוד זיין אין אים אבער האלטן אויף אים א שמירה ער זאל בלייבן אין קרעניץ. אינצווישן האט ער געשיקט מודיע זיין דעם מחותן אין שידלאווצע, אז זיין זון געפינט זיך ביי אים אין קרעניץ.
רבי צמח פון שידלאווצע איז גלייך געקומען צו פארן קיין קרעניץ אבער זעענדיג דעם יונגערמאן איז ער אים נישט געפאלן אויפן האלדז נאר קאטעגאריש דערקלערט אז דאס איז נישט ער, - דאס איז נישט זיין זון משה חיים. רבי צמח האט געהאט פארשידענע סימנים אויפצואווייזן אז דאס איז נישט ער. למשל: זיין זון משה חיים האט געהאט ארויסגעפאלן די האר פון קאפ נאענט צום שטערן. דעם יונגערמאן איז אבער פול באוואקסן די האר פון קאפ ביז צום שטערן. געווענליך איז פארקערט, וואס עלטער מ׳ווערט פאלן די האר ארויס . נישט אז זיי זאלן צוריקוואקסן.
זיין זון משה חיים, האט רבי צמח געזאגט, האט אויך געהאט גלאטע הויט אויפן געזיכט. דעם יונגערמאן דא איז דער פנים פול מיט לעכער און קריצן. אויף דעם האט דער פארשוין געענטפערט אז אין זיינע וואנדערונגען האט ער געליטן פון א מחלה פון בלוטערלעך און אז פאר א צייט איז ער אפילו געווען אין א אידישער שפיטאל צוליב דער מחלה. ווען מ׳האט אים געפרעגט אין וועלכער שפיטאל האט ער געשטאמעלט. איינמאל האט ער געזאגט אין בריסק און א צווייט מאל האט ער געזאגט אין ביאליסטאק.
המשך.
פון דער אנדערער זייט האט רבי צמח געהאט באווייזן אז דאס איז דוקא יא זיין זון משה חיים. זיין זון האט געהאט א שניט אויף דער לינקער האנט פון א מכה וואס ער האט געקראגן אלס קינד און דער יונגערמאן האט אויך א שניט אויפן זעלבן ארט.
פלוצים האט די מיסטעריע אנגענומען א פיל מער דראמאטישן ווענדפונקט. עס זענען אנגעקומען אידן פון אנדערע געגענטן וואס האבן דערקענט דעם פארשוין און האבן געזאגט אז דאס איז נישט משה חיים נאר יאשע קאלב פון קראסניבראד, א שטאט לעבן טאמעשאוו, וועלכער האט דארט חתונה געהאט און זיך גע׳גט.
די אידן האבן אנגעהויבן שמועסן מיט אים און ער האט מודה געווען אז ער איז טאקע יאשע קאלב פון קראסניבראד און נישט משה חיים. ער האט געוואוסט צו דערציילן אלע פרטים פון זיין לעבן אין קראסניבראד.
ער האט דערציילט זאכן וואס נאר ער, יאשע קאלב, האט געקענט וויסן פון זיין פארגאנגענהייט אין קראסניבראד. אלע איינצעלהייטן, די קלענסטע דעטאלן, וועגן זיין משפחה דארט, וועגן די איינוואוינער און דאס לעבן אין קראסניבראד.
אכן נודע הדבר. ער איז יאשע קאלב, נישט משה חיים!
אבער, ניין, פאמעליך, לאו דווקא.
ווען מ׳האט אים דערנאך געפרעגט צי ער איז משה חיים האט ער געענפערט: זיכער, און האט באלד דערציילט די גענויעסטע איינצעלהייטן פון זיין יוגענט אין שידלאווצע, וועגן זיין טאטענ׳ס שטוב און אלעס וועגן די נסיעות מיט זיין טאטע׳ן קיין צאנז.
איין מינוט האט ער מודה געווען אז ער איז משה חיים און אין דער צווייטער מינוט האט ער אלע איבערצייגט אז ער איז יאשע קאלב. אויף יעדער שאלה, צי פון די אידן פון שידלאווצע און פון קאמינקע, אדער פון די אידן פון קראסניבראד, האט ער געוואוסט צו ענטפערן מיט די סאמע קלארסטע און פארלעסליכסטע ענטפערס, פרטים וואס נאר ער, משה חיים, - אדער פון דער אנדערער זייט יאשע קאלב-, האט געקענט וויסן.
——————-
הרה״צ רבי יענקלע לייזער, דער פשעווארסקער רבי זצ״ל, האט א שינוי אין איין פרט פון דער געשיכטע.
אין י״ג אורות דערציילט רבי יענקעלע אז נישט קיין קרעניץ האט מען געבראכט דעם יונגערמאן נאר אז דער הייליגער שיניאווער רב איז אמאל געווען אויף א שבת אין טאמאשאוו, - אדער מעגליך אין בילגוריי - , און דארט האט ער דערקענט דעם משה חיים צווישן די געסט. דער שינאווער רב האט אים אויפגעפאדערט בכל תוקף ועוז צו געבן זיין פרוי א גט.
דערציילט ער אין י״ג אורות:
״ונעשה אז רעש ופירסום גדול מכל הענין, כי רבני פוילן ובתוכם הרה״ק רבי יהושע מטאמשוב הכירו את יאשע קאלב, ורבינו משינאווא בשלו שאין זה כי אם משה חיים. וכן הרבנים הגאונים מבארדיוב ומבאבוב תמכו דעתו. כי כשהיה חתן ישנו הם עמו בעליה ודברו ביניהם ענינים שונים. ושאלו להאיש אם זוכר מה ששוחחו אז ביניהם, ענה הן, וגם הזכיר להם את דבריהם...
״בעת ההוא איקלע הרה״ק רבי יהושע מטאמשוב הנ״ל פעם לש״ק לרבינו (משינאווא), ובעת עריכת השולחן אמר רבינו: ״כמו שהיום שבת קודש כן אמת שזהו משה חיים. נענה ואמר הרה״ק רבי יהושע מטאמשוב: ״כמו שהיום שבת קודש, כן אמת שזהו יאשע קאלב״.
——————-
ווער ס׳איז געווען משה חיים ווייסן מיר שוין: א זון פון רבי צמח שידלאווצער וואס איז געווארן אן איידים ביי רבי יהושע׳לע קאמינקער. ווער איז אבער געווען יאשע קאלב וואס האט חתונה געהאט אין קראסניבראד און האט זיך גע׳גט?
וואס זענען געווען די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אין דער מיסטעריע און הלכה׳דיגער פלאנטער איבער וואס עס זענען פאראן תשובות אין שו״ת בית יצחק פון רבי יצחק שמעלקיש (בית יצחק אהע״ז חלק א׳ סי׳ קל״ט), דער בעל שם שלמה ממונקאטש, געדרוקט אין שו״ת מנחת אלעזר (ח״ב אינמיטן פון סי׳ כ״ה), שו״ת מהרי״א הלוי פון לעמבערגער רב ר׳ יצחק אהרן איטינגע, שו״ת מאורות נתן פון לימונעווער רב, שו״ת דבר אליהו פון ר׳ אליהו לערמאן רב פון וואנאליץ, און אין ספר דרך המלך על הרמב״ם פון הג״ר דובעריש ראפאפארט אבד״ק ראווא רוסקא אין הלכות גירושין פרק ט׳ - ווער איז דער יאשע קאלב, דער צווייטער העלד אין דער דראמאטישער מיסטעריע, - א דראמע וואס האט זיך געצויגן ביז דער צווייטער וועלט מלחמה?
דאס, און מער, קומענדיגע וואך אי״ה.
מקץ תשפ״א ב. י. קליין.
יאשע קאלב (ב-1)
משה חיים ווייסן מיר איז געווען משה חיים ראזענפעלד, א זון פון הגה״ק רבי יהושע (ראזענפעלד) קאמינקער, וועלכער האט חתונה געהאט מיט יענטע, די טאכטער פון הרה״ק רבי צמח ראבינאוויטש משידלאוווצע, זון פון רבי נתן דוד פון שידלאווצע, א זון פון הרה״ק רבי ירחמיאל פון פשיסכע, דער זון פון יוד הקדוש זי״ע.
ווער איז אבער געווען יאשע קאלב?
אין קראסניבראד האט געוואוינט א איד ר׳ רפאל דער בלעכער, וואס האט געהאט אן אייניקעל יוסף, וועמען מ׳האט גערופן יאשע קאלב. צוליב זיין באגרעניצטן שכל האט ער באקומען דעם צונאמען ״קאלב״. דער ר׳ רפאל פלעגט ארומפארן איבער די שטעטלעך פון פוילן און גאליציע צו מאכן זיין בלעכעריי ארבעט און פארקויפן כלים וואס ער האט פראדוצירט. אויף טייל פון די נסיעות פלעגט ער מיטנעמען זיין אייניקעל יאשע קאלב.
די איינוואוינער פון קראסניבראד האבן געוואוסט צו דערציילן אז איינמאל אונטערוועגס האט דער זיידע זיך אויפגערעגט אויפן אייניקעל און האט אים דערלאנגט מכות רצח. דער אייניקעל איז אראפגעשפרונגען פון וואגן אוו איז נעלם געווארן. מיט א צייט שפעטער האט דער זיידע געטראפן דאס אייניקעל אין בילגוריי און אים צוריקגעברענגט קיין קראסניבראד.
דער פארשוין וועמען מען האט איצט, מיט יארן שפעטער געטראפן און נישט געוואוסט צי ער איז משה חיים אדער יאשע קאלב האט יעצט גע׳טענה׳ט, ווען ער האט געזאגט אז ער איז משה חיים פון שידלאווצע, ״איך בין משה חיים און ווען איך בין אנטלאפן פון צאנז האב איך געוואנדערט פון שטאט צו שטאט און אנקומענדיג קיין בילגוריי האט מיך דער ר׳ רפאל באפאלן און געשריגן ״יאשע, וואס ביזטו אנטלאפן? צוליב אפאר פעטש אנטלויפט מען?״. ער האט מיך נישט אפגעלאזט און מיך מיטגענומען קיין קראסניבראד, וואו ער האט מיך חתונה געמאכט און איך האב מיך געלאזט איינרעדן, און מיטגעשפילט, אז כ׳בין יאשע קאלב, כאטש כ׳בין באמת משה חיים. צום סוף האב איך מיך גע׳גט אין קראסניבראד און ווייטער געוואנדערט, ביז די קאמינקער חסידים האבן מיך געטראפן״.
די גירסא האט לכאורה געזאלט פארענטפערן וויאזוי ער איז דאס דער זעלבער מענטש, - משה חיים און יאשע קאלב.
די ווערסיע האט אבער געהאט זייער א סך לעכער. יאשע קאלב, דער אייניקעל פון ר׳ רפאל דער בלעכער, געבוירן און אויפגעוואקסן אין קראסניבראד, איז געווען זיבן יאר יונגער פון משה חיים פון שידלאווצע. עס איז דערפאר אוממעגליך אז דער זיידע זאל שלאגען זיין צוועלף יעריג אייניקעל און יענער אנטלויפט און א יאר שפעטער טרעפט ער א צוואנציג יעריגן יונגערמאן און דערקענט אים אלס זיין אייניקעל און שלעפט אים צוריק און מאכט אים חתונה. די מעשה האט אויך געהאט א סך אנדערע קשיות וואס מ׳האט נישט געקענט פארענטפערן.
——————-
רבי יהושע׳לע קאמינקער האט זיך געוואנדען צו זיין מחותן דער הייליגער שיניאווער רב ער זאל מברר זיין דעם עניין און דערגיין דעם אמת. אויסצוגעפינען די אידענטיט פון דעם יונגערמאן, טרעפן דעם ריכטיגן היתר און א וועג צו באפרייען זיין טאכטער פון די כבלי העיגון.
דער שיניאווער רב איז כידוע געווען סיי א גרויסער מחמיר און סיי מיראי הוראה. ווען ער איז אלט געווען 30 יאר האט מען אים אנגעטראגן דאס ערשטע רבנות פאסטן. איז ער דעמאלט ספעציעל געפארן צום הייליגן ריזשענער פרעגן צי ער זאל אננעמען דעם פאסטן היות ער איז מיראי הוראה. דער ריזשענער האט אים געענפערט, אז שוין א לאנגע צייט ווארט מען אין הימל אויף זיינע פסקים. שפעטער ווען עמיצער האט דאס ערשטע מאל מערער געווען אויף זיינס א פסק איז ער געפארן צו זיין רבי׳ן דער שר שלום פון בעלז צי ער זאל אויפגעבן זיין פאסטן ווייל ער האט מורא אז אפשר איז דער מערער גערעכט. דער בעלזער רב האט אים געענטפערט דאס זעלבע: אין הימל ווארט מען שוין יארן לאנג אויף זיינע פסקים.
שיניאווער רב איז געווען שטארק בידידות מיט ביידע צדדים, די צדיקים פון קאמינקע און שידלאווצע. נישט בלויז איז ער געווען שדכן נאר דער ברודער פון יענטל די עגונה איז געווען זיין שוואגער. רבי אלעזר ראזענפעלד, -רבי אלעזר אושפיצינער, - זון פון רבי יהושע קאמינקער, איז געווען זיין שוואגער. שיניאווער רב׳ס שוועסטער פראדל, טאכטער פון הייליגן דברי חיים, איז געווען די רביצין פון רבי אלעזר׳ל אושפיצינער.
אבער צוליב זיין יראת הוראה, און אויך טאקע ווייל ער איז געווען שדכן און האט נישט געוואלט מ׳זאל מיינען אז ער איז א נוגע בדבר, האט דער שיניאווער רב נישט געוואלט זיין דער וואס איז מברר דעם ענין. ער האט די אויפגאבע געלייגט אויף איינעם פון די עלטסטע רבנים אין גאליציע, הגאון רבי אריה לייבוש הלוי ראזענפעלד, אב״ד מאשציסק, א ברודער פון רבי שלום קאמינקער, ער זאל זיך אריינלייגען בעובי הקורה און מברר זיין דעם עניין.
—————-
דער מאשציסקער רב האט דורכגעפירט א גרונטליך און דורכדרינגליכע אויספארשונג. ער האט אויסגעפארשט פילע צענדליגער עדים וועלכע האבן געקענט סיי משה חיים און סיי יאשע קאלב. אונטער די אזהרה פון אם לא יגיד איז נישט געווען קיין איינצעלהייטן וואס דער מאשציסקער רב האט נישט אויסגעפארשט. צום סוף איז ער געקומען צו דער מסקנה, אז דער יונגערמאן וואס שטייט דא פאר אונז איז נישט קיין צווייטער ווי משה חיים.
דער מאשציסקער רב האט אנגעשריבן א לאנגן היתר עגונה, פלפולים, בירורים און לומדות, געבויט אויף פרטים און פרטי פרטים פון די פאקטן. א היתר עגונה איז אבער נישט קיין זאך וואס מ׳מאכט איינער אליין. האט ער זיך דעריבער געוואנדן צו די גרעסטע גדולים און רבנים אין גאליציע און געבעטן זייער חוות דעת. —————————-
כמעט נישטא נאך א מקצוע שבתורה וואס איז אזוי טיף און ברייט באארבייט געווארן אין די לעצטע הונדערטער יארן ווי דער עניין פון עגונות.
