חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פרישוואסער האט געשריבן: א פאר גוטע דרשות צו הערן וועגן די גרויסקייט פין תהילים זאגען, איינער?

לדאבוננו איז דא א גרויסע חלל אין די נושא איך האב געזוכט אויף קרן שמואל ישעי וועבסייט אויב גדענק איך גוט האבון זיי בערך 10 דרשות דאס איז די גאנצע אין א חלק פון די איז פון אלול פרשת שופטים אין נישט נאר די נושא פון תהלים פון הגרי"ח גרינוואלד גראדע זייער א שטארקע דרשה אין זייער כדי צו הערן בכל ימות השנה סאיז א בחינה פון א מת מצוה
א מצוה וואס מרעדט נישט גענוג רופט מען אזוי כך שמעתי
דאס איז וואס איך טריי דא מעורר זיין די וויכטיגקייט פון האבון א קביעות אין תהלים טאקע ווען אלעס גייט גוט ווייל דאס איז איז געמאכט פאר יעדעם איינעם אין אלע דורות אין איך האב אסאך געזוכט אדרבה ווער עס האט למצווה גדולה יחשב
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

רבותינו האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן: א פאר גוטע דרשות צו הערן וועגן די גרויסקייט פין תהילים זאגען, איינער?

לדאבוננו איז דא א גרויסע חלל אין די נושא איך האב געזוכט אויף קרן שמואל ישעי וועבסייט אויב גדענק איך גוט האבון זיי בערך 10 דרשות דאס איז די גאנצע אין א חלק פון די איז פון אלול פרשת שופטים אין נישט נאר די נושא פון תהלים פון הגרי"ח גרינוואלד גראדע זייער א שטארקע דרשה אין זייער כדי צו הערן בכל ימות השנה סאיז א בחינה פון א מת מצוה
א מצוה וואס מרעדט נישט גענוג רופט מען אזוי כך שמעתי
דאס איז וואס איך טריי דא מעורר זיין די וויכטיגקייט פון האבון א קביעות אין תהלים טאקע ווען אלעס גייט גוט ווייל דאס איז איז געמאכט פאר יעדעם איינעם אין אלע דורות אין איך האב אסאך געזוכט אדרבה ווער עס האט למצווה גדולה יחשב

אפשר דאך האט איינער?
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

ידוע אז הרה"ק ר' הערשעלע זידיטשובער זי"ע האט געזאגט: מי ימלל גבורות ה', ימלל איז מלשון מוללין מלילות - צוברעכן, דהינו ווער קען צוברעכן די גבורות ה' די דינים הקשים?
ישמיע כל תהילתו זאל ער זאגן גאנץ תהילים בלי הפסק ועי"ז יומתקו כל הדינים, וכל טוב יהי' לישראל.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

כ'קען א איד א גוט הארץ אן איש החסד א נחת אז דער רבוש"ע האט אזעלכע קינדער ווי דער איד. און ער האט גאר גוטע קינדער, זין און איידעמער איינס ביי איינס טשטאטשקעס, מתמידים עצומים וכו', לעצטנס איז געווען א ברית פון זיין אייניקל דאס ערשטע קינד ביי זיין יונגער איידים א זיידענער אינגערמאן, שטייענדיג אזוי ביים ברית גיב איך א פרעג זיין עלטסטן זון אויך א חשוב'ער אינגערמאן: וויאזוי האט דיין טאטע זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער איינס ביי איינס?
הערט אן ענטפער
זאגט ער מיר: מיין טאטע איז א תהילים איד! ער זאגט יעדן טאג אויס גאנץ תהילים! קוק אים נאך וועסט אים אלעמאל זען מיט א קליין תהילימ'ל אריינצושטופן דעם גאנצן תהילים אין זיין פארנומענעם סדר היום. ער קען צומאל אויסזאגן מער ווי איין מאל א טאג.

