Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים
אבער לאמיר רעדן מיט א ניכטערן בליק. די ערשיינונג זעהט מען ביי גאר פרומע, ביי בעסערע סארט אינגעלייט, כולל יונגעלייט און ביי ביזנעס אונערס. דהיינו, דאס האט נישט מיט א געוויסע סארט פון כלל ישראל (די באפערס וויאזוי דו רופסט עס), און דאס מאכט מיך טראכטן אז ס׳איז דא א טיפערע אנדערלייאינג סיבה דערצו.
לפי עניית דעתי, איז דאס א רעזולטאט פון אנדערע אינערליכע פראבלעמען וואס פלאגן די מענטשן (וואס פונקטליך איז א שמועס פאר זיך). די ליצנות מהלך איז זייער געשמאק און זאפטיג אבער דאס וועט נישט העלפן על פי רוב. פארגעס נישט מארגן קען דיין אייגענע קינד אויך אזוי אנהייבן רעדן, דעמאלטס וועסטו נישט נוצן דיין יעצטיגע צוגאנג.
#מיינונג פון איין מאן