רבינו הקדוש אין סדר נשים האט קובע געווען באזונדערע מסכתות פאר קידושין, כתובות, גיטין און יבמות. דער עניין פון עגונות געפינט זיך אבער בעיקר נאר אין יבמות; אין צענטן פרק (האשה רבה), אין פופצענטן פרק (האשה שלום), און אין זעכצענטן פרק (האשה בתרא).
דער רמב״ם האט געווידמעט די לעצטע צוויי פרקים פון הלכות גירושין צו עגונות און אין טור פארנעמט די שאלה פון עגונות בלויז איין סימן, סימן י״ז, ביים סוף פון הלכות אישות.
דאס ערשטע ספר אינגאנצן געווידמעט צו דער שאלה פון עגונות איז ארויסגעקומען איין דור נאכ׳ן שולחן ערוך, דער ספר ״קונטרס עיגונא דאיתתא״, פון מורינו הרב חיים שבתי, רב פון סאלאניקי, פון די גדולי המשיבים בדורו. דער חיד״א אין שם הגדולים מערכת ספרים שרייבט אויף דעם ספר: ״ויהללוהו בשערים במעונות אריות מחכמתו ויושר דעתו״.
המשך (ב-2)
דער עניין פון התרת עגונות איז ווי א דינער שטריק אויסגעצויגן איבער א טיפן תהום. פון איין זייט איז די הארצרייעסענדע צרה פון א לעבעדיגע צעבראכענע אלמנה, וועמענס פארצווייפעלטער מצב פאדערט א דרינגענדע לייזונג, - און פון דער אנדערער זייט דראעט די געוואלדיגע סכנה פון מתיר זיין אן אשת איש.
די מקצוע איז אבער אויך אנדערש פון אלע אנדערע מקצועות. אין דער צייט וואס ביי א סך אנדערע הלכות איז לייכט צו זאגן ״והמחמיר תבוא עליו ברכה״ זאגט אבער דער רמב״ם, אין תשובות הרמב״ם חלק ב׳ סימן נ׳: ״כל המחמיר ודורש וחוקר בדברים אלו - לא יפה הוא עושה, ואין דעת חכמים נוחה הימנו״. ענליכס שרייבט אויך דער רדב״ז (חלק ז׳ סימן כה): ״וכל המבקש אומדנות ודקדוקים להחמיר ולאסור, לעגן את האשה, אין רוח חכמים נוחה הימנו״. אויך דער רא״ש אין תשובות הרא״ש שרייבט: ״ראוי לכל מורה לחזור על כל צדדין להתיר״. (דער רמב״ם און דער רא״ש ווערן געברענגט אין בית שמואל סימן י״ז ס״ק סה).
א מתיר עגונה האט שלאפלאזע נעכט נישט בלויז פון טועה זיין זיך אין דער הלכה, נאר אויך אז די פאקטן און דער מציאות זאל אים פשוט נישט אפווענדן. ״ניסת ואחר כך בא בעלה״ (יבמות פח ע״ב) איז דער געשפענסט, דער nightmare, פון יעדן מורה הוראה וואס איז מתיר אן עגונה.
אין שו״ת ״נודע בשערים״ שרייבט רבי דוב בעריש אשכנזי, רב אין לובלין (נפטר שנת תרי״ג) אז אנדערש ווי ביי אלע אנדערע מקצועות שבתורה וואו מ׳דארף ערשט מעיין זיין און דן זיין אין דער הלכה, איז ביי א שאלה פון עגונה די ערשטע פריאריטעט דן צו זיין אין דער מציאות. ערשט נאכדעם וואס דאס הארץ איז זיכער און מ׳איז פולשטענדיג איבערצייגט אין די פאקטן קען מען הלכה׳דיג זוכן א היתר. ———————
אין די ספרי שאלות ותשובות זענען געדרוקט תשובות פון זעקס גאונים וואס האבן משיב געווען צום מאשציסקער רב וועגן דער שאלה. רבי דוב-בעריש הכהן ראפאפארט, דער בעל ״דרך המלך״ אויפן רמב״ם; רבי נתן סג״ל גאלדבערג, לימונובער רב, אין ״מאורות נתן״; דער מונקאטשער רב, בעל שם שלמה; רבי יצחק שמעלקיש, לעמבערגער רב, דער בית יצחק; רבי יצחק אהרן אטינגא, לעמבערגער רב; און רבי אליהו לעהרמאן, בעל שו״ת דבר אליהו. אויסער די זעקס האבן אויך משיב געווען מיט תשובות רבי ישראל יהושע טרונק, קוטנער רב, דער בעל ישועות מלכו, און רבי מרדכי דוב טווערסקי, - רבי מאטעלע הארנאסטייפלער, דער בעל ״עמק שאלה״, איידים פון צאנזער רב. די תשובות פון די לעצטע צוויי זענען אבער נישט פארבליבן.
פון די זעקס תשובות האט בלויז איינער, דער לימונובער רב, געענטפערט קאטעגאריש אז דער פארשוין אז טאקע משה חיים ראזענפעלד.
דער לימונובער רב האט צווישן אנדערן געהאט א שטארק איבערצייגענדיגע טענה: יאשע קאלב איז לויט אלע עדות געווען אינטעלעקטועל באגרעניצט. ער איז נישט געווען קיין בר אוריין, האט נישט געקענט קיין גמרא און אוודאי נישט קיין קבלה. דער יונגערמאן דא פאר אונז קען יא לערנען און האט אפילו א ידיעה אין ספרי קבלה. דאס איז דער בעסטער באווייז אז ער איז משה חיים, אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין גרויסן פאטער רבי צמח פון שידלאווצע.
די אנדערער משיבים זענען געווען מער רעזערווירט. בעיקר האט זיי אלע געשטערט די סימנים אין זיין פנים, די קריצן און בלוטערלעך וואס האבן אים משנה צורה געווען. דער בעל שם שלמה האט אויסגעפירט, אז נאר אויב מ׳קען פעסטשטעלן מיט דעם שפיטאל אין דער ליטע אז ער איז טאקע דארט געווען אלס א פאציענט מיט א מחלה אויפן פנים קען מען באשטעטיגן אז ער איז טאקע משה חיים.
די תשובות פון די רבנים הגאונים ווארפן זעלבסטפארשטענדליך דורך דאס גאנצע לומדות וועגן ״סימנים״ , ״שומא״, ״תרי ותרי״, וכו׳ וכו׳. וואס דא איז נישט דאס ארט צו ציטירן. אבער אזוי ווי ס׳איז איצט ליל שישי פרשת ויגש וועלן מיר ברענגען א לייכטערע טענה אין דעם וויכוח בקשר מיט דער היינטיגער פרשה.
דער מאשציסקער רב ברענגט אן אינטערעסאנטע ראיה: אין פרשת ויגש, געפינען מיר אויף יעקב אבינו, ווען מ׳האט אים געזאגט ״עוד יוסף חי״ האט ער קודם נישט געוואלט גלייבן, ״ויפג לבו כי לא האמין להם״. אבער נאכדעם וואס ״וירא את העגלות אשר שלח יוסף״, וואס ווי רש״י ברענגט פון מדרש ״סימן מסר להם במה היה עוסק כשפירש ממנו, בפרשת עגלה ערופה״. האט שוין יעקב געגלויבט, ״ותחי רוח יעקב אביהם״. זעען מיר דאך, האט דער מאשציסקער רב גע׳טענה׳ט, אז אזעלכע סימנים זענען דער בעסטער באווייז צו אידענטיפצירן א מענטש וואס האט געפעלט אזויפיל יארן.
אויף דעם האט אים רבי יצחק שמעלקיש געענטפערט (שו״ת בית יצחק סימן קל״ט אות כה): ״הכי יעקב אבינו התיר עגונה בזה שהאמין שהוא יוסף?...״. ————————
דער שיניאווער רב וועלכער האט אויך חוקר ודורש געווען און האט אליין גערעדט מיט אים, איז געווען איבערצייגט אז דאס איז טאקע ער, משה חיים. אזויווי ער איז אבער געווען דער גרויסער איש אמת האט ער זיך אליין געוואלט איבערצייגן יעדן פרט. האט ער באשלאסן צו פארן קיין ליטע, - אין עלטער פון איבער די זיבעציג-, און באזוכן די שפיטעלער אין בריסק און ביאלאסטאק. מ׳זאגט אז ער האט אויך געוואלט זיך באקענען פון דער נאענט מיט די גדולי ליטע. אנדערע זאגן אז ער האט אויך געוואלט הערן דעם חוות דעת פון די ליטווישע גדולים איבער דעם עניין.
דער בריסקער רב, רבי יאשע בער סאלאווייטשיק, דער בית הלוי, האט שוין געקענט דעם שיניאווער רב נאכן האבן זיך באגעגנט מיט אים אין קרעניץ. ער האט געוואוסט פון זיין גדלות און געוואלדיגער גאונות בתורה. האט ער אים אפגעגעבן א מלכות׳דיגן קבלת פנים ביים אנקומען קיין בריסק. די גאנצע שטאט האט אים אפגעווארט מיט ליכט אין דער האנט.
אין ״הראשון לשושלת בריסק״ שרייבט ר׳ חיים קארלינסקי וואס עס האט אים דערציילט הגה״צ ר׳ יחזקאל שרגא רובין-האלבערשטאם זצ״ל, ציעשינובער רב פון בארא פארק, וועלכער איז געווען א שיניאווער אור אייניקעל, אז ווען דער שיניאווער רב איז אנגעקומען צום בריסקער רב האט ער געהייסן זיינע באגלייטער זיי זאלן זיך אויסדרייען און ער וועט אריין איינער אליין. היות רבי יאשע בער איז א מתנגד זענען לא נהירין ליה די שבילי דחסידים, אז א רבי קומט מיט א פמליא פון באגלייטער. אבער ווי נאר ער האט דאס געזאגט האט דער בית הלוי פונקט געעפענט די טיר אים קעגנצוקומען און זיך אנגערופן: ״שלום עליכם שיניאווער רב, קומט אריין מיט אלע באגלייטער, פילט אייך היימיש ווי אין א חסידישע שטוב, כי על כן באתם בצל קורתי״.
שיניאווער רב איז עטליכע טעג פארבליבן אין בריסק. זיי האבן עטליכע מאל געשמועסט מערערע שעה׳ן פריוואט ביחידות. ס׳איז נישט באקאנט וואס דער הלכה׳דיגער משא ומתן צווישן די צוויי גדולים איז געווען און וואס עס איז געווען דעם בית הלוי׳ס חוות דעת איבער דעם עניין. א פאקט איז אבער אז עטליכע וואכן נאכדעם וואס דער שיניאווער רב האט זיך אומגעקערט פון בריסק האט משה חיים געגעבן א גט צו זיין ווייב יענטל.
שיניאווער רב האט ווי עס ווייסט אויס אויך געטראפן די באווייזן וואס ער האט געזוכט אין דעם שפיטאל אין בריסק, ווייל פון דארט איז ער שוין נישט געפארן ווייטער קיין ביאלאסטאק. ער האט אבער געוואלט פארן קיין קאוונע, זיך טרעפן מיט דעם גרויסן גאון און מנהיג הדור פון ליטווישן און רוסישן אידענטום, רבי יצחק אלחנן ספעקטאר, דער קאוונער רב. דער בריסקער האט אים אבער געבעטן ער זאל נישט פארן קיין קאוונע. דעם שיניאווער רב האט ער נישט געוואלט זאגן דעם טעם פארוואס נישט. ער האט אים געזאגט אז דאס איז מטעם כמוס. שפעטער האט ער אויסגעזאגט פאר זיינע שטוב מענטשן אז אזויווי רבי יצחק אלחנן איז א שטאקער מתנגד האט ער מורא געהאט אז ער וועט נישט ריכטיג מכבד זיין דעם שיניאווער רב, נישט וויסענדיג זיין געוואלדיגע גדלות אין תורה.
אנקומענדיג אהיים קיין שיניאוו האט שיניאווער רב אליין מיט נאך צוויי דייינים מסדר געווען דעם גט. ער האט נאכדעם געזאגט אז ער האט געשפירט א געוואלדיגע הארה און א ליכטיגקייט ביים דורכפירן דעם גט. —————- שיניאווער רב האט איר געבעטן אז הגם דער גט איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן בעט ער איר אז זי זאל קיינמאל נישט חתונה האבן און בזכות זה איז ער איר מבטיח אריכת ימים און געזונטע יארן. זי האט געווידמעט איר לעבן צו הכנסת כלה, און צו מצוות און מעשים טובים. אירע קרובים חסידישע רביים האבן איר שטארק מעריץ און מכבד געווען.
—————- משה חיים האט זיך באזעצט אין קראקע, וואו ער איז געווארן א בעטלער. ער האט באמת געליטן דאס גאנצע לעבן פון דעפרעסיע און גייסטיגע (mental) פראבלעמען. דערפאר איז ער לכתחילה אנטלאפן. אידן פון קראקע וואס האבן איבערגעלעבט די קריג האבן דערציילט אז ער פלעגט זיך רופן נאר משה חיים און פלעגט זיך ווארפן מיט בקיאות אין קבלה, און אויב פלעגט מען אים רופן יאשע קאלב איז ער געווארן ווילד. ——————- ר׳ אברהם יושע טווערסקי נ״י אין זיין בוך The Zeide Reb Motele by Rabbi Abraham J. Twersky M.D געדרוקט דורך ארט-סקראל, וועגן זייער זיידע רבי מאטעלע הארנעסטייפלער, דער בעל עמק שאלה, דערציילט אין דעם בוך אז ווי ער האט געהערט פון זיין טאטע׳ן דער הארנאסטייפלער רב פון מילוואקי ווייסן זיי אין דער טווערסקי משפחה, אייניקלעך פון רבי יהושע קאמינקער און נאענטע קרובים פון יענטעל, אז זייער זיידע רבי יהושע קאמינקער זאל האבן געזאגט אז ווען ער וואלט געוואוסט פון פריער אז רבי צמח פון שידלאווצע איז עוסק אין קבלה מעשית און אויך משה חיים האט עוסק געווען אין דעם, א זאך וואס רייצט אן די כוחות פון די חיצונים, וואלט ער דעם שידוך קיינמאל נישט געטאן.
ר אברהם יהושע טווערסקי, וועלכער איז במשך פון 40 יאר געווען איינער פון די פראמינענטסטע פסיכיאטרישע פראפעסארן און עקספערטן אין אמעריקע, שרייבט אז ס׳איז שווער צו אויפקלערן די יאשע קאלב פענאמען מיט קליניש פסיגילאגישע הסברים. אט איז וויאזוי ער שרייבט עס אריגינעל אין ענגליש: While dual or multiple personalities are uncommon in psychiatry, there have been such cases. This is known as “dissociative neurosis”. A person switches identities, not by malingering, but by sincerely believing that whatever identity he has at the moment is his only one. Person “A” may abruptly become Person “B” and he has no awareness of anything he did as Person “A”. These are intriguing cases. In forty five years of psychiatric practice I encountered only one such case... But what follows distinguishes this case from typical dissociative reaction.
Investigations revealed that on the very same day that Moshe Chaim married Yentele in Kaminke, Yosha Kalb married his wife in Krasna, whose distance from Kaminke was such that no one could have been in both places at the same day. Extensive research has left no doubt to the accuracy of the dates. .. Chasidim assumed that R’ Tzemach’s dabbling in applied Kabbalah had resulted in demonic interference... ——————————— די מרת יענטא איז געבליבן וואוינען אין איר טאטענ׳ס הויף אין קאמינקע. זי איז געווען א צדקנית און בעלת השגה. אין הויכן עלטער פון העכער די ניינציג האט זי אמאל געשריבן צו איר ברודער הגה״ק רבי אלעזר אושפיצינער, צאנזער רב׳ס איידים, אז די ברכה פון הייליגן שיניאווער רב איז טאקע מקוים געווארן. זי איז געזונט און שטארק און שרייבט אן ברילן. זי האט מאריך ימים געווען ביז זי איז אומגעקומען דורך די נאציס ימ״ש צוזאמען מיט די זעקס מיליאן קדושים.