שוין, כפארשטיי שוין אלעס
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

א נאהנטע קרוב פון הרהגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א האט מיר פארציילט אז רבי אלימלך האט נאך זיין טאטע ז"ל פטירה דאכטזיך מיר לעילו נשמתו בערך 20 יאהר צוריק געפענט א כולל תהלים יעדע טאג זאגט זאגט ער אויס גאנץ תהלים אין ער מאכט זיכער צו צאהלען יעדעם איינעם אין 2 שעה א טאג זאגט מיט די עולם אויס תהלים אין טראץ זיין פארנומענע סדר היום מיט גיבען שיעורים איו גאנץ ארץ ישראל אין זיין אייגנע שיעורים אין באזוכען אין די שפיטלער משמח זיין אידען אין אריין שיינען די הייליגע אמונה ובטחון נישט אומזינסט האט ער סייעתא דשמיא מיט זיינע שיחות חיזוק אז סאיז באגלייט מיט א תהלים טאג טעגליך טראץ אלע טירדות למען הכלל והפרט זיינדיג פארנומען מיט די ציבור פארשטייט זיך חוץ זיין יחוס עצמו אין זכות אבות זאגט ער אליינס אויס תהלים אין מאכט אנדרע זאלען זאגען

איך שרייב דאס פון זיכרון ארוס איך האב אזוי געהערט מסתם א 5 צו 6 יאהר צוריק אויב איינער קען עס קאנפירמען רבי אלימלך פירט זיך אזוי היינט צו טאג וועל איך הנאה האבון
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

אז דו רעדסט פון רבי אלימלך, האביך מיך דערמאנט אז ער פארציילט אלץ אז רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל מרא דארעא דישראל האט מען אמאל געפרעגט וויאזוי ער האט זוכה געווען צו אזא הצלחה וואס ווי באקאנט איז ער געווען א איש מצליח אין יעדן הינזיכט, אט ער געענטפערט אז ער זאגט אויס יעדן טאג גאנץ תהילים, ווייל ער האט חתונה געהאט נאך די 20 און די גמ' זאגט כל ימיו ב.... דעריבער איז ער מתפלל ניצול צו ווערן דערפון. (קוקט אויס אז מיטן אויסזאגן תהילים קען אויך פון אזא גמ' ניצול ווערן)
און אז מען זאגט אויס יעדן טאג גאנץ תהילים גייט שוין אלעס ברצות ה' דרכי איש וגו'.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך האב איינמאהל געהערט א שיעור פון הג"ר מנשה רייזמאן שליט"א אין כמדומה ר"ח תמוז מסתם בערך 5 יאהר צוריק ווי ער אין די יאהר צייט פון הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע ווי ער האט אראפ געלייגט זיין פארנומענע סדר היום זייענדיג א רב געפאסקנט שאלות געלערנט ממש יעדע רגע מיט עפעס א ריזיגע התמדה אין מסדר קידושין גוועהן וכו וכו אין גאון עצום אין כידוע האט ער געשריבען אזויפיל ספרים כמנין שלמה 375 אין תהלים המפורש ברענגט פון תולדות שלמה שטייט אז ער האט מסיים גוועהן "יעדע טאג גאנץ תהלים " הגיד חצות והנעים זמירות ישראל כל חמשה ספרי תהלים
איך וואלט זייער געוואלט הערן די שיעור איך ווייס נישט ווי מקען וועלען א טאג סאיז איינע פון די שיעורים ביים יארצייט פון רבי שלמה זי"ע סגעט אסאך צופארשטיין אז כאטש זיין אהבת התורה אין ממש ווי די גאנצע תורה איז גוועהן אופען פאר אים האט עס גארנישט געשטערט די צייט צו מסיים זיין תהלים נאר פונקט פארקערט ער האט טאקע געהאט א אויסטערלישע סייעתא דשמיא ווי ער האט אהן גערירט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ואלה שמות בני ישראל הבאים איז ר"ת השבים אין סופי תיבות תהלים זאגט די שינווא רב זי"ע מרמז צו זיין דאס וואס איז מקובל פון טשערנאביל מגיד פון אליהו הנביא צו זאגען תהלים שבת צופרי איז די תיקון פאר שובבי"ם אין פאסטען ערב שבת כי מסוגל לחטא ז"ל ר"ל ובפרט בימי השובבי"ם וטוב לתיקון חטא זה
אין סקווירא רבי ז"ל האט געזאגט בשם טריסקע מגיד תהלים בלי הפסק ליגט אלעס אין דעם אויך די תיקון פון שובבים אין בלי הפסק איז א קבלה אויף יעדע שבת
אין ספה"ק שטייט אז שובבים שבתים איז מער מעלה די תהלים מער פון א גאנץ יאהר
אזוי שטייט אין אמרות טהרות פרשת שמות
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

