חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

עפעס איז דא א מעשה אז צאנזער רב האט זיך געוואלט טוישן מיטן מאור ושמש זוהן (איך מיין ר' ארון היינט געווען די יארצייט) ער געט אים עפעס פין זיין תורה און ער האט געוואלט זיין כח פין תהילים
עפעס אזוי, איינער ווייסט?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

Haklal האט געשריבן: עפעס איז דא א מעשה אז צאנזער רב האט זיך געוואלט טוישן מיטן מאור ושמש זוהן (איך מיין ר' ארון היינט געווען די יארצייט) ער געט אים עפעס פין זיין תורה און ער האט געוואלט זיין כח פין תהילים
עפעס אזוי, איינער ווייסט?

שטייט אין י"ג אורות אז די צאנזער רב האט אמאהל געזאגט פאר די גיטע איד פון ניישטאט אז ער וויל זיך טוישען מיט אים ווייל צאנזער רב האט אסאך געלערנט אין די גיטע איד האט אסאך תהלים געזאגט אז ער זאל טוישען די זכיותים אין די גיטע איד האט נישט געוואלט
ייש"כ פארען דערמאנען
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין די הנהגות הדרכה ז' פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי"ע אין מיטען א שטיקל זאגט ער לומר בכל יום תהלים שהוא נעים זמירות ישראל וזמירות מלשון לזמר עריצים שבזה מזמר ומכרית כל הקליפות והדינים והמסכים שנעשו מחמת עונות בני אדם
בקיצור אין אידיש איר זאלט זאגען תהלים יעדע טאג אין דוד הייסט די נעים זמירות ישראל זמירות איז פון די ווארט שניידערס זיי שניידען אוועק אלע פיינט אין אלע דינים ווענט וואס איז געווארען פון עבירות פון מענטשין
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

לשון זוה"ק דוד כל מילו ברוה"ק אמרן
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

א חסיד האט געפרעגט הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע וואס די טעם פון זאגען גאנץ תהלים שבת צופרי ברציפות שטייט דאך טוב מעט בכונה מהרבה שלא בכונה האט ער אים גענטפערט פשט גייט אזוי טוב מעט בכונה -מפני שאומר הרבה כלומר את כל התהלים שלא בכונה .שאם כן אי אפשר שלא יאמר מזה מעט בכונה וויבאלד מעזאגט די גאנצע תהלים פאר דעם איז נישט מעגליך אז מזאל נישט האבון אביסל כונה
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ק טריסקע מגיד זי"ע לויט כמה גירסאות פלעגט ער אהן הייבען תהלים מיטוואך אין די טריסק מגיד ז"ל גפרעגט זיין בריעדער הרה"ק רבי איצקיל סקווערער זי"ע איך האב געהערט אז די בריעדער ענדיגט תהלים שבת צופרי .ביי מיר ווען מהייבט אהן תהלים הייבט אהן צו שניידען אין מקען נישט ממשיך זיין במילא הייבט מען מיטוואך ואומר בלי הפסק עד יום שב"ק האט אים רבי איציקל סקווירא זי"ע גענטפערט ביי מיר שניידט אין סשניידט אין מען זאגט ווייטער
זיעועכי"א
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

היכל הזכות הרה"ק הצמח צדק מליבאוויטש זי"ע האט געזאגט פון די גרויסע מליצות פון די סניגורן של ישראל הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע אויף כלל ישראל איז באשאפען געווארען א היכל הזכות הנקרא לוי יצחק בן שרה סאשא אין ווען א איד זאגט "תהלים "אין ער בעהט בזכות רבי לוי יצחק בן שרה סאשא עפענט זיך די היכל אין דער איד ווערט געהאלפן
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רבי דניאל גאלדשטיין ז"ל פלעגט זאגען תהלים איז די זעלבע ווי. to heal him
קרעדיט רבי וועוויל פעלדמאן שליט"א די וואך ביים שבת פעקיל
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 5:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך האב געהערט פון הרה"ג רבי דניאל קארען שליט"א אז אין ארץ ישראל רופען עס מאנכע די באמבעס תילים אין חז"ל רופט מען אויך אן תהלים תילים זאגט ער ס'נישט קיין פערצופאל דאס אלעס איז דאך השגחה פרטית אין דאס דערמאנט אינז צו כאפען אינזער באמבעס דאס איז די הייליגע תהלימל דאס צורייסט אלע באמבעס פון די שונאי ישראל אין אלע מקטרגים
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 5:40 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רבותינו האט געשריבן: רבי דניאל גאלדשטיין ז"ל פלעגט זאגען תהלים איז די זעלבע ווי. to heall him
קרעדיט רבי וועוויל פעלדמאן שליט"א די וואך ביים שבת פעקיל