השם ינקום דמה, ודמם. ————————— במשך פון די יארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות האט אידישקיייט און דאס תורה אידענטום געהאט אויסצושטיין א ״קולטורעלע אטאקע״ מצד א שפרודעלדיגע אידישע - און אידישיסטישע - פרעסע, פון אידישע מופקרים שונאי הדת. איינער פון אט די ״קולטור טרעגער״ איז געווען א געוויסער יחיאל יהושע זינגער (דער עלטערער ברודער פון יצחק באשעוויס זינגער). י. י. זינגער איז געווען פון די טאלאנפולסטע אידיש שרייבער אין פוילן. א זון פון א חשוב׳ן דיין אבער אליין א לא-שנה ופירש׳ניק, האט ער גענוצט אט די דראמע פאר מאטעריאל אין א סעריע וואס ער האט געשריבן אין דער דעמאלטדיגער ״פארווערטס״, ערשינען אין ניו יארק און געלייענט דורך הונדערטער טויזענטער דאהי און אין פוילן. די סעריע וואס האט זיך גערופן ״יאשע קאלב״ איז געווען איין גרויסע פיקציע. ס׳האט נישט געהאט קיין שום אחיזה אין דער פאקטישער מעשה. ער האט דאס נאר גענוצט פאר ״אינספיראציע״ אויף וואס צו שפינען א דראמאטישע אויסגעטראפענע געשיכטע, בעיקר פאר פארוויילונג אבער אויך אפצושפאטן פון תורה און אידישקייט. ״יאשע קאלב״ איז א דאנק אים אויך געשפילט געווארן אין ״אידישע״ טעאטערס פאר אידיש רעדענדיגע תועים ופורקי עול. זינגער איז געשטארבן יונג און האט פאר דעם געהאט הרהורי תשובה. דער חרדיש׳ער שרייבער ר׳ משה פראגער ע״ה, וואס האט א סך באשריבן יענער תקופה, שרייבט אז זינגער האט צום סוף געשריבן א בוך ״א וועלט וואס איז מער נישטא״, וואו ער באשרייבט מיט נאסטאלגיע דאס בא׳חנ׳טע לעבן פון פשוטע ערליכע אידן, וואס איינפאכע טאג-טעגליכע ענייני חולין דערהויבן זיי צו א לעבן פון רוחניות און קדושה. ———————
ששמת חלקינו מיושבי בית המדרש ולא שמת חלקנו מיושבי קרנות. וויפיל חכמה, וויפיל עמקות און גאונות ליגט אין יעדן איינעם פון די עגונה תשובות, וויפיל שכל און זשעני ליגט אין איין בלאט גמרא און אין איין תוספות, אין קאנטראסט צו די שטרוי-ליידיגע פוסטקייט וואס ליגט אין זייער פיקטיווע ״ליטעראטור״.
אנו רצים והם רצים. הם רצים לבאר שחת. מסירת נפש פאר קדושה פארוואנדלן זיי אויף צו שילדערן שקר, פארוויילונג און ליצנות. ואנו רצים לחיי העולם הבא. וויפיל הארעוואניע, מקריב זיין אלע זעלבסט אינטערעסן האט זיך געפאדערט פון די גאונים וצדיקים צו דערגיין דעם אמת און לינדערן דעם פיין פון אן עגונה. און וויפיל איבערמענטשליכע צדקות האט זיך געפאדערט פון דער געוועזענער עגונה, שוין נאכן באפרייט ווערן פון די חבלי העיגון, אויסצופאלגן די בקשה פון א צדיק הדור און נישט נאכאמאל חתונה האבן. זי האט געזען שכרה בצידה. די ברכה פון שיניאווער רב איז מקוים געווארן, אבער בעיקר: רצים לחיי העולם הבא.
חתנא דבי נשיאה, יונגסטער איידים פון חתם ספר - בזיווג שני איידים ביים חתם סופר׳ס איידים רבי משה טוביה און הרבנית מרת שמחה לעהמאן - רב און מייסד פון דער ״שיף-שול״ קהילה אין וויען - די איבערראשנדע שטיצע וואס ער האט געקראגן פון 400 רבנים און גדולי הדור פון איבער דער לענג און ברייט פון אייראפע צו דער טיילונג וואס ער האט דורכגעפירט אין וויען, עסטרייך.
הגאון רבי בנימין שלמה זלמן שפיצער, באקאנט אלס רבי שלמה זלמן, אדער רבי זלמן, שפיצער, איז געבוירן אין שנת תקפ״ו אין אלט-אויפן (אויבן ישן), איינע פון די דריי שטעט, - אלט-אופן, בודא און פעסט - פון וועלכע עס האט זיך שפעטער צונויפגעשטעלט די הויפטשטאט פון אונגארן, בודאפעסט.
זיין טאטע איז געווען הגאון רבי יעקב דוד שפיץ, וועלכער איז במשך פון יארן געווען דער ראש בית דין פון דער שטאט. רבי יעקב דוד שפיץ איז געבוירן אין פראג וואו די שפיץ משפחה האט געוואוינט במשך פון עטליכע דורות. נישט באקאנט (לכל הפחות נישט פאר אונז) ווען און פארוואס רבי שלמה זלמן האט געטוישט דעם נאמען פון שפיץ צו שפיצער. ס׳איז אבער אנגענומען אז סיי די משפחות שפיץ און סיי די משפחות שפיצער שטאמען על פי רוב פון דער שטאט שפיץ, וואס געפינט זיך אויף די ברעגעס פונם טייך דונאו, אין עסטרייך. שפיצער מיינט אויך דער וואס קומט פון שפיץ.
דער דיין רבי יעקב דוד איז יונגערהייט אוועק. זיין אלמנה סרח שפיץ איז געבליבן בעירום ובחוסר כל. אין עלטער פון צען יאר האט זי געשיקט איר קינד דעם יתום שלמה זלמן אין ישיבות מקיים צו זיין דעם הוה גולה למקום תורה. זי האט אים מיטגעגעבן א וועקסל פון דרייסיג העלער, א נישטיגע סומע געלט, פון וואס ער זאל זיך קויפן מייערן פון וואס צו לעבן. ווען ער האט איר געפרעגט: ״און פון דעם קען מען לעבן?״ האט זי אים געענטפערט: יא.
ער האט טאקע געלערנט תורה מתוך הדחק. ביינאכט ווען די בחורים זענען אהיים איז ער געשלאפן אויף די בענק פון בית המדרש.
ער האט געלערנט ביי די גדולי תלמידי החתם סופר. ביי רבי מאיר אייזנשטאטער, אונגווארער רב, דער מהר״ם א״ש, בעל ״אמרי אש״; ביים כתב סופר, אין פרעשבורג; און בעיקר ביים מהר״ם שיק. דער מהר״ם שיק האט אויף אים געזאגט אז זיין חריפות און שארפקייט אין לערנען איז ווי דעם רבי ר׳ יונתן׳ס דער ״אורים ותומים״, און זיין דרך האמת אין לערנען איז אזויווי רבי מרדכי באנעט׳ס״.
אט איז וויאזוי רבי שלמה זלמן שפיצער זעלבסט שילדערט זיין יגיעת התורה אין יענע יארן און זיין חביבות ביים מהר״ם שיק, אין זיין הספד אויפן מהר״ם שיק:
״לא זזה ידו מתוך ידי שתי שנים רצופות…. לא לבד שלמדתי עמו כשארי בחורים, אבל אהבה גדולה היה לו עלי כאב על בנו, ולמד עמי כל היום ורוב הלילה. וכך היה דרכו בקודש עמי. כל היום למד עמי, מלבד שתי שעות שהיה לומד עם הבחורים, ואחרי זה לא זזה ידו מתוך ידי. וכאשר למדנו כל היום בקיץ יום הארוך כשהלכנו לבית התפילה בבית הכנסת הייתי צריך לילך עמו, והתחיל מיד לחזור על הלימוד עמי עד פתח בית הכנסת שלא אבטל רגע אחד מהתורה, וכן היה בחזרה. וגם למד עמי מלבד שיעור חולין, יורה דעה, ומסכתות שבת ועירובין בשבת קודש, ואחר מנחה וסעודה שלישית בשבת קודש בקיץ היה יושב עמי אצל החלון ולמד עמי ספר עיקרים, שלא לבטל עד צאת הכוכבים…. וכאשר נסע לפעמים בזמן רחוק על עגלה הייתי יושב עמו, ומיד כאשר ישבנו התחיל עמי לחזור רשב״א בעל פה״.
רבי שלמה זלמן שפיצער האט זוכה געווען להתדבק בזרעו און אריינצקומען אין דער משפחה פון רבן של כל בני הגולה דער הייליגער חתם סופר. נישט איינמאל און נישט צוויי מאל נאר מערערע מאל איז ער געווען געקנופט און געבינדן מיט די קינדער און אייניקלעך פון הייליגן חתם סופר.
ער איז געווארן דער יונגסטער איידים פון חתם סופר און ווען די רביצין, די טאכטער פון חתם סופר, איז אוועק, האט ער בזיווג שני חתונה געהאט מיט אן אייניקל פון חתם סופר, די טאכטער פון חתם סופר׳ס טאכטער מרת שמחה לעהמאן. שפעטער איז דעם חתם סופר׳ס אייניקעל, זון פון כתב סופר, רבי שמעון סופר, ״שמעון הצדיק״, דער ערלויער רב, געווארן זיין איידים בזיווג שני.
דער חתם סופר האט שוין דאן נישט געלעבט האט דער כתב סופר אויסגעקליבן דעם בחור שלמה זלמן שפיצער צו ווערן זיין שוואגער און חתונה האבן מיט זיין שוועסטער גיטל (דער חתם סופר פלעגט איר רופן ״מיין הייליג קינד״) וועלכע איז געווען אן אלמנה נאכדעם וואס איר מאן הג״ר רבי יוסף אליהו קארניצער איז אוועק אין יונגען עלטער פון 27 יאר.
(דער זון פון רבי יוסף אליהו און מרת גיטל קארניצער איז געווען רבי עקיבא קארניצער, וועלכער איז געווען דער איידים פון חתם סופר׳ס זון רבי שמעון סופר, קראקעווער רב. נאך דער הסתלקות פון רבי שמעון סופר איז רבי עקיבא קארניצער געווארן קראקעווער רב און נאך אים איז זיין, רבי עקיבא קארניצער׳ס, זון, רבי יוסף נחמיה קורניצער, געווארן קראקעווער רב).
רבי שלמה זלמן, וועלכער איז ווי געזאגט געווארן אן איידים ביים חתם סופר עטליכע יאר נאך דער הסתלקות פון חתם סופר, איז געבליבן וואוינען אין פרעשבורג, וואו ער איז געזעסן און געלערנט. במשך פון עטליכע יאר האט ער נישט געוואלט אננעמען קיין רבנות פאסטנס וואס פארשידענע קהילות, ווי למשל מאטערסדארף, האבן אים אנגעבאטן. ——————————
די ״שיף-שול״ קהילה אין וויען, עסטרייך.
אין תרי״ב האט ער מסכים געווען אנצונעמען א רבנות פאזיציע וואס עס האבן אים אנגעטראגן געוועזענע איינוואוינער פון פרעשבורג וואס האבן זיך באזעצט אין דער שטאט וויען.
עס זענען דאן געווען די יארן נאכדעם וואס נאפעלעאן איז דורכגעפאלן אין זיינע מלחמות. נאפעלעאן איז באזייטיגט געווארן פון דער מאכט אין פראנקרייך און די רעלאטיווע פרייהייטן וואס ער האט איינגעפירט איבער גאנץ אייראפע זענען אויך דורכגעפאלן און אין א גרויסער מאס אונטערגעגאנגען. די קעניגען איבער די פארשידענע אימפעריעס, ווי למשל די האבסבורג אימפעריע איבער עסטרייך-אונגארן, האבן צוריק באפעסטיגט זייער מאכט, כאטש זיי האבן געלאזט פארשידענע פרייהייטן אויפן ארט. ובפרט טאקע דער קעניג פראנץ יאזעף פון דער האבסבורג דינאסטיע וועלכער האט איינגעפירט פארשידענע פרייהייטן פאר די איינוואוינער פון עסטרייך אונגארן.
אין וויען, עסטרייך, איז די אלגעמיינע אידישע געמיינדע במשך פון די יארן געווארן אלץ מער מאדערן, אדאנק די פרייהייטן און צוליב די דייטשע השכלה. עס האט זיך דארט אבער אויך געפונען א קליינע געמיינדע פון יראים וחרדים לדבר ה׳ וואס האבן זיך געהאלטן צוזאמען הגם זיי האבן אפיציעל באלאנגט צו דער אלגעמיינער קהילה.
———————————
המשך (2).
דאס יאר תר״ח (1848) איז באקאנט אין דער געשיכטע אלס ״דער פרילינג פון פעלקער״, “Springtime of the Nations” צי Springtime of the People”. , אדער ״אביב העמים״ ווען איבער גאנץ אייראפע האבן אויסגעבראכן אויפשטאנדן קעגן די מאנארכיעס, רעוואלוציעס קעגן די קעניגרייכן, די מלכים ושרים וואס האבן געוועלטיגט איבער אייראפע. עס איז געווען א קעגן-רעאקציע צו דער באפעסטיקונג פון די מאנארכיעס נאך נאפאלעאנ׳ס דורכפאל. עווענטועל זענען אויך אט די רעוואלוציעס פון תר״ח דורכגעפאלן און די אימפעריעס זענען געבליבן ביי דער מאכט ביז צו דער ערשטער וועלט מלחמה, הגם רוב פון די מאנארכן האבן מער נישט געהאט דעם זעלבן כח ווי פריער.
בעת די איבערקערענישן פון תר״ח האבן א סך חרדישע איינוואוינער פון פרעשבורג אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אריבערצוציען קיין וויען, עסטרייך, וועלכע איז נישט ווייט פון פרעשבורג, וואו די פינאנציעלע אומשטענדן זענען געווען בעסער און לייכטער. די חרדישע געמיינדע אין וויען איז אלס רעזולטאט געוואקסן און האט צובאקומען פרישע כוחות.
ווען רבי שלמה זלמן שפיצער איז אויפגענומען געווארן אלס פירער און רב פון דער חרדישער געמיינדע אין וויען אין שנת תרי״ג אין עלטער פון 27 יאר איז ער פאקטיש געווען אן אנגעשטעלטער ביי דער אלגעמיינער קהילה וואו ער האט געדינט אלס דיין. ער האט געהאט ווארצלען אין וויען ווייל זיין זיידע, זיין טאטענ׳ס טאטע, רבי ברוך ב״ר אליקים געצל שפיץ פון פרעשבורג האט געהאט געוואוינט אין וויען וואו ער איז געווען שמש פון דער חברה קדישא. ער איז נפטר געווארן י״ז טבת שנת תקצ״ו, 17 יאר איידער זיין אייניקעל איז דארט אויפגענומען געווארן אלס רב.