געהערט האב איך פון א כלי ראשון אז הגה"צ רבי פישלע הערשקאוויטש זצוק"ל גאב"ד האליין ודומ"ץ צאנז קלויזענבורג איז גוועהן איינס פון די גרעסטע פוסקים בדורינו אין מתמיד עצום אין געשריבען מן הסתם הסכמות אין די אלפים אין געפסקנט שאלות אין כל התורה כולה אין געוויסט אלעס .אין יעדע נייע ספר האט מען עם געברענגט וואס איז נאר ארויס געקומען איינער האט יעדע טאג אריין גברענגט א בארג ספרים פון ביגעלאייזען ספרים סטאר אין האט גענומען וואס ער האט געטראפון וואס איז אינטערסאנט פאר אים ער האט געהאט א נישט פשוטע צמאון ואהבת התורה צו לערנען אלס וואס איז דא דאס חוץ פון די אלע וואס ער האט געגבין הסכמות אין איך גיי אים נישט יעצט מספיד זיין איך טריי נאר צו זיך פאר שטעלען אין בעיקר ארויס ברענגין די ווינדער ווי אין זיין פארנומנע סדר היום ווי ער האט געגבין הוראה פאר די קומענדיגע דור דיינים ורבנים אין פארגעלערנט שיעורים אויס גענוצט יעדע רגע איבערגעלאזט א 15000 בלעטר כתבי ידות בכל מכמני התורה אין פיל מער ווי דעם נאר דאס איז מיר שוין מער ווי געניג צו וויסען אז ער האט געהאט א אהנגעפילטע סדר היום מבואו ועד צאתו געלערנט יומם ולילה וכו' וכו'

אין יעדע פארטאגס בערך 4 אזייגער האט ער אויס געזאגט "גאנץ תהלים" אין די קלויזענבורג שול מיט אזא השתפכות הנפש אין מהאט געקענט הערן יעדע ווארט קלאהר נאך דעם 6 האט ער שוין פארגעלערנט א שיעור

אין א זייטיגע לימוד פאר מיר די באקאנטע ווארט אז די ווילסט עפעס ארלעדיגון גיב עס פאר א פארנומנע מענטש דוקא ווער עס ניצט אויס יעדע רגע דער האט סייעתא דשמיא צו טרעפון צייט פאר אלעס
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

בשם הגה"ק רבי עקיבא איגר זצו"ל
אטעטשמענטס
רע''א תהילים.PNG
רע''א תהילים.PNG (200.27 KiB) געזען 1717 מאל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די הייליגע גאסטינינער זי"ע האט געזאגט אין די נאמען פון זיין רבי די די הייליגע קאצקער זי"ע ווען דוד המלך האט מחבר גוועהן די ספר התהלים האט ער עס געמאכט
די סדר ווי אזוי מהאט אים געגבין רשות צו עס מסדר זיין אויבער אויב וואלט ער עס מסדר זיין ווי אזוי ער וואלט געוואלט וואלט מען געקענט מאכען תחיית המתים זיין מיט זאגען תהלים
אין יעצט אז מהאט נישט עס געמאכט אויף די סדר
קען די תהלים" אלעס פועלן חוץ תחיית המתים "
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