מקען צו לייגען אז בעצם מיינט מען נישט ח"ו נאר זכרים פונקט פארקערט תהלים איז שוה לכל נפש אזוי ווי him נישט דאס איז גוועהן די כוונה פון רבי דניאל ז"ל הוא הדין יעדעם סאו די ווארט קען גיין אז to heal נאך דעם איז דא אותיות די ערשטע אות פון "יעדעם " אין די לעצטע איז א יוד' מיט א מם' "ים"


אויב ווערט איר מחוזק צו זאגען אפילו איין קאפיטל תהלים לאזט אינז וויסען אין אישי א דאנק יישכ
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ירושלמי מסכת שבת שטייט (פט"ז ה"א ) ווען יעקב האט געפאשעט די שאף ביי לבן האט ער געזאגט תהלים
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן: אפשר קען מען דא ארויפלייגן די סדר תהלים פון ביהמ"ד מזאל עס קענען דאונלאודן און פרינטן

א' לחודש א-ט
ב' .י'-יז'
ג'. יח'- כב'
ד'. כג' - כח'
ה'. כט'- לה'
ו'. לה' - לח'
ז'. לט - מג
ח . מד - מח
ט' .מט - נד
י' נה - נט
יא' ס - סה
יב' סו - סח
יג' סט - עא
יד' עב - עו
טו' עז - עח
טז' עט - פב
יז ' פג - פז
יח' פח - פט
יט' צ - צו
כ' - צז - קג
כא' קד - קה
כב' קו - קז
כג' קח - קיב
כד' קיג - קיח
כה' קיט - עד אות מ' מ קאפיטל קיט
כו' קיט מאות מ' עד סוף קיט
כז' קכ - קלד
כח' קלה - קלט
כט' קמ - קמד
ל' קמה -קנ
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ספר אמרות טהורות שטייט אז הרה"ק רבי יוחנן השני מראחמיסטריווא זי"ע פלעגט גיין אלס יונגערמאן עטליכע מאהל א וואך צום כותל אין אויסזאגען גאנץ תהלים צו די תפלות מיט א מוראדיגע התרגשות אין איינמאהל האט א איד דערציילט בשם הרה"ג אב"ד דאברא זצ"ל מחסידי באבוב אז זייענדיג ביים כותל האט ער געזעהן א איד אויסזאגען גאנץ תהלים מיט א מוראדיגע השתפכות הנפש אין האט זיך פשוט נישט געקענט אוועק רירען בוז ער האט גענדיגט תהלים וואס האט לאנג געדארט מגודל עריבות ווען רבי יוחנטשע ז"ל האט גענדיגט האט ער געפרעגט איינעם ווער איז די יונגערמאן האט מען אים געזאגט דאס איז א קינד פון די ראחמיסטרייוקא רבי רבי דודל ז"ל האט ער געזאגט אז אין גאליציע האט ער געהערט פון א טשערנאבילע תהלים יעצט האב איך עס בייגעוואנט אין כפארשטיי וואס דאס מיינט צו זאגען
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ספר עמק המלך שטייט אז בשנת קי"ב איז גוועהן א זקן וחסיד וואס איז נישט גוועהן א גרויסע יודע ספר נאר פשוט חומש אין נפטר בשיבה טובה אין די שלושים צום פטירה איז ער אין חלום צו א געקומן צו א חכם אחד מיט תכריכים אין א קליין ספר אין די האנט אזוי האט ער אויסגעקוקט האט אים די חסיד געפרעגט זענט איר נישט דער וואס מהאט נישט לאנג צוריק באגרבען ? ביום פלוני ? האט ער גענטפערט יא פרעגט ער אים וויטער וואס פאר ספר האסטו אין די האנט זאגט ער א תהלים אין איך בין געקומען ווארנען די גאנצע ישוב אז מזאל שוין אנטלויפען ווייל סאיז דא א ביטערע גזירה אויף די שטאט אין ווי לאנג איך האב געזאגט תהלים האט דאס מגין גוועהן וואס איך פלעג ענדיגן טעגליך אסאך יאהרען ובזכות זה זענט איר אלע געזיצען בשלוה אין גוועהן געראטוועט פון די שרעקליכע גזירה אין יעצט איז נישט דא ווער סזאל מגין זיין אויף אייך