אנקומענדיג קיין וויען האט רבי זלמן שפיצער אנגעהויבן פארלערנען צוויי מאל א טאג א שיעור גמרא אויף דייטש אין דער ״אנקער שול״. דאס איז צו יענער צייט געווען געווען דער איינציגער שיעור גמרא אין וויען. די שיעורים וואס האבן זיך אנגעהויבן מיט א קליינע צאל מענטשן האבן מיט דער צייט געצויגן אזא גרויסן עולם אז עס איז מער נישט געווען קיין פלאץ אין דער שול.
וויען איז געווען די הויפטשטאט פון דער עסטרייך-אונגארישער אימפעריע אוו דער צענטער פון דער קלאסישער דייטשער קולטור. וויען איז געווען די פעסטונג פון די רייכסטע אסימילרטע אידישע משפחות. רבי שלמה זלמן האט זיך אבער נישט געפארכטן אריינצוגיין לגוב האריות און שאפן דארט א מבצר פאר א חרדישער קהילה. פון די שיעורים וואס ער האט איינגעפירט און פון זיינע דרשות אום שבת, על פי רוב אויף דייטש, איז ארויסגעוואקסן א שיינע באפעסטיגסטע ערליכע חרדישע קהילה.
ווען דאס פלאץ אין דער ״אנקער שול״ איז געווארן צו ענג האט איינער פון די חברי הקהילה, ר׳ יצחק יודא איציק לייב פריישטאט, א תלמיד פון חתם סופר, באאיינפלוסט א גרויסן גביר וואס האט פארמאגט 8 געביידעס אויף דער ״גרויסע שיף גאסע״ ער זאל אויפבויען א שול אויף א ליידיגן לאט נעבן זיינע געביידעס.
די אלגעמיינע קהילה האט געשטעלט שטיינער אין וועג פאר דער חרדישער קהילה. דערפאר האט עס געדויערט זעקס יאר דאס צו בויען. ווען די שול איז אבער פארענדיגט געווארן אין אלול פון שנת תרכ״ד האט זי פארמאגט 500 מענער זיצן און 250 פרויען זיצן. דער בית המדרש וואס האט זיך געפונען אויף דער ״גרויסע-שיף-גאסע״ נומער 6 האט מען זינט דאן גערפון די ״שיף-שול״.
אין דער צייט וואס די חרדישע קהילה האט זיך באפעסטיגט און האט אויפגעשטעלט א תלמוד תורה און א בית ספר פאר מיידלעך איז די אלגעמיינע קהילה געווארן אלץ מער מאדערן און זיך גערוקט אלץ מער אין דער ריכטונג פון די רעפארמער.
אין תרל״א האט די אלגעמיינע קהילה געוואלט איינפירן שינויים אין נוסח התפילה דורך ארויסנעמען די תפילות אויף בנין ירושלים און אויף בנין בית המקדש. דער פרעזידענט פון דער אלגעמיינער קהילה, באראן יונאס הירש קעניגסווארטער, האט דאס אבער נישט צוגעלאזט.
צווישן די מתפפללים פון דער שיף שול האבן א סך פארלאנגט צו מאכן א טיילונג, פונקט ווי בשעתו אין אונגארן, און זיך טיילן פון דער אלגעמיינער קהילה. רבי שלמה זלמן האט אבער פארלאנגט ארויסצואווייזן געדולד. נישט נעמען קיין איבערגעאיילטע שריט כל זמן מ׳קען מונע זיין די אלגעמיינע קהילה פון דורכפירן די רעפארמען און שינויים.
דאס איז אבער געקומען צו א דראמאטישן סוף ווען רבי שלמה זלמן און זיינע פארבינדעטע אין דער אלגעמיינער קהילה זענען מער נישט געווען ביכולת צוריקצוהאלטן די רעפארמען.
מוצאי שבת פרשת בשלח פון שנת תרל״א האט רבי שלמה זלמן שפיצער צונויפגערופן אן אסיפה וואו ער האט געהאלטן א דרשה אין דער דייטשער שפראך וואס האט אפגעהילכט אין דער גאנצער אידישער וועלט. אט איז וויאזוי זיין פלימעניק רבי שלמה סופר באריכטעט דאס אין זיין ״חוט המשולש״:
״כאשר עשה אסיפה כוללת בבית הכנסת שיפשוהל הנ״ל בענין זה, ונאספו שמה אלפי נפשות מישראל, אנשים נשים וטף, עמד הוא לפני ארון הקודש וספר תורה בחיקו, ודרש נפלאות לעורר את העם, ולהבינם מה חפץ ורצון האנשים החטאים בנפשותם האלה, כי חוטאים ומחטיאי הרבים המה ופנו עורף לה׳ ולתורתו הקדושה, אשר מורשה היא לנו כמה אלפי שנים, והמה עזבו את ה׳ מקור מים חיים לחצוב להם בורות נשברים״.
״וצעק בקול חוצב להבות אש: אבל אנחנו פה עמך בני בריתך, בני אברהם אוהבך, זרע יצחק יחידך, עדת יעקב בנך בכורך, עודנו מחזיקים בה׳ ותורתו, ומי לה׳ אלי, ונקבל מחדש עלינו ועל בנינו עול מלכות שמים ותורתו, וכולנו יחד, כאיש אחד בלב אחד, נקרא בקול גדול ולא יסף, כאליהו בהר הכרמל: ״ה׳ הוא האלוקים! ה׳ הוא האלוקים!״ וגעו כולם בבכי וירדו דמעות כנחלים, ולא נשארה עין אשר לא זלגה דמעות ונמס כל לב״.
״והיה קידוש השם גדול, ולא נשמע כזאת בזמנינו במקהלות ישראל, ומה גם בעיר הגדולה, עיר מלוכה, אשר אלפי נפשות יבער בהם אש דת לקרוא כולם בשם ה׳. והרבה גדולי ישראל נתפעלו בשמעם זאת. וביחוד אמר לי קדוש דודי הגאון מה״ר שמעון סופר ז״ל, אב״ד דק״ק קראקא, שהוא מקנא את גיסו, דודי הגאון מה״ר זלמן ז״ל, בשביל דבר זה, שקידש שם שמים ברבים בתוך שלומי אמוני ישראל עם סגולה, ומה גם כי היו באותו מעמד אנשים למאות מקלי הדעת והדת, ובכל זאת בגודל התלהבות דבריו, כי כדורי אש נפקי מפומיה, נתלהבו גם המה באש דת, וקראו גם הם אחריו בפה מלא וקול ענות גבורה: ״ה׳ הוא האלקים!״. ————————————-
המשך (3)
די טיילונג אין וויען און די שטיצע פון ארום פיר הונדערט רבנים אין אייראפע
רבי שלמה זלמן שפיצער און די שיף-שול קהילה האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן פון דער אלגעמיינער קהילה. כדי צו קריגן די גוטהייסונג און די באשטעטיקונג פון די עסטרייכישע רעגירונגס אינסטאנצן האט רבי שלמה זלמן ארויסגעשיקט א פארם צו אלע רבנים איבער גאנץ אייראפע וואו ער בעט זיי אונטערצושרייבן און לאזן הערן זייער מיינונג לגבי דער טיילונג פון דער שיף-שול געמיינדע פון דער אלגעמיינער געמיינדע.
דעם פארם האט רבי שלמה זלמן שפיצער געשיקט צו 410 רבנים. איבער 400 רבנים האבן אונטערשריבן אויף דער פעטיציע. ווינציגער ווי צען האב נישט אונטערגעשריבן. א סך פון די אונטערגעשריבענע האבן זיך נישט באגנוגענט מיט זייער חתימה נאר האבן צוגעשריבן און מוסיף געווען זייער חוות דעת פארוואס עס איז א חיוב זיך צו טיילן פון די אפיקורסים. די ווערטער פון די גדולים זענען געדרוקט געווארן אין א קונטרס ביים סוף פון דער רשימה פון די חותמים.
צווישן די חותמים האבן זיך געפונען רבנים פונם גאנצן ״רעגנבויגן״ פון אייראפעאישן אידענטום. אנגעהויבן פון אזעלכע צדיקי הדור ווי דער הייליגער צאנזער רב דער דברי חיים, דער הייליגער ייטב לב פון סיגעט, ביז צו אזעלכע גדולים ווי רבי ירמיה לעוו, וועלכער איז בשעתו געווען פון די קעגנער צום טיילונג אין אונגארן, און רבי צבי הירש קאלישער דער בעל ״דרישת ציון״, פון די חובבי ציון.
צווישן די חותמים געפינען זיך צווישן אנדערן: זיינע שוואגערס דער כתב סופר און רבי שמעון סופר; דער מהר״ם שיק; רבי יצחק אייזיק מזידיטשויב; רבי מנחם מענדל דער בעל צמח צדיק מוויזשניץ; רבי דוד משה מטשארטקאוו; רבי יוסף באב״ד דער בעל ״מנחת חינוך״; רבי יצחק שמעלקיס, דער לעמבערגער רב; רבי יעקב געזונטהייט, דער רב פון ווארשע; רבי שמשון ב״ר רפאל הירש; רבי אליהו גוטמאכער, דער גריידיצער צדיק; רבי מאיר לעהמאן, און נאך הונדערטער רבנים, פון ווילנע ביז פראנקפורט, פון האלאנד און ראמעניע, פוילן און מאראוויע, א זעלטענע פאראייניגונג פון רבנים וואס פארטרעטן יעדן חדר און יעדע שיטה, אלע השקפות און אלע דעות. פון רבי עזריאל הילדעסהיימער פון די גרינדער פון דער שיטה פון ״תורה עם דרך ארץ״, ביז צו רבי הלל קאלאמייער, דער שארפסטער קעגנער צו דער שיטה.
רבי שלמה זלמן שפיצער האט רעזיגנירט פון זיין אמט אין דער אלגעמיינער קהילה און האט מוותר געווען אויף זיין געהאלט און אויף זיין פענסיע. די אלגעמיינע קהילה האט צום סוף נישט דורכגעפירט די רעפארמען אין סידור און האט אים צוריקגעבעטן צו ווערן אן אנגעשטעלטער און קריגן געהאלט פון זיי. רבי שלמה זלמן און זיין קהילה האבן אבער מסרב געווען צוריק זיך אנצושליסן אין א קהילה וואס בראש דערפון שטייען כופרים גמורים.
די רעגירונג האט למעשה נישט ערלויבט א פולשטענדיגע טיילונג ווי די טיילונג אין אונגארן און אין דייטשלאנד. די שיפשול האט ווייטער געמוזט צאלן שטייערן פאר דער אלגעמייינער קהילה. די געלטער וואס זיי האבן אריינגעצאלט אין דער קאסע פון דער אלגעמיינער קהילה האבן זיי אבער צוריקבאקומען אויף צו דעקן זייערע הוצאות פון א באזונדערע שחיטה און א מקוה.
ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה איז די פולע טיילונג נישט צושטאנד געקומען, כאטש די קהילה האט זיך כסדר באמיט דאס צו עררייכן. ווי געזאגט האבן זיי אבער געהאט זעלבסטשטענדיגע אויטאנאמיע.
פונדעסטוועגן האט די חרדישע שיף-שול קהילה זיך שיין אנטוויקעלט מיט מוסדות התורה והחינוך, מיט א כשרות ארגאניזאציע, מוסדות צדקה וחסד און הילפס ארגאניזאציעס. די אלע ארגאניזאציעס האט רבי שלמה זלמן שפיצער געגרינדעט און אנגעפירט.
———————————
אין שנת תרל״ג איז זיין רביצין גיטל, די טאכטער פון חתם סופר, נפטר געווארן און, ווי געזאגט, האט ער חתונה געהאט מיט איר פלימעניצע די טאכטער פוו רבי משה טוביה און זיין רביצן די טאכטער פון חתם סופר מרת שמחה לעהמאן. רבי משה טוביה און מרת שמחה לעהמאן פארדינען א באזונדער פאלגענדן מאמר אי״ה.
———————
רבי שלמה זלמן שפיצער איז אויך געווען באקאנט מיט זיינע פאנטאסטישע מעשי צדקה וחסד. ער פלעגט באקומען א גרויס געהאלט, קודם פון דער אלגעמיינער קהילה און דערנאך פון דער שיף-שול. יעדן מאנאט ווען ער האט ערהאלטן דאס געהאלט האט ער צעטיילט כמעט דאס גאנצע געלט פאר צדקה און געלאזט פאר זיך און זיין משפחה בלויז גענוג אויף צו דעקן די פערזענליכע הוצאות פאר אייין וואך. ער און זיין רביצין און זיין משפחה האבן געלעבט שטארק בצימצום. דאס געלט האט ער פארטיילט פאר אלמנות ויתומים, תלמידי חכמים, בני ישיבות, אידישע שפיטעלער און עניי ארץ ישראל.
די אידישע מאגנאטן אין דייטשלאנד און עסטרייך ווי די ראטשילדס האבן שטארק רעספעקטירט זיין ערליכקייט און זעלבסטלאזיגקייט און פלעגן אים שיקן גרויסע געלטער פון זייערע צדקות וואס זיי האבן אים באשטימט אלס שליח דאס צו צעטיילן. דער באראן ר׳ שמעון וואלף (ווילהעלם קארל) וואן ראטשילד פון פראנקרייך פלעגט אים שיקן גרויסע סכומים צו פארטיילן. אויך דער באראן בנימין אדמונד וואן ראטשילד, דער באראן פופער און באראן גוטמאן פון וויען.
——————- רבי שלמה זלמן׳ס שטוב איז געווען א בית וועד לחכמים פאר די גדולים וואס פלעגן קומען קיין וויען פאר רפואה אדער פאר פאליטישע רעגירונגס צוועקן, בראש מיט זיינע שוואגערס דער כתב סופר וועלכער פלעגט קומען אים באזוכן, און רבי שמעון סופר. ווי אויך זיין פלימעניק רבי שמואל ערנפעלד, דער מאטערסדארפער רב, דער בעל ״חתן סופר״. דער קראקעווער רב רבי שמעון סופר איז כידוע געווען דער פארטרעטער פון קראקע און פון מערב גאליציע אין עסטרייכישן פארלאמענט. ווען ער פלעגט וויילן אין וויען האט ער זיך אויפגעהאלטן אין שטוב פון רבי זלמן שפיצער.
——————
כ״ו כסליו, דעם צווייטן טאג חנוכה, שנת תרנ״ד איז רבי שלמה זלמן שפיצער נפטר געווארן אין וויען. לויט זיין צוואה האט מען אים געבראכט לקבורה אין פרעשבורג. אויף זיין ארט אלס רב פון דער שיף-שול אין וויען איז נתמנה געווארן רבי ישעיה פירסט, בעל ״חזון ישעיה״, וועלכער איז נאך געווען א תלמיד פון כתב סופר.
ווען די נאציס האבן דורכגעפירט זייער ״אנשלוס״ מיט עסטרייך האבן טייל קהילה מיטגלידער עמיגרירט קיין ענגלאנד און קיין אמעריקע. רבי ישעיה פירסט האט באלד נאכן אנשלוס אין תרצ״ח זיך געראטעוועט מיט זיין משפחה קיין ענגלאנד וואו ער איז נפטר געווארן אין תש״ג.