עס ווערט פארציילט אז לעת זקנותו פון די חפץ חיים זצוק"ל ווען מהאט אים גברענגט די תהלים פון זיין מאמע די צדיקת ע"ה האט גלייך באמערקט אז די בלעטער זענען אין גאנצען אוסגעניצט אפגעוועטשט

מיט א התרגשות האט ער געזאגט ווייסט עטס וויפיל טרערין די מאמע האט פארגאסען ווען זי האט געזאגט תהלים דעראין - יעדע טאג פארטאגס האט זי מתפלל גוועהן אין געוויינט אז ישראל מאיר זאל וואקסען אין זיין א עהרליכע איד א כשר איד
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ק די צמח צדק זי"ע האט געזאגט א כוס של ברכה דארף מען אויפהייבען א טפח אין דוד המלך כוס איז די תהלים כוס ישעות ובשם השם אקרא אין סהייבט אויף די מענטש א טפח
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין די שיחות שמחת תורה תרצ"ו .האט געזאגט די הרה"ק ריי"צ זי"ע בערך כהאי לישנא ובקצרה . די זאך פון זאגען תהלים אלע טאג במנין מיט קדיש יתום נאך די שיעור תהלים וואס האט זיך איינגעפירט ביי א גרויסע טייל אידען סהאט זיך אהן געהויבען ווען מהאט למעלה געוואלט א קרבן שלמים של ציבור ר"ה תרפז איבער פארשידנע סיבות איז אין די מאסר טעג - ל"ע - האט מען אין היפש קהלות אהן געהויבען זאגען פון דעמאלטס אן איז געבליבען די הנהגה טובה אין דאס האט מציל גוועהן כמה נפשות אין מ'דארפ משתדל זיין להנהיג אין די ערטער ווי מהאט נאך ניט איינגעפירט אין איך גיב מיין ברכה בני חיי מזוני
פון די חב"ד סידור איז דא די שיחה דף שנ"א
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום פרייטאג יאנואר 14, 2022 3:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

מפארציילט אז די חתם סופר א תלמיד א גאון . האט מען אהן געטראגן א רבנות פאסטין ,
אין פאר נאך א גאון די זעלבע וואס פלעגט א סאך תהלים זאגען אין גרויסע יר"ש אין גאון פארשטייט זיך אין מהאט געבעהטון די חת"ס זאל שרייבען א בריוו לטובת די תלמיד . אז מזאל אים בוחר זיין אין אזוי האט ער געטוהן .
אין למעשה האט מען געגבין די רבנות פאר די אנדרע ת"ח וצדיק נישט די תלמיד חת"ס.
האט די חת'ס געזאגט. " וואס תהלים קען . קען איך נישט "
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 1:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פון די טאהש רבי זי"ע קען מען מן הסתם טרעפין א געוואלד מיט אינפירמאציע פון זיין עבודת הקודש. איך ווייס נישט קיין סאך אויבער ס'איז זיכער דא מער צו שרייבען וואס איך וויל שרייבען בנוגע תהלים זאגען .

חוץ וואס ער האט כסדר געמאהנט מזאל האבון א קביעות אין זאגען תהלים שבת קודש. אין אין לכל הפחות די יום לחודש .אין אסאך מאהל האט ער געקענט זאגען 3 מאהל תהלים אין איין טאג . אין א מאהל ברציפות .
אזוי ווי דערמאנט אויבען פון די רחמי האב בשם די הייליגע ר"ר אלימלך זי"ע אז אויב מעזאגט 3 מאהל תהלים איז אזוי ווי מוואלט געפאסט משבת לשבת .