אינדערפרי די חסיד וועקט זיך אויף אין האט געשריבען א בריוו אין געשיקט א שליח אהין אין זיי געווארענט א חלק עולם פון די עהרליכע האבון זיך טאקע אנטלויפען אין א חלק האבון זיך מייאש גוועהן זענען פארבליבען בוז סאיז גוועהן פגעה בו יד השם רח"ל
פון יענע טאג אין ווייטער האט די חסיד וואס צו אים איז מען נתגלה געווארען געמאכט זיכער מסיים זיין גאנץ תהלים כאטש איין מאהל א וואך
פירט אויס די עמק המלך ווער סאיז רגיל בספר תהלים איז דוחה אלע פורעניות וכמה פגעים רעים מעליו ומעל כל בני ביתו ומעל כל בני דורו ומגלגל עליו ועליהם זכות וכל מיני שפע רחמים וחסדים טובים ברכות והצלחות אשרי הזוכה ומזכה את הרבים
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רבותי די עיקר איז יעדער איינער זאל מתפלל זיין די מצב וואס מיר שטייען יעצט סיי ברוחניות אין סיי בגשמיות אז ס'זאל נאר זיין חסדים מגולים נישט קיין חילוק וויפיל מ'עזאגט אויבער יעדער קען זיך מיט כאפען מיט תהלים ווייל אלעס ליגט אין תהלים אחד המרבה ואחד הממעיט אלעס ווערט אהן גענומען כי אתה שומע תפלת כל פה איך פערביר סך הכל דא צו מזכה זיין נאך אין נאך אידען אין מעורר זיין דעראויף אויב זאגט איר נישט קיין תהלים דאן יעצט איז די צייט אהן הייבען ווייל דאס האט א דירעקטע שייכות מיט יעדע איינציגע נשמה אנשים נשים וטף אין אויב זאגט איר יא דאמלטץ אשרי לך אין געבט עס נישט אויף פאר גאר נישט אין זייט מחזק וועם איר קענט עס צו זאגען מזעט דאך קלאהר ווי די מצב האלט מיט אלע ענינים אין רוחניות ובגשמיות איז ווי וויכטיג אייער צייט איז צו ארלעדיגען דאס אין יענץ ווייס אין פרעגט דיך אליינס נאך ביי אלע צו מאכט אויף א תהלים אסאך האבון א הקדמה ווי מזעהט די חשיבות די נחיצות דערפון וואס דוחה אלע פורעניות אין סברענגט די גרעסטע ישעות אין רפואות אין די גרעסטע שמירה ברוחניות ובגשמיות אפילו מפילט גאר נישט אין מפארשטייט נישט אין ס'דאכטזיך מיר אז מ'רעדט מען טאקע נישט געניג פון די נקודה אזוי סאך אז סזאל זיין בקביעות אויבער איך האב שוין יא געטראפען אביסל רעדין דערפון אזוי צו אזוי איז מקובל בכל תפוצות ישראל אז סאיז דא די יום לחודש ווי אויבען ליגט די סדר אויבער בעסער ווייניג אויבער בקביעות ווי אסאך אויבער נאר א מאהל א מאהל אזוי שרייבט הגרי"מ שעכטער שליט"א נהרא ונהרא ופשטיה אין טשערנאביל איז מקובל אויס זאגען גאנץ תהלים יעדע שבת ווי אויבען דערמאנט
אויבער די כלל איז פטור בלא כלום אי אפשר !!