די שיף-שול, וועלכע האט אפיציעל געהייסן ״קהל עדת ישראל״, איז אזויווי הונדערטער אנדערע שולן איבער עסטרייך און דייטשלאנד, אונטערגעצונדן און פארבענט געווארן בעת דער טרויעריג בארימטער ״קריסטאל-נאכט״ אין תרצ״ח. נאך דער מלחמה איז דער בית המדרש צוריק געעפענט געווארן אין א שכנות׳דיגער געביידע וואס האט אויך באלאנגט צו דער שיף-שיל קהילה. —————————
המשך (4)
(די וויענער קהילה אין וויליאמבורג איז בשעתו, אין תש״א, געגרינדעט געווארן דורך פליטים יוצאי די שיף -שול קהילה פון וויען, עסטרייך. ר׳ הערש ליפשיץ, פון די גרינדער פון דער קהילה אין וויליאמסבורג, איז נאך געווען גבאי פון דער קהילה אין וויען, עסטרייך.
די קהילה, וואס זיי האבן א נאמען געגעבן ״קהל עדת יראים, וויען״ האט אין תש״א געעפענט איר בית המדרש אויף בעדפארד עוועניו ביי הופער, אין דער געביידע וואו עס זענען געווען די אפיסעס פון אגודת ישראל. אין תש״ח, ווען זיי האבן אויפגענומען הגאון הגדול מגדולי שארית הפליטה הגה״צ רבי יונתן שטייף זצ״ל אלס זייער ערשטן רב, האבן זיי זיך אריבערעצויגן אין א געביידע אויף ראדני און סאוט פיפט. ווען די קהילה איז זיך צעוואקסן האבן זיי מיט ארום זיבן יאר שפעטער אפגעקויפט די געביידע אויף 27 לי עוועניו.
נאך דער הסתלקות פון רבי יונתן שטייף האט די קהילה אויפגענומען אלס זייער רב הגאןן רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ״ל מגדולי רבני הדור און די קהילה ווערט היינט געפירט לשם ולתפארת דורך יבלחט״א הגאון רבי אשר אנשיל כ״ץ שליט״א מפארי רבני דורינו).
״חנוני חנוני, שמעוני שמעוני״, דער גדלות הנפש׳דיגער בריוו פון הייליגן חתם סופר.
די פרשה מיט דער געפלאנטער איבערזעצונג פון ש״ס אויף דייטש דורך ד״ר אפרים משה פיננער, און דאס גדלות הנפש פון רבן של ישראל דער הייליגער חתם סופר ביים צוריקציען זיין הסכמה - ווער איז געווען דר. פיננער און פארוואס האט דער חתם סופר באלד צוריקגעצויגן פון דער הסכמה.
ווינטער פון שנת תקצ״ד. קיין פרעשבורג, די שטאט פון חתם סופר, קומט אן א איד א תלמיד חכם, ר׳ אפרים משה פיננער, וועלכער האלט זיך דארט אויף במשך פון עטליכע וואכן, הויפטזעכליך אין בית המדרש.
ער האט געמאכט דעם איינדרוק נישט בלויז פון א תלמיד חכם נאר אויך פון אן ערליכן איד, א ירא שמים מרבים.
ער פלעגט א סך רעדן אין לערנען מיט די גרעסטע תלמידי חכמים פון דער שטאט. זייענדיג א געוועזענער תלמיד פון רבי יעקב לארבערבוים זצ״ל דער בעל ״חוות דעת״ ובעל ״נתיבות המשפט״ אין ליסע האט ער ארויסגעוויזן גרויס חריפות און בקיאות.
זיין זהירות בקלה כבחמורה האט זיך תמיד אנגעזען, למשל ווען ער פלעגט זיך שטענדיג נאכפרעגן אויף דער דרגה פון פארלעסליכקייט אין כשרות לגבי די אכסניות וואו מ׳פלעגט אים אנטראגן איינצושטיין.
די שמועות וועגן אים זענען אנגעקומען אויך צום חתם סופר. די תלמידים פון חתם סופר האבן אים געברענגט צו זייער רבי׳ן וועלכער האט מיט אים גערעדט אין לערנען. ווי דער חתם סופר שרייבט שפעטער וועגן אים: ״הן היות לי ילד שעשועים עם החכם המחבר זה ימים״.
קיין פרעשבורג און צום חתם סופר איז פיננער געקומען מיט א לאנג אויספלאנירטן פלאן. ער האט דעם חתם סופר געברענגט א בינטל מיט הסכמות וואס ער האט במשך פון צוויי יאר געקראגן פון פארשידענע רבנים, אויך, און אפשר בעיקר, פון אזעלכע וואס דער חתם סופר האט זיי שטארק מחשיב געווען. די הסכמות זענען געווען אויף זיינס א געפלאנט מאנומענטאלען ווערק: אן איבעזעצונג, א תרגום, פון גאנץ ש״ס בבלי און ירושלמי אויף דער דייטשער שפראך.
פיננער האט דעם חתם סופר מסביר געווען זיינע פלענער און זיינע מאטיוון.
ס׳איז געווען בלויז עטליכע צענדליג יאר זינט דעם יום המר והנמהר ווען די קריסטן האבן, אויף דער עצה פון די פראנקיסטן אין קאמעניץ-פדאלסק, פארברענט טויזענט ש״ס׳ן אין אן עפענטליכן ״שריפת התלמוד״ צערעמאניע רח״ל, נאכדעם וואס דער קריסטליכער געריכט האט געאורטיילט אז דער תלמוד איז פול מיט זידלונגען קעגן זייער אותו האיש. האט פיננער גע׳טענה׳ט, אז זיין איבערגעזעצטער ש״ס וועט אויפווייזן פאר די אומות העולם דעם שקר פון דעם בילבול.
דער חתם סופר גופא איז געווען אויסגעשטעלט צו כסדר׳דיגע קשיות מצד מלכים ושרים מיט וועמען ער איז געקומען אין קאנטאקט, וועלכע האבן פון אים פארלאנגט הסברים אויף פארשידענע ענינים אין ש״ס. וואלט אזא איבערגעזעצטער ש״ס געווען זייער נוצליך אויפצואווייזן פאר די גוי׳אישע פריצים און מיניסטארן דאס לויטערע שיינקייט פון דברי חכמינו ז״ל.
ווי דער חתם סופר האט דאס שפעטער געשריבן: ״ונדבה רוחו אותו להעתיק תלמוד בבלי כולו בלשון אשכנזי צח בגופם שלהן, ולמען יראו העמים והשרים את יופיה כי טובת שכל היא… ויראוהו עמים ויהללוהו, מלכים ושרים וישבחוהו… וגם ראיתי הרבה מכתבים מגאוני זמנינו מעידים עליו כי הוא תם וישר ביראת ה׳ ״.
דער חתם סופר האט זיך נישט באגנוגענט בלויז מיט די הסכמות וואס ער האט געבראכט און אויך נישט מיט דעם לכאורה׳דיג גוטן רושם פון א תלמיד חכם וירא שמים וואס דער איד האט געמאכט. ער האט אים אויך גענומען אויספארשן וועגן זיינע פלענער פון איבערזעצן ש״ס.
וועלן מיר ציטירן פון דעם חתם סופר׳ס אייגענע ווערטער וויאזוי ער דערציילט די השתלשלות הדברים.
מיר מוזן אבער קודם מאכן א שטיקל הקדמה און אנווייזן וואס עס זענען די מקורות פון אונזער אינפארמאציע וועגן דער קאפיטל געשיכטע.
די פרשה ווערט אין קורצן באשריבן:
א. דורך דעם חתם סופר׳ס אייניקעל דער בערעגסאזער רב אין ״חוט המשולש״. עמ׳ קכ״ד- קכ״ה. און אין בערעגסאזער רב׳ס ״איגרות סופרים״, כתבי רמ״ס, סי׳ ס״ט.
ב. דורך דעם חתם סופר׳ס גרויסן תלמיד דער מהר״ם שיק. שו״ת מהר״ם שיק או״ח, סי׳ ש״ו און סי׳ ש״ז.
ג. ווערט גאר אין קורצן דערמאנט דורך ר׳ יוסף נפתלי שטערן אין דער הקדמה צו חת״ס על התורה, במדבר, עמ׳ ח׳, סוף הערה ד׳.
זיי שרייבן אין קורצן וואס איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען מער ווינציגער באקאנט. קיינער פון זיי האט אבער נישט געהאט קיין פולן בילד און אלע איינצעלהייטן פון דער פרשה ווייל זיי האבן קיינער נישט געהאט צו זייער דיספאזיציע די דאקומענטאציע, כתבים און בריוו פון חתם סופר וועגן דער פרשה.
דער קרעדיט פאר אנטדעקן די גענויע פרטים וועגן דער פרשה פארדינט ידידנו הרה״ג ר׳ יחיאל גאלדהאבער שליט״א, דער קארלינער חסיד פון ירושלים, דער גרעסטער חרדישער היסטאריקער בימינו, וועלכער האט אנטדעקט בריוו פוו חתם סופר ביי אייניקלעך פון חתם סופר, אין די ארכיווען פון פארשידענע ביבליאטעקן איבער דער וועלט, און צווישן די ווערטפולע היסטארישע אנטיק דאקומענטן אין דעם אוצר הספרים פון כ״ק אדמו״ר מקארלין-סטאלין שליט״א, וואס הרב גאלדהאבער איז פון די יחידים וואס האבן צוטריט צו דעם אוצר. ———————————-
שרייבט דער חתם סופר שפעטער וועגן דער השתלשלות הענייניים:
״ומצאתיו לפי ראות עיני כשר, אדם שיש בו יראת ה׳, ובבחרותו שימש חכמים וגדולים מגאוני ישראל בק״ק ליסא… ונדבה רוחו אותו להעתיק תלמוד בבלי כולו בלשון אשכנזי צח בגופן שלהן, ולמען יראו העמים והשרים את יופיה כי טובת שכל היא… ויראוהו עמים ויהללוהו, מלכים ושרים וישבחוהו… וגם ראיתי הרבה מכתבים מגאוני זמננו מעידים עליו כי הוא תם וישר ביראת השם״.
איידער דער חתם סופר האט אים געגעבן זיין אייגענע הסכמה האט ער אים געשטעלט פארשידענע פראגעס וועגן זיין פלאן. מיר וועלן ווייטער ציטירן פון חתם סופר׳ס אייגענע ווערטער אין איינעם פון די בריוו. דער חתם סופר האט אים געפרעגט: ״איך אפשר לעמוד על תוכן ופירוש כוונת כל דבר, הלא כמה פעמים נחלקו גאוני עולם בכוונת דברי רש״י, וכמה דיו נשפך וכמה ניירות וגווילים מלאים על כל דיבור אחד. ואיך ימצא יחיד להסכים על פי דעתו כוונת העניין?״
פיננער האט אים געענטפערט אז ער איז נאר דער איניציאטאר און דער ארגאניזאטאר. ״ויש חבורת גדולי עולם צדיקים ואנשי מעשה אשר יחלקו להם הש״ס מסכת מסכת ואחר כך יתקבצו ויעיינו היטב הדק״.
המשך (2)
מסכתות עירובין און יבמות, צום ביישפיל, האט פיננער געזאגט דעם חתם סופר, וועט איבערגעזעצט ווערן אויף דייטש דורך רבי נתן אדלער, דער בעל ״נתינה לגר״, - א פלימעניק פונם נשר הגדול רבי נתן אדלער דעם חתם סופר׳ס רבי, - דער דעמאלטדיגער רב פון האנאווער און שפעטערדיגער רב פון לאנדאן און הויפט רב פון ענגלאנד. דער חתם סופר איז געווען שטארק צעפרידן אז אזא איד ווי רבי נתן אדלער דער בעל ״נתינה לגר״ איז צווישן די מיטארבעטער אין דעם פראיעקט.
ה׳ אדר שנת תקצ״ד, נאכן אויספרעגן אים און קריגן צופרידענשטעלנדע ענטפערס, האט דער חתם סופר אים געגעבן זיין באגערטע הסכמה.
ה׳ אדר איז אבער געווען דער לעצטער טאג וואס דער חתם סופר האט געהאט א פאזיטיווע מיינונג וועגן אים. דעם אנדערן צופרי האט דער חתם סופר באשלאסן גרינטליך דורכצוליינען די גליונות פון דער איבערזעצונג פון די ערשטע פרקים אין מסכת ברכות וואס פיננער האט אים געגעבן. דער חתם סופר וועלכער האט גערעדט אידיש דויטש, אדער דויטשמעריש, איז נישט געווען קיין לייענער פון דער דייטשער שפראך. ער האט אבער געפילט אז ער קען זיך נישט פארלאזן אויף די הסכמות פוו אנדערע און מוז אליין גרונטליך דורכלייענען די ערשטע גליונות פון דער דייטשער איבערזעצונג.
דער חתם סופר איז נבהל ונשתומם געווארן פון וואס ער האט געזען צווישן די שורות, און אויך אפן אין געוויסע שורות. למשל ביי דער מעשה פון רבי אלעזר בן עזריה וואס ס׳זענען אים איבערנאכט ארויסגעוואקסן 18 שורות ווייסע האר האט דאס פיננער פרובירט אויפקלערן אין זיין דייטשער איבערזעצונג אלס נישט בהכרח האבענדיג געווען א נס. נאר אז דאס קען אויך פאסירן בדרך הטבע. פיננער האט געפרואווט אפעלירן צו דעם ״ראציאנאליזם״ פון די גויים און ״אויפקלערן״ מעשה ניסים כאילו זיי זענען נאטירליכע ערשיינונגען, רח״ל מהאי דעתא.
אויפן ארט האט דער חתם סופר געלאזט רופן פיננער׳ן און אים געלאזט וויסן אז ער ציט צוריק פוו דער הסכמה. דער חתם סופר האט אים געבעטן ער זאל אים שוין צוריקגעבן די הסכמה און אים אנגעווארענט נישט צו וואגן דרוקן די איבערזעצונג.
פיננער האט אבער מסרב געווען צום חתם סופר׳ס בקשה צוריקצוגעבן די הסכמה. ביז עטליכע שעה האט פיננער געפאקט די פעק און געמאכט פליטה פון פרעשבורג.
הרב גאלדהאבער ווייזט אן אויף רוח הקודש וואס איז ניצנצה נאך אין דער הסכמה פון חתם סופר. דער חתם סופר שרייבט: ״וגם ראיתי הרבה מכתבים מגאוני זמנינו מעידים עליו כי הוא תם וישר ביראת ה׳, וביום מצאתיו עוד רד עם אל ועם קדושיו נאמן, גלל כן ידי תכון עמו״. פלא והפלא: דער חתם סופר שרייבט ״ביום מצאתיו עוד רד עם אל ועם קדושים נאמן״. ווי עס האט זיך טאקע באלד ארויסגעשטעלט איז דאס געווען דער לעצטער טאג וואס דער חתם סופר האט אים באטראכט אלס אן ערליכער איד. דעם אנדערן טאג האט זיך דאס דראסטיש געענדערט. דער חתם סופר האט אים מער נישט געפונען רד עם א-ל אדער עם קדושיו נאמן.
דער חתם סופר האט געשיקט שליחים און תלמידים זיי זאלן אים נאכיאגן און פון אים צוריקבאקומען די הסכמה. און אויב גייט עס נישט מיט גוטן זאלן זיי אים ווארענען אז דער חתם סופר וועט אסר׳ן זיין חיבור און עס מחרים זיין אויפן הארבסטן אופן. פיננער האט זיי געענטפערט פארשידענע שקרים: ״ער האט שוין אויפגעגעבן די הסכמה אויף דער פאסט און געשיקט עס צום דרוק״, און ענליכע אזעלכע תירוצים.