אין מעפארציילט אז ביומא דהלולא פון זיין זיידען די שרף פון טאהש זי"ע בשנת תשס"ה זייענדיג ביי זיין ציון האט ער געזאגט קרוב צו 9 שעה ברציפות

חוץ פון זיין פילע סדר היום אין חוץ פון זאגען תהלים אין פארשידנע גלעגינהייטען ביי הזכרות וכדומה פאר חולי ישראל . האט ער געהאט א קביעות צו זאגען בדרך כלל יעדע טאג נאך שחרית די יום לשבוע זונטאג יום א מאנטיג יום ב אא"וו

א איד האט מיר פארציילט ער לעבט שוין נישט קען איך אים נישט איבערפרעגין אז די טאהש רבי מסתמא נאר א געוויסע תקופה אויבער איך ווייס נישט מער נאר וואס ליגט מיר אין זיכרון פלעגט פרייטיג צו נאכטס נאך די טיש אויסזאגען גאנץ תהלים . נאך דעם שבת צופרי פארען דאוונען פארשטייט זיך נאך א מאהל מיט די עולם. אין נאך די סעודה שבת בייטאג א 3 מאהל ווער סווייסט דאס צו באשטעטיגן ווערט געבעהטן אין אין איך ווייס נישט צו סגוועהן אמאהל א מאהל צו א געוויסע תקופה

דאס גדענק איך פון מיין זיכרונות , נישט איבערגעהרט יעצט אויך פון די הספדים . ווער בין בין איך נישט זיכער . אז א געוויסע תקופה מסתם 50 יאהר צוריק בערך האט די רבי געזאגט תהלים שבת צופרי פסוק בפסוק כדי מער מחזק זיין די אמירת תהלים אז סזאל נישט זיין כמצות אנשים מלומדה אין דאכט זיך סהאט גענומען 4 שעה ,

אין א בריוו תש"י שרייבט די רבי אז פון ר"ח אלול בוז יוכ"פ זאגט ער אויס גאנץ תהלים
ס'זיכער דא סאך מער ווי דעס אי"ה ווען מוועט האבון מער בל"נ
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פון הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליטא האב איך געהערט אז מעזאגט תהלים פון דעקיל בוז דעקיל היינו גאנץ תהלים מאכט מען "דקל לפירותיו"
איז מען זוכה צו אלע השפעות טובות
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פרשת משפטים שטייט אין מאור ושמש די באקאנטע לשון קדשו אויף די פסוק ועבדתם השם אלוקיכם .
דהנה כתיב ברוך השם אלוקי ישראל - כלו תפלות דוד בן ישי , ופירש הרד"ק כי דוד המלך ע"ה התפלל על כל הענינים שצריכים ישראל עד ביאת משיחנו על החולים שיתרפאו , ועל הבריאים שלא יחלו , ועל פרנסתם שיתברכו , ולבטל מהם כל גזירות קשות ,

אין זאגט בקיצור ווייטער אז ווען משיח גייט קומען וועט דאך מקויים ווערן אלע טובות ונחמות אין מוועט שוין גאר נישט דארפען בעהטן ווייל אלע אומות העולם וועלן מודה זיין אז די באשעפער איז מלך על כל העולם וועט נתבטל ווערן אלע דינין אין מוועט שוין מער נישט דארפען די תפלות פון דוד דאס מיינט כלו תפלות בן ישי - ס'וועט זיין בלויז כל טוב לישראל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די הייליגע רבי מאטיל סלאנימער זי"ע האט פארציילט אז אז עס גוועהן א חסיד וואס זיין נאמען איז גוועהן רבי בער בערעז'ער ז"ל וואס איז גוועהן ביי הרה"ק רבי נח לעכאוויטש זצ"ל פאר די הסתלקות .
אין זיך ארים געדרייעט מיט א תהלימ'ל אין זיין האנד , אין די חסיד הנ"ל האט זיך אפ'גרעדט צום רבי'ן אז עס נישט דא קיין חסידים אין זיין שטאט אין ער איז עלענד אין האט זייער געוויינט

האט רבי נח אים געזאגט
בזה הלשון
א איד איז נישט עלינד ווי מ'איז נעמט מען א תהלימ'ל און מ'זאגט א קפיטל תהלים , איז מען נישט עלינד "
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין תהלים המפורש איז דא א געוואלד מיט הייליגע חיזוק אויף תהלים

