אנטדעקט!!! פנקס הקהילה
די זעלבע איז ביי די אפיסעס און ארבעטס פלעצער, מען רייניגט עס לכבוד פסח, ובפרט אויב איז עס אזא מקום וואס מען וועט איר נוצן אום יו"ט.
נישט אנדערש איז די גורל פון אונזער היימישער קרעטשמע, אז עס קומט אריין דער הייליגער נאכט, דער סדר נאכט, הערשט אויך אינעם ווירטואלן קרעטשמע א סדר, אלעס איז ציכטיג און ריין, קיין ברעקעלע חמץ איז נישט דא צו טרעפן אין איר, יעדעס ווינקעלע גלאנצט פון א העכערע שיין, וואו אימער מען זאל נאר קוקן איז עס פסח'דיג.
אבער אין די צייט וואס איבעראל איז די ריינקייט און זויבערקייט א ענן פורח, מיט די ערב פסח ווינט איז זי אנגעקומען און מיט די מוצאי פסח בלאז וועט זי אוועקפליען, איז עס דא ביינונז אינגאנצן אנדערש, דאס ציכטיגקייט דא קומט פון א גאנץ יאר וואס די געטרייע הנהלה טוען שטיין אויף די וואך אז די חמץ ברעקעלעך זאלן נישט אראפפאלן און אודאי זיך נישט אנקלעבן, דא ווייסט יעדערער אז די שאור שבעיסה איז בבל יראה ובבל ימצא אויך פון מוצאי פסח ביז ערב פסח (דאס קען אפשר זיין פשט פון אונזער נאמען "איי"וועלט, על שם הפסח'דיגע אויר וואס דא שוועבט א גאנץ יאר, וכידוע איז דאך אייער פון די הויפט אינגרידיענס פון פסח...).
איין זאך וואס עס שטערט שוין די הנהלה א לענגערע צייט איז די בעיסמענט, אינעם קרעטשמע זעלבסט איז טאקע דא די הנהלה וואס הייבן אויף יעדעס ברעקעלע, אבער מי יודע וואס עס טוט זיך אין בעיסמענט, מען זיצט דא אין קרעטשמע, אמאל פאלט אראפ א שטיקעלע חמץ צום בעיסמענט, אמאל גייט איינער אראפ און לאזט בטעות איבער זיין האלבע סענדוויטש, וכדמבואר היטב בשו"ע ובפוסקים ווען מען דארף יא בודק זיין א אוצר און ווען נישט, עס איז נאר אינטערעסאנט אז די משל וואס די גמרא געבט איז דייקא ביי פעסלעך וויין, לרמז עלינו ועל קרעטשמתינו...
האט זיך די הנהלה קאנטאקטירט מיט מיר, מיט די בקשה דאס צו טון.
שערי תירוצים ננעלו זאגן זיי מיר, אלע יארן האבן זיך די פארבעטענע ארויסגעדרייט מיטן אויסרייד אז עס איז זיי שווער צו ליינען כתבי יד מיט אלטע שריפטן, אנדערע האבן געזאגט אז עס איז געפערליך שטויביג דארט. ביי דיר אבער - זאגט מיר די הנהלה - גילט נישט קיינע פון די אויסריידן, מיט כת"י ביסטו באקאנט פון די הוצאת ספרים און פון די שטויב ביסטו דאך באשיצט דורך'ן שמאטע אויפן מויל...
א ברירה האב איך געהאט? עפעס הכרת הטוב מוז איך דאך צוריקווייזן, האמיר זיך גענומען צו די ארבייט.
לאנגע חדשים האב מיר פארברענגט אין בעיסמענט, בערג מיט שטויב האב איך אפגעווישט, הויפענעס מיט אלטע ביכער און חפצים האב איך אוועקגעריקט.
מיטאמאל איז די ארבעט געקומען צו א האסטיגן אפשטעל! צו מיינע אויערן האבן דערגרייכט די קוויטש וואס מיין אייגענע מויל האט ארויסגעגעבן! (עס גייט בערך ווי ביים רעדן אין א מייק פארנט פון א ספיקער, די ספיקער זאגט וואס דער מייק הערט, דערנאך הערט די מייק אויך די קול יוצא מפורש פונעם ספיקער און איז גורם א העכערונג אין די קול וואס די ספיקער געבט ארויס און דאס הערט ווייטער די מייק ווערט ער נאך העכער וחוזר חלילה וחס, ביז מען קומט צום פוינט ווי דער ספיקער לאזט ארויס די לאנגע דינע אבער קוויטשעדיגע קול, וואס אין רעאקציע דערצו פארמאכט יעדער איין אויג אוו עפנט די מויל קרום...)