———————————-
ווער איז געווען דר. אפרים משה פיננער?
אפרים משה פיננער (Pinner) איז געבוירן אין שנת תקס״ג צו זיין פאטער ר׳ אלכסנדר פיננער אין דער שטאט פיננע נעבן פיוזן אין פרייסין, (דייטשלאנד), היינט פוילן. ביי דער בר מצוה האט אים זיין פאטער געשיקט לערנען קיין ליסע אין דער ישיבה פון רבי יעקב לארבערבוים דער בעל חוות דעת און נתיבות המשפט. ער האט אויך געלערנט ביי רבי לייב שיינדעלס דער ראש בית דין פון ליסע.
דער אנטיסעמיטישער צאר ניקאליי האט געשטרעבט צו מאדערנעזירן דאס אידישע פאלק. דאס אריינברענגען אין זיי די דייטשע השכלה,האט ער גוט געוואוסט, וועט פירן צו דער סעקולאריזאציע פון כלל ישראל און צו זייער עווענטועלער אסימילאציע.
דאס אלץ האט פיננער געהאלטן בסוד במשך פוו די איבער צוויי יאר וואס ער איז ארומגעפארן זוכן הסכמות.
אין רעטראספעקט איז קלאר, אז זיין ארומפארן צוויי יאר איבער די שטעט פון דייטשלאנד און אייראפע צו נעמען הסכמות פון רבנים איז נאר געווען געצילט ארויסצוקריגן אן הסכמה פון חתם סופר. והא ראיה: נאכן מאכן פליטה פון פרעשבורג האט ער געדרוקט א בראשור, א רעקלאמע פראספעקטוס אין דער פארם פון א קונטרס, וואס ער האט גערופן ״מבשר טוב״, וואס האט אנטהאלטן עטליכע דוגמאות, סעמפעל בלעטער, פון דעם נייעם ש״ס. אין דעם קונטרס איז פאראן בלויז איין הסכמה צו זיין ש״ס: די הסכמה פון גדול הדור דער חתם סופר.
המשך (3)
די הסכמות וואס ער האט גענומען איידער ער איז געקומען קיין פרעשבורג, און וואס ער האט געברענגט צום חתם סופר, זענען געווען דווקא פון רבנים וואס זענען געווען לוחמים קעגן דער השכלה. רבנים וואס ער האט געוואוסט אז דער חתם סופר וועט זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. אזעלכע גדולים ווי רבי שלמה זלמן טריר, רב פון פראנקפורט, וועלכער שרייבט אויף אים: ״זמן היותו פה עירנו זה לערך שלושה חדשים לא נשמע עליו רק טוב, וכמה פעמים השתעשעתי עמו ומצאתיו כי אסף בחפנו חכמה ושכל טוב מדברי חז״ל ויראתו קודמת לחכמתו… ודרכו וכוונתו לשם שמים״.
צי פון הגאון רבי אשר וואלערשטיין, דער זון פון שאגת אריה, רב פון קארלסרוה, וועלכער שרייבט אויף אים: ״נראין מזה דנהירין ליה שבילין דשמעתתי״.
ער האט אויך געברענגט דעם חתם סופר די הסכמה וואס ער האט געקראגן פון הגאון רבי יהודה לייב קארלבורג, מגדולי התלמידים פון רבי נתן אדלער, רבי פון חתם סופר.
די הסכמות זיינע געווען אויטענטיש. דער חתם סופר האט דעריבער נישט געהאט קיין סיבה צו צווייפלען די חזקת כשרות פון דעם איד, ובפרט אז דער חתום סופר האט אויך געהאט דעם זעלבן איינדרוק ווי די אנדערע גדולים: אז דר. פיננער איז א תלמיד חכם און א ירא שמים.
דער חתם סופר האט אבער גיך אנטדעקט וואס געפינט זיך אונטער פיננער׳ס שלייער: נישט מער ווי א משכיל און א נוכל וועלכער איז געקומען ארויסשווינדלען אן הסכמה.
דער חתם סופר האט גלייך געשיקט בריוו צו רבנים און קהילות זיי צו לאזן וויסן אז ער ציט צוריק פון דער הסכמה. פיננער האט דאס אבער אלץ איגנארירט און האט, ווי געזאגט, שפעטער געדרוקט זיין קונטרס ״מבשר טוב״ אין וואס ער האט געברענגט אויסשליסליך נאר די הסכמה פון חתם סופר.
מיט אומפארשעמטער חוצפה שרייבט ער אין דעם קונטרס: מי לנו הגדול כמשה ספרא רבה צדיק ועניו אב״ד דק״ק פרעסבורג, הלא גם הגאון הגדול הזה הסכים איתי ודיבר טוב בעדי״.
———————————-
דער חתם סופר האט אנגעפרעגט ביי רבי נתן אדלער, דער בעל ״נתינה לגר״, שפעטערדיגער הויפט רב פון בריטאניע, צי ער איז טאקע פון די רבנים וואס וועלן מיטארבעטן אין איבערזעצן געוויסע מסכתות. דער חתם סופר באצייכענט ערגעץ רבי נתן אדלער, דעם בעל ״נתינה לגר״, אלס א ״צדיק ותלמיד חכם״.
(כדאי צו נאטירן: רבי נתן אדלער האט זוכה געווען צו דער הערכה אויך פון שפעטערדיגע גדולי הדורות. דער ״חזון איש״ צום ביישפיל פלעגט אויסהערן דאס לייענען יעדן שבת פון דעם חומש. בין לגברא לגברא פלעגט ער מעיין זיין אין זיין פירוש אויפן תרגום און ער פלעגט אפט נאכזאגן דערפון צו זיינע תלמידים).
ווען דער חתם סופר האט אלזא אנגעפרעגט פון בעל ״נתינה לגר״ צי ער גייט זיין דער מתרגם פון צוויי מסכתות, ווי דר. פיננער האט אים געהאט געזאגט, האט ער געענטפערט: לא היו דברים מעולם. ער האט קיינמאל נישט געהערט פון דעם מענטש פיננער, און דאס איז דאס ערשטע מאל וואס ער הערט בכלל פון אזא פראיעקט.
דעם חתם סופר׳ס אייניקעל דער בערעגסאזער רב שרייבט אין חוט המשולש עמ׳ קכד: ״אבל שקר ענה והעיד דאקטאר פיננער בהרב הגדול הנ״ל ״. שרייבט דער חוט המשולש: ״כי אני ראיתי מכתב ידו של ר״נ אדלער אשר כתב לזקיני זצ״ל כי פיננער כיחש ושיקר במילתא דעבידא לגלוי׳ כי הוא לא קיבל עליו לעסוק במלאכה זו ולתרגם לא יבמות ולא עירובין. והאי פיננער בדאי הוא״.
ווען דער חתם סופר האט געזען ווי טראץ זיינע הכחשות איז פיננער ממשיך מיט זיין פראיעקט און אפילו מיט פארלייקענען דעם פאקט אז ער האט צוריקגעצויגן פון זיין הסכמה האט דער חתם סופר פארעפענטליכט א היסטארישן כרוז וואס ער האט געשיקט צו רבנים און קהילות איבער גאנץ אייראפע.
ער האט זיך פארבינדן מיט זיין ידיד הרב צבי הירש לעהרן, דער ראש ארגון הפקידים והאמרכלים פון אמסטערדאם, וועלכער האט געהאט די בעסטע קאמוניקאציע פארבינדונגען אין דער גאנצער אידישער וועלט, ער זאל מפרסם זיין דעם חתם סופר׳ס כרוז וואס מיר ברענגען דא די הויפט ציטאטן דערפון. ————————————
דעם בריוו האט דער חתם סופר טיטולירט מיט׳ן קעפל: ״חנוני חנוני, שמעוני שמעוני״, א מליצה אויף דעם פסוק אין איוב (י״ט, כ״א) ״חנני חנני אתם רעי כי יד אלוה נגעה בי״. דער חתם סופר הויבט אן דעם בריוו מיט א געוואלדיגער ענווה. מיר וועלן ציטירן בלויז געציילטע ווערטער פונם אנהויב פונם בריוו: ״דברים שאמרתי טעות הם, והנני חוזר ועוקר הסכמתי מעיקרא, והיה כלא היה, וכאפס ואין נחשבו הדברים ההמה, וישימו לאל מילתי״.
ווייטער דערציילט דער חתם סופר אין דעם בריוו וואס פיננער האט אים געהאט געזאגט: ״כי הוא איננו אלא מקבץ חתימות, ויש חברת גדולי עולם צדיקים ואנשי מעשה, אשר יחלק להם הש״ס כל מסכת ומסכת, ואח״כ יתקבצו ויעיינו הדק היטב, והזכיר לי אחד מהם, אשר לו נמסר להעתיק מס׳ עירובין ויבמות, הוא הרב הגדול הצדיק מוהר״ר נתן אדלער כ״ץ אב״ד דק״ק הנובר, ולהיותי יודע כי הרב הזה מוחזק לצדיק ותלמיד חכם אמרתי החלק יעיד על הכל… ועתה מכתב שלוח אלי מהרב המאה״ג הנ״ל כי חלילה וחלילה לו, לא עלתה על לבו מעולם, ואפילו מכתב המלצה לא נתן להנ״ל. וא״כ ממילא התבטלו דברי הסכמתי לגמרי כי הטעני המעתיק הנ״ל, והרני אוסר באיסור גמור להדפיס הסכמתי על ש״ס המועתק ללשון אשכנז, והעובר ישכנו נחש״.
דא ווענדעט זיך דער חתם סופר מיט רעספעקט און מיט א באזונדערע ענווה דירעקט צו דר. פיננער. ער איז אים מזהיר נישט אנצוגיין מיט דער ארבעט, אפילו אויב זיינע כוונות זענען באמת לשם שמים:
״ועתה כלפי דאקטער פיננער אני אומר, כי באמת לולי הנ״ל לא מצאתי בו עוול בכל התנהגותו ימי היותו פה בגבולינו, וכן מעידים עליו שאר גדולים. על כן ישכיל ויבין, כי לו יהא שכוונתו זאת כולו לשם שמים כאשר טעיתי גם אנכי, הנה הוא רואה כי כל חכמי ישראל ממקומות מושבותיהם קוראים מלא (א מליצה פון ירמיהו י״ב ו׳ גם המה קראו אחריך מלא) ואין מעשיו רצויים בעיניהם, הלא מחויב לחזור בו מדעתו…״
דער חתם סופר ווארענט אים באזהרה חמורה אז אויב וועט ער אנגיין מיט דעם פראיעקט וואלט ער, אויב ער וואלט געווען ביכולת, אים געלייגט אין חרם: ״וכן אם ח״ו לא יחזור מדעתו ולא ישיב ידו, הרי היה ראוי אילו היה רשות מהמלכים לנדותו, לאררו ולקללו. אך באשר אין רשות נתונה לעשות כן, על כל פנים ידע כי החטא כרוך בעקבותיו, והאלוקים יביא במשפט. ואם יחזור וישוב ידו, יתברך ויתרומם ויתקדש שם שמים על ידו״.
המשך (4)
אויב וועט פיננער איגנארירן זיינע אזהרות און וועט אנגיין מיט זיינע פלענער, ווי עס איז טאקע געווען, האט דער חתם סופר געוואלט זיכער מאכן אז ער ווער נישט מצליח זיין. דער חתם סופר שרייבט דערפאר ווייטער אינם קול קורא:
״לזה אני מבקש מגאוני הזמן להטיל גודא רבא על היושבים תחת דגלם שלא ידפיסו ולא יקנו הספרים ההמה, ולא יקראו בהם כלל וכלל ויהיה כספר החתום, לא ייזכר ולא ייפקד ולא יעלה בית ישראל כלל, והנותן תורה לעמו ישראל בקדושתו יברך וירומם ויעזור שומרי תורתו ויגביהם לנצח ויושיבם.
הכ״ד ק״ק פרעשבורג, יום ה׳ כ״א טבת תקצ״ה לפ״ק.
דער כרוז ״חנוני חנוני, שמעוני שמעוני״ אין וועלכן דער חתם סופר ציט צוריק און קומט ארויס קעגן דר. פיננער האט אפגעהילכט איבער גאנץ אייראפע. מער האט פיננער נישט געהאט קיין דריסת הרגל ביי רבנים און גדולי ישראל. חוץ די הסכמות פון צוויי רבנים אין דער פארווארפענער טערקיי און פון צוויי רבנים פון די קרייזן פון די משכילים האט ער מער נישט געקראגן קיין הסכמות.
דער חתם סופר האט עררייכט זיין ציל. פיננער האט ווייטער נישט געקענט אנגיין מיט זיין פראיעקט.
—————————-
נאכדעם ווי דער רוסישער צאר האט פיננער׳ן געצאלט אן איינגאבע אויף א באשטעלונג פאר 100 בענדער פונם געפלאנטן איבערגעזעצטן ש״ס האבן אויך אנדערע מאנארכן, די קעניגן פון פרייסן, האלאנד, בעלגיע און דענמארק, ווי אויך די פירער פון דער קריסטליכער קירכע, געשיקט דעפאזיטס און באשטעלונגען אויף דעם געפלאנטן אויף דייטש איבערגעזעצטן ש״ס.
די קללת חכם פון הייליגן חתם סופר האט אבער נאכגעיאגט און געגרייכט פיננער׳ן. בחייו פון חתם סופר האט ער לגמרי נישט באוויזן פארצוזעצן מיט זיין פראיעקט. אזויווי ער האט אבער געמוזט עפעס אויפווייזן פאר די אייראפעאישע מאנארכן און גלחים וואס האבן אים געשיקט געלטער האט ער דריי יאר נאך דער הסתלקות פון חתם סופר, אין תר״ג, זיך ווידער גענומען צו דער ארבעט.
אבער חוץ איין באנד, מסכת ברכות, וואס ער האט געדרוקט, האט ער ווייטער נישט געקענט אנגיין. אידן האבן דעם באנד נישט געקויפט און אן לומדי תורה, און אן געלט, וואס ער האט אינגאנצן אויפגענוצט ביים דרוקן מסכת ברכות, האט ער ווייטער נישט געקענט אנגיין מיט דעם פראיעקט.
——————————-
אין ליקוטי תשובות חת״ס, לונדון תשכ״ה, עמ׳ צ׳ הע׳ ל״ג, שרייבט רבי ישראל שטערן: ״כשזכיתי לבקר בהיכל כ״ק רבינו מרן ר׳ עקיבא סופר אב״ד ור״מ פרשבורג בירושלים ת״ו בתש״ט, הראה לי גמרא מסכת ברכות מד״ר פינעער הנ״ל ואמר שזו נדפסה ולא יותר״.
דער בריוו ״חנוני חנוני״ צייגט נאך אן אספעקט פון דער געוואלדיגער גדלות, צדקות, ענווה, מידת האמת און גדלות הנפש, פונם גרויסן רבן של ישראל דער הייליגער חתם סופר. ווי עס שרייבט דאס זיין גרויסער תלמיד דער מהר״ם שיק אין שו״ת מהר״ם שיק חלק או״ח, סי׳ ש״ו: ״כבר מצינו גדולי חכמינו ז״ל שאמרו ׳דברים שאמרנו טעות הן בידינו׳, ו׳שגגה היוצא מלפני השליט׳ וכדומה. ואני ידעתי פעם הטעה אחד את מרן הגאון זצ״ל ליתן לו הסכמה, ואחר כך נודע לו שהיתה שגגה בזה, וביקש ברבים ׳חנוני חנוני׳ על השגגה שיצא ממני״. דאס זעלבע שרייבט דער מהר״ם שיק אויך דארט אין סי׳ ש״ז.