איינס האט מיר מוראדיג געכאפט
דף 122
שערי יששכר פון מונקאטש רב זי"ע,
בקצרה אין אידיש בשעת די ביטרע צרות ווען מהאט פארכאפט קינדער אין רוסלאנד צו דינען אין מילטער בעל כרחו , מהאט עס גערפען די קאנטיניסטען וואס מהאט צוזאמען גענומען אין די טאטעס אין מאמעס האבון געוויינט אין נאך געגאנגען בוז מהאט זיי נעבאך פארטריבען , אין א ווייטע וועג האט מען זיי גענומען אין זיי זענען גוועהן 6 צו 7 יאהר אלט אין זיי וואס האבון שוין געלערנט א"ב ,

אין זיי האבון געשמוסט צווישען זיך זייער צער קלוגע קינדער זענען זיי גוועהן אין האבון געוויסט פונקטליך זייער עתיד , ווי גרויס די צרה איז אז מ'גייט זיי מאכען פאר גוים אין דערנאך זיי שמד'ען בע"כ, ווען זיי גייען זיין געניג גרויס פאר דעם וכו'.

האבון זיי געזאגט איינער פאר די אנדרע לאמיר זאגען תהלים" דאס טוט מען ווען מאיז אין א צרה ל"ע צו געהאלפען ווערן ,

אויבער וואס זאל מען טוהן מיר קענען נישט אינז האבון מיר גארנישט נישט קיין סידור נישט קיין תהלים צו זאגען דערפון ,
אויסענווענדיג קענען מיר נישט
נמנו וגמרו אז מ'גייט זינגען די ניגון " מיט וואס מ'פלעגט זאגען די תהלים וואס דעס האבון זיי געדענקט , אין אזוי האט מען געטוהן .
ותעל צעקתם השמימה אין תיכף איז געקומען די ישועה אז מהאט זיי אוועק געשיקט אהיים אין עס איז געווארען א התעוררות דערפון אין הימל אזוי איז מקובל די מעשה פון צדיקי אמת

נאר א ניגון פון וואס מ'זאגט תהלים האט אזא כח
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די סקולענע רבי זי"ע די נועם אליעזר שרייבט אין די הקדמה זיינע צו תהלים נוע"א ,
בתוך דבריו אז דוד האט מתפלל גוועהן אז מ'זאגט תהלים זאל עס זיין כעוסק בנגעים ואהלות זאגט די נוע"א פונקט ווי איינער איז עוסק בתורת נגעים ואהלות איז ער יוצא מיט דעם ידי חובת גזירת עונש נגעים ואהלות ח"ו , איז עסק התורה מוציאו פון יעדע טומאה וחלאה וכן כפשוטן פונקט אזוי איז אויב איינער איז עוסק הן " בלימוד ספר תהלים און סיי אמירת תהלים "

איז די סגולה העלפט פטור ווערן פון כל סוגי נגעים וטומאת אהלים הן כפשוטן והן כמשמועתן הפנימי ברחוניות
אונטען

אין די הגהות ברענגט ער צו א מכתב פון די הגה"ק כליל תפארת זצ"ל להתחבר באגודה אחת בכל שבת ושבת ויחשוב כאילו עסקו בנגעים ואהלות להסיר כל נגע וכל מחלה ולהתטהר מכל חלאות הטומאה ויזכו לטהרת הנפש ויתברכו בכל טוב עכל"ק.
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג פעברואר 07, 2022 8:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פון הגה"ק די ויגד יעקב שטייט א מוראדיגע הדרכה
טוב וישר לקבוע ג' שיעורים בתהלים
א' לאמור עם הציבור בכל יום כמה מזמורים
ב' ללמוד קפיטאל אחת או עכ"פ עשרה פסוקים
ג' להתבודד עצמו לאמור עכ"פ לאמור קפי' אחת בהשתפכות הנפש כבן המתחטא לפני אביו
וטוב שאותו קפיטאל שלמד אתמול יאמר ביום שאחריו ביחידות
והשי"ת יטהר לבנו לעבדך באמת