וואס איז געשעהן?! הערט אייך צו!
אז איר דרייט זיך ארום אין קרעטשמע האט איר שוין אודאי באמערקט אז יעדע תגובה/הודעה איז געשריבן געווארן דורך איינעם, קיין איינס איז נישט אליינס אנגעקומען דא... ביי יעדע תגובה שטייט ווער עס האט עס געשריבן און איר קענט קליקן אויפן נאמען צו זעהן אביסל דעם דין וחשבון פון איהם, וואס איז ער, וואס האט ער שוין געשריבן, וואו דרייט ער זיך ס'מערסטע, ועוד.
עטליכע מאל שטויסט מען זיך אן אין תגובות וואס עס האט געשריבן אדונינו ר' Anonymous, משום איזה סיבה איז זיין נאמען נישט קיין לינק און מען קען איהם נישט באטראכטן פון די נאנט.
די פשט דערפון איז פשוט און שוין עטליכע מאל געזאגט געווארן ביני כותלי קרעטשמתינו, דער כותב איז דער'הרג'ט!
מחמת איזה סיבה האט די הנהלה מחליט געווען איהם צו ווארפן און דעריבער איז אזא ניק שוין נישט קיין נמצא אז עס זאל מעגליך זיין צו קוקן זיין פראפייל.
ווער איז ער אבער געווען? אט דאס איז געווען די קוויטש! מיר האבן אלץ געוויסט אז די פנקס הקהילה ווי עס איז פארשריבן די שמות הנפטרים איז פארלוירן געגאנגען, מיר האבן עס געטראפן!!
---
מיר וועלן גיין כמנהג רבותינו חותמי הקולות קוראות - ע"פ סדר הא"ב.
יתכן אז מחמת יושן הכתב האבן מיר פארפעלט עטליכע אבער דא האט איר א העתקה פון ס'רוב:
טוירמס ענד קאנדישאנס; ווען איך ליין פון דא און ווייטער איז עס מיטן תנאי כפול הקודם למעשה אז איך גיי בשום אופן ניצן אפי' נאר איינס פון די לינקס אויף ארויפצוברענגען יענע אשכול, אויב יא, וועל איך מנדב זיין $100 פאר הוצאת ספרים אדער וועל איך מעתיק זיין א עמוד.
1) אבימלעבט'עלע
2) איבערדרייער
3) א יודעלע
4) באני רעביט
5) בין לאדין
6) בלימפ
7) בר חורין
8) גרוינעם
9) גר ותושב
10) הינדל
11) דיפלאמאט
12) הער איך
13) חברה מאן
14) חחחכאכא
15) חיות דאקטער (בערך אזוי)
16) יא ס'מיך
17) ירח_בן_יומו
18) יענער
19) כלבין דחציפין
20) מפוקל
21) משה מענטש
22) נפתלי צירלזאהן
23) סעקעלהיד
24) קוף
25) רוני
26) שטורעםנט
27) שמערל
28) eli
אזוי אויך איז דא געוויסע וואס זיי זענען פארמעקט געווארן, אבער א מצבה מיט זייער נאמען האט מען איבערגעלאזט:
אויך דא וועלן מיר גיין מיט די סדר הא"ב, נאר אנפאנגען וועלן מיר מיט ענינא דיומא...
1) מרס. פסח
2) מבית עבדים
3) אהבת ישראל
4) איציקל
5) גאסט
7) וואלף בער
8) זאגסט מיר
9) שוין זאל זיין אזוי
10) זלאטשוב כולל
11) חותמו אמת
12) טישטוך
13) מאנקי (לויט ווי קרעמער שרייבט איז דאס געווען קוף וואס איז אינגאנצן פארמעקט, מן הסתם האט מען איהם פשוט געעפנט א נייע ניק, נישט "געטוישט" די אלטע)
14) מקוה_איד
15) עולם_מלא
16) עולם_2
17) רזונדל
18) שלימיאל
19) cocojumbo
20) diet
21) moviejoey
22) yoshe puper
דאס איז אלע וואס געפונען זייך ביי אונז אין בעיסמענט, מעגליך אז אין די בעיסמענט פונעם מנהלים אפיס איז דא נאך, אבער מען האט מיר נישט ערלויבט דארט צו פסח מאכן...
דריי איבער דעם קאמפיוטער סקרין.