אגב: דער בריוו פון חתם סופר ״חנוני חנוני״ איז שפעטער גענוצט געווארן אלס א דוגמא דורך אנדערע גדולים בעת א פולמוס פון אינגאנצן אן אנדער מין.
אין שנת תרל״ג האט דער ראדזינער רבי הגאון הצדיק רבי גרשון העניך לייענער, דער בעל התכלת זצ״ל, ארויסגעגעבן זיין ריזן ווערק, דער ״סדרי טהרות״ אויף מסכת כלים, א ליקוט פון אלע מאמרי חז״ל בשייכות מיט דער מסכת. דער פארמאט פון דעם חיבור איז געווען ווי א צורת הדף פון א מסכת, ווי דאס וואלט געווען אן אויטענטישע גמרא מסכת כלים, כאטש אזא מסכת איז נישטא, בלויז משניות. רבי גרשןן העניך האט צונויפגענומען פון גאנץ ש״ס אלע מאמרי חז״ל וואס זענען נוגע די מסכת און געמאכט דערפון א מסכת כלים. רבי גרשון העניך האט אויף דעם חיבור באקומען הסכמות פון די גרעסטע גדולי ישראל פון אלע קריייזן.
דער חיבור האט אבער ארויסגערופן התנגדות מצד מערערע גדולי התורה אין ליטע צוליב דעם צורת הדף: אן אימיטאציע וואס שאפט דעם איינדרוק פון כאילו אן אויטענטישע מסכת.
די בריוו פון די גדולים אין דעם פולמוס זענען אין תרל״ז צונויפגענומען געווארן אין א קונטרס מיטן נאמען ״דברי מלואם״. אין איינעם פון די בריוו בעט זיך איינער פון די מערערים ביי די גדולים וואס האבן געגעבן זייערע הסכמות זיי זאלן צוריקציען פון דער הסכמה, שרייבענדיג: ״לא נגרע ח״ו כבוד גאון תורתם הקדושה ע״י זה, כי מצינו להיותר גדולים שבעולם…. יש לגאונים שיחיו להתנהג בזה כמו שעשה הגאון החסיד רשכבה״ג מו״ה משה סופר זצ״ל בדור שלפנינו כאשר נתן בתחילה הסכמה בטעות על העתקת הש״ס ללשון אשכנז כנודע, ואח״כ שלח בעצמו כמה מכתבים לקצבי ארץ כי הוא חוזר בו, ויראו נא כל גאוני העולם שיחיו, את דרך הקדושה של הגאון רשכבה״ג הצדיק הנ״ל זצ״ל בזה״. (דברי מלואם, ווילנא תרל״ז, עמ׳ 446).
רבי משה סופר, זיבענבערגן, זצ״ל, - ״שכ״ם אחד על אחיך״.
זון פון כתב סופר - ערשטער אייניקעל וואס איז געווען א נאמען נאכ׳ן חתם סופר - ספרא רבה, ערשטער צו דרוקן א ביאגראפיע פון זיין זיידע׳ן דער הייליגער חתם סופר - מייסד פון ״מחזיקי הדת״ אין טראנסילוואניע - בארימט מיט מגייר זיין און ברענגען תחת כנפי השכינה א גאנץ שטעטל גויים ״סאבאטניקעס״ - די דראמאטישע געשיכטע פון די סאבאטניקעס.
י״ז ניסן, דעם ערשטן טאג חול המועד פסח, שנת תר״א, אנדערהאלבן יאר נאך דער הסתלקות פון חתם סופר, איז ביים כתב סופר געבוירן געווארן א זון, וועמען ער האט א נאמען געגעבן משה, - דער ערשטער אייניקעל וואס איז געווען א נאמען נאכן הייליגן חתם סופר.
רבי משה סופר/שרייבער איז געווען א מושלם בכל מעלה. א בן יקיר און פון די מצויינים צווישן די תלמידים אין דער ישיבה פון זיין גרויסן פאטער דער כתב סופר. אין א תשובה בהלכה וואס דער כתב סופר שרייבט צו אים טיטולירט ער אים: ״תלמידי הבחור המופלג השנון״. אין דער ישיבה פון כתב סופר האט ער געלערנט בחברותא מיט רבי קאפל רייך, שפעטערדיגער בודאפעסטער רב.
——————————
ספרא רבה
ווי פילע אין דער משפחת סופרים איז ער געווען באגאבט מיט א באזונדערן שרייבערישן טאלאנט. פון קינדווייז אן פלעגט ער שרייבן סיי חידושי תורה און סיי מאמרי השקפה.
אין מיינץ (מגנצא), דייטשלאנד, פלעגט ערשיינען די ארטאדאקסישע צייטונג ״דער איזראעליט״. הרב מאיר לעהמאן, דער ארויסגעבער און רעדאקטאר פון איזראעליט, פלעגט דארט דרוקן די השקפה מאמרים פון דעם יונגען משה סופר/שרייבער.
אין שנת תרכ״א, ווען ער איז אלט געווען נישט מער ווי צוואנציג יאר, האט רבי מאיר לעהמאן אים באאויפטראגט צו שרייבן די ביאגראפיע פון זיין זיידען דער חתם סופר. ר׳ מאיר לעהמאן האט עס געדרוקט אין ״איזראעליט״ אין א סעריע פון פיר פארזעצונגען במשך פון פיר מאנאטן.
רבי משה סופר איז דערמיט געווען דער ערשטער צו פארעפענטליכן אין דרוק די תולדות פון חתם סופר, - הגם ער איז נישט געווען דער ערשטער עס צו באשרייבן.
נישטא נאך א גדול בישראל אין פריערדיגע דורות פון וועמען עס זענען פאראן אזויפיל ביאגראפישע פרטים און אזויפיל באשרייבונגען פון זיינע תולדות ווי פונם רבן של ישראל דער הייליגער חתם סופר. צוליב כמה סיבות. הן צוליב זיינע פילע תלמידים און תלמידי תלמידיו וואס האבן געשריבן וועגן אים, הן צוליב די באשרייבונגען פון זייינע קינדער און אייניקלעך, און אויך צוליב די פילע תשובות פון חתם סופר זעלבסט, פון וועלכע מ׳קען אזויפיל לערנען וועגן זיין לעבנס געשיכטע.
די ערשטע צו שרייבן די ביאגראפיעס פון חתם סופר זענען פאקטיש געווען זיינע אייגענע קינדער, דער כתב סופר און רבי שמעון סופר, דער ״מכתב סופר״, שפעטערדיגער קראקעווער רב.
רבי שמעון סופר האט שוין אלס קינד געשריבן ביאגראפישע פרטים פון זיין גרויסן טאטע׳ן דער חתם סופר. ווי עס שרייבן דער בערעגסאזער רב אין ״חוט המשולש״, און רבי יוסף נפתלי שטערן אין זיינע הערות אויף דרשות חתם סופר, האט רבי שמעון סופר שוין ״בטל ילדותו״ געשריבן די תולדות פון חתם סופר און פלעגט דאס צומאל צייגן דעם חתם סופר. רבי שמעון סופר האט געהאט בדעה דאס צו דרוקן אין שנת תר״א צוזאמען מיט זיין הקדמה צו שו״ת חת״ס חלק יו״ד. צום סוף האט ער בלויז געשריבן די שיינע פתיחה ״פתוחי חותם״ אן צוצולייגן די תולדות פון חתם סופר וואס ער האט געהאט צוגעגרייט, וואס איז געבליבן בכתב.
די געשריבענע ביאגראפיע פון חתם סופר האט רבי שמעון סופר סוף ימיו געגעבן צו זיין ידיד רבי אהרן לבוב פון פרעשבורג, וועלכער האט דאס שפעטער געגעבן צום ווערבויער רב, רבי יצחק ווייס (אלף כתב). דער ווערבויער רב האט דאס געדרוקט אין שנת תר״ס אין דער שטאט פאקש, אין דעם ספר ״אבני בית היוצר״, 17 יאר נאך דער הסתלקות פון רבי שמעון סופר. א חלק פון רבי שמעון סופר׳ס ביאגראפיע פון חתם סופר איז אויך געדרוקט געווארן, מוגה פונם כתב יד, דורך רבי יוסף נפתלי שטערן, אין דער הקדמה צו ״דרשות חתם סופר״ וואס ער האט געדרוקט אין סערעט אין שנת תרפ״ט.
רבי משה סופר/שרייבער, דער פלימעניק פוו רבי שמעון סופר און זון פון כתב סופר, איז בכן געווען דער ערשטער וועמענס ביאגראפיע פון חתם סופר איז פארעפענטליכט געווארן בדפוס.
אט די ביאגראפיעס, וואס עס האבן געשריבן דעם חתם סופר׳ס זון רבי שמעון סופר און דער חתם סופר׳ס אייניקעל רבי משה סופר, זענען אויך די סאמע פארלעסליכסטע. ס׳איז ידוע אז די ביאגראפיע וואס רבי משה סופר האט געשריבן פארן ״איזראעליט״ האט ער פריער געוויזן זיין טאטע׳ן דער כתב סופר און פאר זיין פעטער רבי שמעון סופר.
די סאמע באקאנטסטע און ביז לעצטענס די ברייטסטע ארומנעמענדיגסטע ביאגראפיע פון חתם סופר, דער ספר ״חוט המשולש״, איז געשריבן געווארן דורך רבי משה סופר׳ס יונגערער ברודער, דעם כתב סופר׳ס יונגסטער זון, הגה״צ רבי שלמה סופר, דער בערעגסאזער רב, וועלכער איז געווען מיט 12 יאר יונגער פון רבי משה סופר. ער איז געבוירן אין שנת תרי״ג. דער חוט המשולש האט פאקטיש גענוצט, ווי ער שרייבט דאס אליין, זיין עלטערן ברודער׳ס ביאגראפיע אין איזראעליט אלס איינעם פון זיינע מקורות.
——————————
רבי משה ״זיבענבערגן״.
אין שנת תרכ״ד איז רבי משה סופר געווארן אן איידים ביי הרבני הנגיד המפורסם רבי אלימלך ראזענפעלד, אן אויסגערופענער תלמיד חכם וירא שמים, א פארמעגליכער אייגענטימער פון א גרויסן גיט אין דעם שטעטל סעפלאק, אין זיבענבערגן (אדער טראנסילוואניע, ווי זיבענבערגן האט אמאל געהייסן).
רבי אלימלך ראזענפעלד האט אים געשאנקען פעלדער און וויינגארטענס. רבי משה האט טיילוויז עוסק געווען אין מסחר און משא ומתן בעת רוב טאג איז ער געזעסן און געלערנט, געשריבן תשובות להלכה און עוסק געווען בצרכי ציבור.
זיין ציען זיך קיין זיבענבערגן האט קודם אויסגעקוקט ווי א חידוש. פרעשבורג איז געווען אן עיר מלאה חכמים וסופרים. זיבענבערגן דאקעגן איז דעמאלט באשטאנן פון בלויז קליינע שטעטלעך און דערפלעך מיט ווייניג אידישע איינוואוינער. שפעטער האט זיך אבער ארויסגעוויזן אז מאת ה׳ היתה זאת, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט וואס פארא רוחניות׳דיגע מהפיכה רבי משה סופר/שרייבער האט דארט געמאכט.
רבי משה סופר האט געלאזט א רוחניות׳דיגן חותם אויף גאנץ זיבענבערגן. צוליב דעם האט ער באקומען דעם צונאמען ״רבי משה זיבענבערגן״. ——————————-
זיין שווער רבי אלימלך ראזענפעלד, אדער רבי מיילעך סעפלאקער, צוליב דעם שטעטל סעפלאק וואו ער האט געוואוינט, האט געהאט זעקס איידמער אלע גדולים בתורה וביראה. זיינע זעקס מחותנים זענען אלע געווען פון די גדולי הדור.
המשך (2)
זיין ערשטער איידים איז געווען רבי משה סופר. דער צווייטער איידעם איז געווען רבי יהודה לייב לאנדסבערג, א תלמיד פון מהר״ם שיק, און א זון פון רבי ישראל יצחק אהרן לאנדסבערג, א תלמיד מובהק פון חתם סופר. רבי יהודה לייב לאנדסבערג, שפעטעגדיגער רב פון סעגהאלום, איז אויך געווען א סופר מהיר, בעל מחבר ספר ״חקרי לב, תולדות התנאים והאמוראים״. נאך זיין שוואגער רבי משה סופר איז ער, רבי יודא לייב לאנדסבערג, געווען דער צווייטער צו שרייבן און דרוקן א ביאגראפיע פון חתם סופר. די ביאגראפיע איז ערשט געדרוקט געווארן אין א אידישע צייטונג אין פרעשבורג און דערנאך אין א באזונדער ספר ״אלה תולדות״.
די ערשטע ביאגראפיע וואס איז אלזא געשריבן געווארן פון חתם סופר איז געווען וואס רבי שמעון סופר האט געשריבן און געוואלט דרוקן אין שנת ת״ר, הגם עס איז נישט געדרוקט געווארן ביז יארן שפעטער. די צווייטע ביאגראפיע געשריבן צו ווערן און די ערשטע געדרוקט צו ווערן איז געווען וואס עס האט געשריבן רבי משה סופר (זיבענבערגן), געדרוקט אין שנת תרכ״א. די דריטע איז געווען וואס עס האט געשריבן און געדרוקט זיין שוואגער רבי יודא לייב לאנדסבערג אין שנת תרל״ו, און די פערטע איז געווען די ביאגראפיע וואס עס האט געשריבן דער תלמיד פון חתם סופר רבי חזקיה פייבל פלויט, שוראנער רב, אין זיין ״ליקוטי חבר בן חיים״, וואס איז געשריבן געווארן אין שנת תרל״ח און איז געדרוקט געווארן אין זיין סעריע ספרים ליקוטי חבר בן חיים במשך פון די פאלגענדע יארן. (רבי חזקיה פייבל פלויט האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא. ער האט ערצויגן א יתומה אין שטוב וועלכע האט חתונה געהאט מיט הרב אשר בוכינגער. די פארצווייגטע בוכינגער משפחה דא אין ניו יארק זענען אלע אייניקלעך פון אים און געבן עד היום נעמען נאך רבי חזקיה פייבל דער בעל ליקוטי חבר בן חיים).
דער יונגסטער איידים פון רבי אלימלך ראזענפעלד איז געווען א זון פון רבי בנימין זאב מאנדעלבוים, דער ערשטער רב פון סאטמאר. (די שטאט סאטמאר האט געהאט פיר רבנים אין איר געשיכטע: הרה״ג רבי בנימין זאב מאנדעלבוים זצ״ל; הרה״ג רבי יהודה גרינוואלד זצ״ל; הרה״ג רבי אליעזר דוד גרינוואלד זצ״ל, דער ״קרן לדוד״, ברודער פוו ערוגת הבושם, נישט קיין קרוב מיט זיין פארגייער רבי יהודה גרינוואלד; און כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר זצ״ל).
די אנדערע מחותנים פון רבי אלימלך ראזענפעלד זענען געווען רבי יחיאל מאיר פאנעט; רבי פייוועל וויזעל, טורדא רב; און רבי יצחק גליק, סאנפעטערער רב.