אויב זענט מחוזק געווארען פון די מעסדיזטשעס בוז אהער שיקט מיר אן אישי אויב מעגליך א דאנק
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די בית אהרן אויף חנוכה
שרייבט ער אין מיטען א שטיקעל
וצריך להאמין בזה שבאמירת תהלים יכול לצאת מכל השטותים ומכל המצרים ומכל השנוים שיש לאדם
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רבי אהרן הערש סאמעט דערציילט אז אויף די שיף פון א"י מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט די רבי באמערקט אז ער האלט א ספר האט ער עם עס געבעהטן אין סאיז גוועהן א לקוטי תפלות מהרה"ק רבי נתן זי"ע האט הנ"ל געפרעגט די רבי צו סאיז כדי צו זאגען די תפלות די רבי האט נישט געוואלט ענטפערן יא אוידער ניין אינז האבון נישט קיין השגות אין רבי נתן זי"ע נאר ער האט געזאגט בלש"ק אלע תפלות וואס א איד ברויך צו האבון האט שוין דוד המלך כולל גוועהן אין די מזמורי תהלים עד סוף כל הדורות אין ספר תהלים קען מען טרעפון אלעס
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין די שיחות קודש פון הרה"ק רבי אהרלה ראטה זי"ע
שטייט א מוראדיגע ווארט
מען זאל זאגען יעדע טאג נאך דאוונען שחרית 10 קאפיטלך תהלים( אזוי איז מען מסיים יעדע חודש 2 מאהל תהלים ) אין ער זאגט אז
לפעמים די תהלים איז עולה יותר מכל התפלה שהתפלל ווייל די עיקר חשיבות ביי תפלה איז די תוספות מצד החיוב והרגיל אזוי ווי מטרעפט אין חגיגה דף ט' ע"ב (אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים למאה פעמים ואחד וכו )אין די גמרא ברענגט א ראיה צא ולמד משוק של חמרין עשרה פרסי בזוזא .חד עשר פרסי בתרי זוזא
איז ער מסביר אז 10 פרסי איז גוועהן די רגילות פאר דעם איז עס איין זוזא אויבער א מישהו מער ווי די 11 פרסי איז דאפעלט זאגט ער די זעלבע ביי עבודת השם יעדע ברעקיל מער איז חשובער מער פון אלעס פאר דעם די 10 קאפיטלך תהלים קען חשובער זיין מער ווי גאנץ שחרית ע"כ
זייער זייער שטארק
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך האב באקומען אין פערזנליך די עובדא ממש א מצוה לפרסם סאיז נורא נוראות
אז ס'איז גוועהן אין סיגעיט זייער א וואילע איד מיט נאמען פריינד וואס איז שוין אוועק א שיינע פאר יאהר צוריק אין א שטיק צייט דערנאך איז געשעהן רח"ל עטליכע טרעגעדיאס אין סיגעיט
אין דעמאלטץ איז אויך אוועק די טאכטער פון יבלחט"א כ"ק גאב"ד סיגעיט שליט"א וואס זייענדיג א מיידעל נאך עסן א קאקי וואס האט געהאט מילך האט זי באקומען א אליערזשיק ריעקשאן אין זי איז אוועק רח"ל