אין אידיש בקיצור 3 שיעורים אין תהלים איז גוט און גלייך צו האבון
א' זאגען מיט די ציבור עטליכע מזמורים יעדע טאג
ב' לערנען יעדע טאג איין קאפיטאל יעדע טאג אוידער עכ"פ 10 פסוקים
ג' און איין קאפיטאל זאל מען זאגען ביחידות מזאל זיך אויסגיסען די הארץ כבן המתחטא
און ס'גוט אז ס'זאל זיין טאקע די קאפיטאל וואס מהאט א טאג פריער גלערענט
און די באשעפער וועט אונז ריין מאכען אונזער הארץ איהם צו דינען באמת
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

רבותינו האט געשריבן: איך האב איינמאהל געהערט א שיעור פון הג"ר מנשה רייזמאן שליט"א אין כמדומה ר"ח תמוז מסתם בערך 5 יאהר צוריק ווי ער אין די יאהר צייט פון הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע ווי ער האט אראפ געלייגט זיין פארנומענע סדר היום זייענדיג א רב געפאסקנט שאלות געלערנט ממש יעדע רגע מיט עפעס א ריזיגע התמדה אין מסדר קידושין גוועהן וכו וכו אין גאון עצום אין כידוע האט ער געשריבען אזויפיל ספרים כמנין שלמה 375 אין תהלים המפורש ברענגט פון תולדות שלמה שטייט אז ער האט מסיים גוועהן "יעדע טאג גאנץ תהלים " הגיד חצות והנעים זמירות ישראל כל חמשה ספרי תהלים
איך וואלט זייער געוואלט הערן די שיעור איך ווייס נישט ווי מקען וועלען א טאג סאיז איינע פון די שיעורים ביים יארצייט פון רבי שלמה זי"ע סגעט אסאך צופארשטיין אז כאטש זיין אהבת התורה אין ממש ווי די גאנצע תורה איז גוועהן אופען פאר אים האט עס גארנישט געשטערט די צייט צו מסיים זיין תהלים נאר פונקט פארקערט ער האט טאקע געהאט א אויסטערלישע סייעתא דשמיא ווי ער האט אהן גערירט

די שיעור פון ר יוסף חיים גרינוואלד אויבן דערמאנט רעדט ער אויך פון דעם
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

;l;p-
לויב האט געשריבן:

רבותינו האט געשריבן: פון הגה"ק די ויגד יעקב שטייט א מוראדיגע הדרכה
טוב וישר לקבוע ג' שיעורים בתהלים
א' לאמור עם הציבור בכל יום כמה מזמורים
ב' ללמוד קפיטאל אחת או עכ"פ עשרה פסוקים עם רש"י ומצודות כדי להבין מה שאומר
ג' להתבודד עצמו לאמור עכ"פ לאמור קפי' אחת בהשתפכות הנפש כבן המתחטא לפני אביו
וטוב שאותו קפיטאל שלמד אתמול יאמר ביום שאחריו ביחידות
והשי"ת יטהר לבנו לעבדך באמת

אין אידיש בקיצור 3 שיעורים אין תהלים איז גוט און גלייך צו האבון
א' זאגען מיט די ציבור עטליכע מזמורים יעדע טאג
ב' לערנען יעדע טאג איין קאפיטאל יעדע טאג אוידער עכ"פ 10 פסוקים מיט פירוש רש"י און מצודות כדי מזאל פארשטיין וואס מ'זאגט
ג' און איין קאפיטאל זאל מען זאגען ביחידות מזאל זיך אויסגיסען די הארץ כבן המתחטא
און ס'גוט אז ס'זאל זיין טאקע די קאפיטאל וואס מהאט א טאג פריער גלערענט
און די באשעפער וועט אונז ריין מאכען אונזער הארץ איהם צו דינען באמת
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”