אלס חתן האט רבי משה סופר זיך געלערנט שחיטה על בוריה וויסענדיג אז ער גייט וואוינען אין א געגנט וואו עס זענען פאראן ווייניג שוחטים.
רבי משה סופר׳ס חתונה איז פארגעקומען אין גרויסווארדיין, און איז געווען א גרויס געשעענעיש אין אונגארן און רומעניע. דער כתב סופר איז געפארן צו דער חתונה מיט א באן און אויפן גאנצן וועג האבן די תלמידי הכתב סופר און הונדערטער חרדישע אידן אים אפגעווארט, אים מקבל פנים געווען ביי די באן סטאנציעס, לכבודו של מלכות, מאן מלכי רבנן. ———————-
שכ״ם אחד
נאך דער חתונה האט רבי משה סופר זיך באזעצט אינם שטעטל וואמוש-אודווארהעל. טראץ דעם וואס ער האט עוסק געווען אין מסחר און משא ומתן האט ער ווי געזאגט רוב צייט עוסק געווען אין לימוד התורה. די איינוואוינער האבן קורץ נאך זיין באזעצן זיך דארט אים אויפגענומען אלס רב פון דער שטאט.
ער פלעגט שרייבן חידושים בהלכה וואס ער פלעגט שיקן צו זיין טאטע׳ן דער כתב סופר, וועלכער ברענגט זיי אין זיינע תשובות. זע כתב סופר אורח חיים סימן ל״ח און קל״ו, יור״ד סימן כ״ב און קט״ו. אבן העזר סימנים צ״ג און צ״ד. חושן משפט סימן כה. דער כתב סופר טיטולירט אים: ״בני מחמד נפשי תלמידי הרבני המופלג מלא ברכת ה׳ מורג חרוץ בעל פיפיות״, ״שש אנכי על אמרתך אמירה נעימה בעמלה של תורה״.
פאר דער חתונה האט ער זיך געהאט אויסגעלערנט מוהלות. ווי זיין פאטער דער כתב סופר און ווי זיין זיידע דער חתם סופר איז ער געווען א מוהל מומחה וואס האט מל געווען הונדערטער קינדער. ער פלעגט פארן צו די ווייטסטע מרחקים דורכצופירן ברית׳ן און קיינמאל נישט גענומען קיין פרוטה פאר דער מוהלות. זיינע אייניקלעך האבן א מסורה אז אמאל האט ער געבלאנדזשעט אין וואלד אויפן וועג צו א ברית וואס האט געדארפט פארקומען דעם אנדערן צופרי. ווען ס׳איז געווארן נאכט און פינסטער און ער האט איינער אליין געבלאנדזשעט אין וואלד האט זיך פלוצים באוויזן א מענטש וואס האט אים שנעל ארויסגעפירט פון וואלד, ופרח לו איש האמת, אליהו מלאך הברית.
זיין פאטער דער כתב סופר פלעגט אויף אים זאגן אז ביי אים איז מקויים געווארן (דער פסוק פון היינטיגער וואך פרשת ויחי): ״ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך״. שכ״ם איז די ראשי תיבות פון די דריי פאכן מיט וואס רבי משה סופר זיבענבערגן האט זיך אויסגעצייכענט: שחיטה, כתיבה, מילה.
רבי משה האט געהאט א ספעציעלן פנקס וואו ער האט פארצייכענט די נעמען פון די איבער פיר הונדערט אידישע קינדער וואס ער האט גע׳מל׳ט. די נעמען זענען פארצייכענט מיט פרפראות און גימטריות און מיט ברכות פארן רך הנימול און פאר דער משפחה פון קינד. דער פנקס, פונקט ווי רבי משה סופר׳ס אנדערע ספרים, איז געבליבן לפליטה נאך דער מלחמה און איז היינט בנמצא אין כתב יד.
דער פנקס הויבט זיך אן מיט א מליצות׳דיג פולע תפילה:
מ׳ול את בני ישראל, רצוני ותאוות נפשי, ש׳בח ותודה בשפתי, ענה נא לחשי, ה׳ אלוקי אברהם, יהי תמיד רחשי, ב׳ן לאאמ״ו הגאון האמיתי עטרת ראשי, אש״ב פה על האדמה, בזכותו ד׳ יאריך ימי, ס׳ופר בה הספר מצוות מולות בשם שדי, ו׳מונה שמות הילדים הנימולים על ידי, פ׳תח ליבם לתורה וליראת אלקי, ר׳ם על כל רמים ירום מזלם בלי די, ח׳זק ידי ידי משה בל יהי כבדים עלי, ז׳קנה ושיבה טובה ישיגו שנותי, ק׳ול תודה וזמרה אזמר וארנן לאלקי חי. —————————-
״מחזיקי הדת״
אין יאר תרח״ם האט רבי משה געגרינדעט די ארגאניזאציע ״מחזיקי הדת״ אין זיבענבערגן, איינע פון די ערשטע כשרות ארגאניזאציעס אין דער וועלט. די ארגאניזאציע האט געהאט קאמפעטענטע משגיחים וועלכע זענען געגאנגען פון שטעטל צו שטעטל, פון דארף צו דארף און פון שטוב צו שטוב בודק זיין, מגיה זיין, און פאררעכטן ספרי תורה, תפילין און מזוזות (סת״ם). פאר די וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן איז עס געטאן געווארן אינגאנצן בחינם.
המשך (3)
זעלבסטפארשטענדליך אז די כשרות ארגאניזאציע האט אויך געהאט משגיחים אויף דער כשרות פון מאכלים און האט געהאט דעם אויפזיכט אויף דער מאכלים אינדוסטריע.
די מחזיקי הדת האט אויך געהאט א חברה ש״ס. יעדעס יאר האט יעדעס שטעטל גענומען אויף זיך צו ענדיגן אן אנדער מסכת אין ש״ס. יעדן חודש סיון איז פארגעקומען א סיום הש״ס וואו אלע מיטגלידער זענען זיך צונויפגענומען, אלץ אין אן אנדער שטאט אדער שטעטל, וואו דער סיום איז געפייערט געווארן מיט דרשות פון חשובע רבנים וועלכע האבן מעורר געווען אויף עניינים פון חיזוק הדת און וועגן דברים העומדים על הפרק.
דער כתב סופר האט שטארק מעריך געווען זיין זון רבי משה׳ס פילזייטיגע כשרונות. ער האט געדינט ווי דעם כתב סופר׳ס רעכטע האנט אין פארשידענע כלל עניינים. אין שנת תרכ״ט איז רבי משה סופר געווען איינער פון די חרדישע פארשטייער אין דעם קאנגרעס וואו עס איז באשלאסן געווארן צו מאכן דעם טיילונג צווישן דעם ארטאדאקסישן אידענטום און די נעאלאגן אין אונגארן.
—————————-
די קהל גרים.
רבי משה סופר זיבענבערגן איז בעיקר בארימט מיט דער דראמאטישער געשיכטע פון מל זיין א גאנץ שטעטל מיט גויים, א שטעטל גויים ״סאבאטניקעס״, און זיי אריינברענגען תחת כנפי השכינה.
אין מזרח אייראפע, בעיקר אין רוסלאנד און שפעטער אויך אין רומעניע און אונגארן, האבן במשך פון הונדערטער יארן עקזיסטירט געמיינדעס, גאנצע דערפער אדער שטעטליך, פון קריסטליכע גוייים, וועלכע האבן געצווייפעלט אין דער קריסטליכער דאגמע און האבן אפגעווארפן געוויסע יסודות פון דער קריסטליכער רעליגיע. אלס רעזולטאט האבן זיי אנגענומען געוויסע מצוות פון דער אידישער אמונה. הויפטזעכליך האבן זיי אפגעווארפן דעם קריסטליכן רו טאג זונטאג, און האבן אנשטאט דעם אנגענומען שבת אלס זייער רו טאג. דערפאר האבן זיי זיך גערופן ״סאבאטניקס״, סאבאטע איז שבת אויף רוסיש, און אויף אנדערע סלאוושע שפראכן.
אויף געוויסע געמיינדעס פון די סאבאטניקעס פלעגט מען זאגן, אז זיי שטאמען פון אנוסים פון גירוש שפאניע. דער רוב זענען אבער געווען פאלנע גויים.
דאס דארף ביזיד-אויפאלו אין זיבענבערגן איז באשטאנען פון אזא געמיינדע סאבטניקעס, חסידי אומות העולם. זיי האבן געשעצט דעם אידישן גלויבן און במשך פון 500 יאר האבן זיי געהאלטן שבת, זיך אפגעהיטן פון מאכלות האסורות און יום כיפור האבן זיי געפאסט און א גאנצן טאג געדאווענט. זייערע גויאישע שכנים פון די ארומיגע דערפער האבן זיי דערפאר געהאסט און פארפאלגט.
אין שנת תרכ״ט האבן זיי באשלאסן אינגאנצן אנצונעמען דאס אידישע גלויבן און זיך מגייר צו זיין כדת משה ישראל. טראץ דער קעגנערשאפט פון דער קריסטליכער קירכע האט די רעגירונג, וועלכע איז שוין געווען מער ליבעראל, זיי געגעבן די ערלויבעניש דאס צו טאן.
רבי משה סופר, דער גרעסטער מוהל מומחה אין זיבענבערגן, איז אויסגעוועלט געווארן דורכצופירן דאס גירות פון דעם גאנצן שטעטל. ער האט מל געווען עטליכע הונדערט נפשות, פון קליינע קינדער ביז עלטערע מענטשן.
אין זיין פנקס פון מוהלות האט רבי משה א באזונדערע רשימה פון דער ״קהל גרים״. ביים אריינפיר צו דער רשימה שרייבט ער: ״את הנפשות אשר עשיתי בישראל. בעזרת אלקי אברהם זכיתי להיות משלוחי דאאע״ה להכניס תחת כנפי השכינה בצירוף בד״צ עמי, ונימולו על ידי יד אומן ב״ה, הלה המה״ וכו׳.
די נעמען וואס רבי משה סופר האט זיי געגעבן זענען בעיקר געווען די נעמען פון זיין טאטע׳ן: אברהם, שמואל, בנימין.
די שונאי ישראל זענען נישט געזעסן מיט פארלייגטע הענט. באלד נאכן גיור זענען די איינוואוינער פון גאנצן דארף אנגעקלאגט געווארן אין העכסטן געריכט מיט דער טענה אז דאס בייטן רעליגיעס איז קעגן דעם געזעץ.
די פראקורארן וואס האבן אנגענומען דעם ״קעיס״ האבן בעיקר געוואלט דערגיין ווער עס זענען געווען די ״הויפט העצער״ וואס שטייען הונטער דעם גיור. דער הויפט פארדעכטיגער אויף וועמען די שונאי ישראל האבן געוואלט ווארפן די שולד איז געווען רבי משה סופר, וועלכער האט דורכגעפירט דעם גיור פראצעס.
אין טאג פון פראצעס האט די גאנצע קהל גרים, אנגעטאן אין בגדי שבת, זיך באוויזן אין געריכט. אן פחד און שרעק זענען זיי גרייט געווען צו הערן דעם אורטייל קעגן זיי. דער עלטסטער פון דארף האט ערקלערט פארן געריכט אז שוין דורות, שוין הונדערטער יארן, וואס זייערע זיידעס און אבות אבותיהם היטן שבת און עסן כשרות און האבן שטענדיג געהאט אויסצושטיין צרות און רדיפות מצד זייערע גויאישע שכנים, וועלכע האבן קיינמאל נישט געוואלט רעספעקטירן זייער לעבנס שטייגער וואס איז אנדערש ווי זייערס. האבן זיי פון זייער אייגענעם רצון באשלאסן צו ווערן אידן. קיינער האט זיי נישט איבערגערעדט אדער איבערצייגט. זיי האבן אלץ געטאן פון זייער אייגענעם ווילן.
דער הויפט ריכטער האט זיך נישט באגנוגענט מיט דעם ענטפער. ער האט דערקלערט אז ער וועט אליין אראפפארן צו זיי אין שטעטל און דארט וועט ער ארויסגעבן דעם אורטייל.
״אין נאמען פון קייזער פראנץ יאזעף (דער ערשטער) זייט איר אלע ערלויבט צו בלייבן ביי דער אידישער רעליגיע! נעמט צוריק אייערע פארמעגנס און בלייבט ביים אידישן דת. מיר האבן אייך נישט געוואלט טאן קיין שום בייז. מיר האבן אייך נאר געוואלט אויספרואווען צי איר זייט טאקע באמת גרייט צו קלאמערן זיך ביים אידישן גלויבן, צי איר מיינט דאס אמת׳דיג און מיטן גאנצן הארץ. אייער גאט, דער אידישער גאט, דער גאט פון דער גאנצער וועלט, זאל אייך בענטשן און היטן!״. ———————
המשך (4)
די גרים זענען געווארן אידן מדקדקים בקלה כבחמורה. דער באראן הירש האט זיי געבויט א שול און א תלמוד התורה. זיי האבן אויפגענומען פאר זייער קהילה א רב און א מנהיג, הג״ר יצחק הירש זצ״ל.
אין שנת תש״ד האבן די נאציס ימח שמם זיי געגעבן די ברירה זיך צו ראטעווען און נישט פארטריבן צו ווערן אין די געטאס אויב זיי וועלן זיך שמד׳ן צוריק צו דער קריסטליכער רעליגיע. די גרים האבן אבער אפגעווארפן דעם אנבאט. זיי האבן פארגעצויגן צו בלייבן דבוק אין השי״ת, אין דער תורה הקדושה און אין אידישן פאלק. זיי האבן אויסגעקליבן אומצוקומען ווי קדושים על קידוש שמו יתברך.
נישט באקאנט צי איינער פון זיי איז צוריקגעקומען פון אוישוויץ, כאטש עס זענען געווען אמאל שמועות וועגן ארום 50 פון זיי וואס זענען געבליבן לעבן און האבן עולה געווען קיין ארץ ישראל.
——————————
די וועלט פארציילט א ביטער ווערטל וועגן א סאבאטניק וואס האט עולה געווען קיין ארץ ישראל און האט געזען ווי זיין זון פארט אום שבת. דער סאבאטניק שרייט אויפן זון: ״געוואלד, ס׳איז דאך היינט שבת!״.
ענטפערט אים דער זון: ״טאטע, דו ווייסט נישט אז איך בין מער נישט קיין סאבאטניק? כ׳בין געווארן א איד….״. ——————————
רבי משה סופר זצ״ל איז נפטר געווארן כ״ו שבט תרפ״ז אין עלטער פון 85 יאר.
התחברות האט געשריבן:

א פרישע מאמר בנוגע אוקריינא-רוסלאנד. דערמאנט די מחלוקה צווישן רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט״א און המשפיע רבי בנימין אייזנבערג שליט״א. איינער קען אהער שטעלן?
shalsheles האט געשריבן:

ברוך יודא קליין - אוקריינע.pdf
אינטערסאנט וואס ער שרייבט פון רש"ש (יארצייט היינט) אז ער איז געווען דער זיידע פון האלמנה והאחים ראם די בעה"ב פון דפוס ווילנא
איך האב געוויסט אז ער איז געווען א שוואגער מיט זיי, א איידעם פון האלמנה ראם
shalsheles האט געשריבן:
א פרישע מאמר בנוגע אוקריינא-רוסלאנד. דערמאנט די מחלוקה צווישן רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט״א און המשפיע רבי בנימין אייזנבערג שליט״א. איינער קען אהער שטעלן?