עכ"פ דערנאך איז געקומען די איד פריינד אין חלום צו איינע פון די תושבי סיגעיט אז ער זאל זיך מקבל זיין צו אויס זאגען גאנץ תהלים יעדע טאג .ווייל ווי לאנג ער האט געלעבט האט ער עס געטוהן יעדע טאג אין דאס האט מגין גוועהן אויף די גאנצע געגנט אין ווערן אפגעהוטען פון אלעם בייזען יעצט אז ער איז אוועק איז נישט דא די שמירה אויף די שטאט ממילא בעט ער אים ער זאל אויס זאגען תהלים יעדע טאג אין סוועט באשיצען אויף אלע אידען וואס וואינען דארט
ממש דומה צו די אויבען דערמאנטע סיפור פון די ספר עמק המלך
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איינער קען ביטע ארויף שטעלן די ווערטער פון די בריוולע ניגון א דאנק פון פאראויס
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין עבודת עבודה פרשת לך א מוראדיגע שיחות קודש פון טאהש רבי זי"ע אין בקיצור ברענגט די טאהש רבי זי"ע ארויס עטליכע גאר שטארקע נקודות בנוגע אמירת תהלים
א' דורך די מזמורי תהלים איז מען זיך מקשר צום אייבערשען בקשר אמיץ וחזק אין מווערט ניצול פון אלע כוחות הרע וואס זענען שולט אין די וועלט
ב' אין די רבי האט איינגעפירט צו זאגען תהלים שבת צופרי אזוי ווי סאיז מקובל אז די מאו"ע זי"ע האט מקבל גוועהן פון אליהו הנביא שבת בבוקר בלי הפסק זאגט ער סאיז דא אזעלכע וואס פארשטייען נישט וואס מאכט מען אזא רעש וועגין זאגען תהלים אין זיי וויל עס נישט זאגען בלב שלם וברצון טוב מה נאמר ומה נדבר אזויפיל קען איך ענק זאגען עס וועט נאך קומען א צייט וואס מוועט זיך רייסען די האר פון קאפ אין גיסען טייכען טרערן אז מהאט זיך נישט צו מיר צו געהערט עוסק זיין מער מיט" אמירת תהלים בכלל ובפרט שבת צופרי "ווייל ווען משיח גייט קומען וועט ער מער מקרב זיין די וואס האבון זיך מדבק גוועהן מיט תהלים
המשך יבוא בל"נ
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פון די גליון באור החיים טאהש
דער הייליגער רבי יונתן אייבשיץ זי"ע שרייבט אין זיין הייליגע ספר יערות דבש:
בעונותינו הרבים פון זאגן אסאך תהלים און פארשידענע תחינות ובקשות, ווערט די מויל צוגעוואוינט צו זאגן, די ליפן שאקלען זיך פון זיך אליין, און די צינג דרייט זיך אן קיין אפשטעל, און די מחשבה איז בכלל נישט מיט אים, וויי איז פאר די מענטשן וואס פון זייער גאנץ לעבן וועלן זיי נישט טרעפן אפילו צוויי אדער דריי תפלות וואס זיי האבן מתפלל געווען מיט א גאנצע כוונה, איבערדעם איז בעסער מען זאל נישט זאגן אסאך, נאר ענדערש זאל מען זאגן ווייניג מיט כוונה, און אויך נאר א זעלכע תפלות וואס איז מקובל פון די פריערדיגע צדיקים ז"ל, און תהלים איז די בעסטע רפואה פאר אלע פראבלעמען, אבער עס איז גענוג ווען מען זאגט 5 אדער 6 קאפיטלעך מיט כוונה, דער עיקר איז מען זאל פארשטיין וואס מען זאגט (יערות דבש, דרוש ג').
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

א פאר גוטע דרשות צו הערן וועגן די גרויסקייט פין תהילים זאגען, איינער?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

המשך
ג' אין אויב איינער וויל ענדערש לערנען די צייט פון שבת צופרי איז מען למעשה מקיים פונקט אזוי דורך תהלים ווי תורה ווייל דוד האט דאך מתפלל גוועהן אז סזאל ווערן נחשב ווי נגעים ואהלות אין סאיז זיכער נתקבל געווארען ווייל פארוואס פארציילען עס חז"ל סתם צו מאכען א חוכא וטלולא חס מלהזכיר זיכער איז עס נתקבל געווארען די תפלה אין ברענגט די ווערטער פון הרה"ק רבי משה צבי מסווראן זי" ע עיי"ש
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

המשך
ד' איינער האט זיך אפגרעדט פאר הרה"ק רבי פנחס'ל קורצער זי"ע אז ער פארשטייט נישט וואס ער זאגט ממילא פילט ער נישט אז ער פועל'ט מיט זאגען תהלים האט רבי פנחס קארצער זי"ע גענטפערט אפילו מפארשטייט נישט אין מקען נישט מכוון זיין זאל מען זאגען די ווערטער מיט די גאנצע כח אין גלייבען אז יעדע אות ואות פון תהלים איז געזאגט געווארען ברוח הקודש אין יעדע אות ואות וואס ער זאגט ארויס גייט ארויף פאר די כסא הכבוד אין מיט די אמונה וועט ער פועל'ן מיט די זאגען "ענינים גבוהים ורמים אף בלי שום כוונה "
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”