חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

דיסקלעמיר איך האב ג'שריבען אויבען בנוגע גדולי ישראל וויפיל זיי זאגען תהלים פארשטייט זיך איך שרייב נאר וואס איך ליין צו הער פון מקורות וואס זיי ווייסען , אויבער דאס מיינט נישט אז אונז ווייסען שוין אלעס ס'גוט אויף אזוי פיל צו וויסען עפעס כאטש וואס קען ברענגין א התעוררות , און ס'קען זיין אז די מציאות באמת איז גאר אנדערש איך מיין צו זאגען אז ס'יתכן אז ביידע איז אמת צו ס'האט צוטהון אין וועלכע תקופה וכדומה איין באשעפער ווייסט די אמת עכ"פ איך וועל זיך פרייען פאר הארות .

די וואך האב איך געהערט א אונטערוויא פון קול מבשר פון א לאנגע צייט צוריק
ווי ס'פארציילט איינער אז די טאהש רבי זי"ע פלעגט אויס זאגען יעדע טאג גאנץ תהלים
און נאך די טווין טאערס איז איינגעפאלען רח"ל האט די רבי אהן געהויבען אויס זאגען 2 מאהל גאנץ תהלים מרעדט דא ווען די רבי איז שוין גוועהן א בן שמונים און טרוד מיט אזויפיל טרדות וכדומה

און ערגעץ ווי האב איך געליינט לעצטענס אז הגר"ח קניבסקי שליט"א זאגט יעדע טאג 10 קאפיטלך תהלים

די צוויי הוספות אויף די 2 צדיקים האב איך לעצטענס געטראפען האב איך דאס געוואלט פארעכטין אנדערש ווי איך האב אויבען געשריבען
ואתכם הסליחה
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

סתם פאר נייגער:
די 5 קאפיטלעך תהילים וואס געוויסע קהילות זאגען נאכען דאווענען איז גלאבאל? אדער יעדע קהילה האט א אייגענע גאנג?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פרישוואסער האט געשריבן: סתם פאר נייגער:
די 5 קאפיטלעך תהילים וואס געוויסע קהילות זאגען נאכען דאווענען איז גלאבאל? אדער יעדע קהילה האט א אייגענע גאנג?

איך ווייס נאר אזוי פיל אז
די 5 קאפיטלעך
ערגעץ ווי האב איך עס גזעהן ברענגין אז די הייליגע חת"ס האט זיך אזוי איינגעפירט צו ער האט עס מחזק גוועהן די מנהג
איז זיכער אהן גענומען בי א סאך גרויסע קהלות ווי סאטמאר ,
חב"ד גראדע אויך ,
נאר אסאך בעלי תפלות ווילען נישט אויפהאלטען די מענטשין וואס יאגען זיך זאגט מען איין קאפיטל קודם און קדיש ווייל די קדיש פון תהלים איז גאהר א שטארקע מנהג
און סקווירא זאגט מען 5 און צוליב עפעס א מעשה האט די רבי איינגעפירט נאך 13 ביחד 18 איך ווייס נישט צו עס איז (למעשה ברבים צו ביחודות) און ס'שוין געבליבען אפילו נאך די ישועה איז געקומען כך שמעתי.
און למשל תו"א און תוא"י שומר אמונים זאגט 10 קאפיטלך ,
איך מיין אז וויזניץ זאגט 5 און אפילו שבת פארען דאוונען פלעגט די תורת מרדכי זאגען איך וואלט הנאה געהאט אויב עמצער קען עס באשטעטיגען
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7985
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

רבותינו האט געשריבן: איך מיין אז וויזניץ זאגט 5 און אפילו שבת פארען דאוונען פלעגט די תורת מרדכי זאגען איך וואלט הנאה געהאט אויב עמצער קען עס באשטעטיגען

און וויזניץ זאגט מען די יום לחודש (נישט 5 קאפיטליך) יעדען טאג נאכ'ן דאווענען.. אונ שבתים וימים טובים פאר'ן דאווענען...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

רעים האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן: איך מיין אז וויזניץ זאגט 5 און אפילו שבת פארען דאוונען פלעגט די תורת מרדכי זאגען איך וואלט הנאה געהאט אויב עמצער קען עס באשטעטיגען

און וויזניץ זאגט מען די יום לחודש (נישט 5 קאפיטליך) יעדען טאג נאכ'ן דאווענען.. אונ שבתים וימים טובים פאר'ן דאווענען...

אה א גרויסע יישר כח פאר עס אויסקלאהרען
און איך טראכט יעצט אז די פריעדיגע תגובה פון ווי מזאגט 5 קאפיטלאך איז לכאורה א טעות גדול ווייל איך האב מכוון גוועהן אויף יום לחודש
אנטשולדיגט פאר דעם
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די הייליגע רבי שלמה'קע זוויהלער זי"ע מנהג איז גוועהן מנעוריו צו מסיים זיין גאנץ תהלים יעדע ערב ר"ח ביום תעניתו .יעדע שבת .בכל צרה שלא תבוא סיי צרת רבים און סיי צרת יחיד ל"ע .וחוץ מזה יעדע וואך בכל שבוע ושבוע א ספר יעדע טאג יום ראשון פאר זונטאג אא"וו און זיין מנהג איז גוועהן עס צו זאגען בלי הפסק אפילו עפעס איז גוועהן זייער וויכטיג און אויב איינער האט אים מפסיק גוועהן באונס מיט א הכרח אפילו ביים סוף האט ער אן געהויבען פון אן פאנג

און אלע מעשים און זיין דיבורים האט ער קודם געפענט א תהלים און געזעהן ווי אזוי זיך צו פירען און אלעמאהל איז א ספר תהלים איז אייביג גוועהן און פראנט פון איהם און געקוקט דער אין
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין די גמרא מס' ברכות שטייט , אז כיון שעלה עמוד השחר נכנסו חכמי ישראל אצלו אדונינו המלך עמך ישראל צריכין פרנסה אמר להם לכו והתפרנסו זה מזה וכו' לכו ופשטו ידיכם בגדוד , און ס'משמע פון די גמרא אז דאס האט זיך איבערגחזר'ט יעדע איינציגע טאג און נישט א איינמאהליגע זאך נאר די ענין איז דא אז וויבאלד " דוד אליינס איז גוועהן די לעבדיגע תהלים " און ווען מהאט געדארפט פרנסה איז מען געגאנגן זיך מייעץ זיין מיט די " תהלים החי " אונז צו זאגען וואס צו טוהן און דוד האט גע'עצה'ט וואס פאר פרנסה ממצרים וגדוד
אזוי ברענגט די רמתיים צופים בשם הרה"ק אדמו"ר הזקן מווארקא זי"ע
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ספר אורך אפים עצות נישט צו צוקומען לידי כעס איינס איז דאמירת " כל ספר תהלים הוא בוודאי סגולה לבטל הכעס "
וכו' ובין דבריו בערך זאגט ער אז ואלה שמות וכו' ס"ת תהלים כידוע שספר שמות נגד גבורה ולזה בא הרמז בתחילת הספר ווי אזוי מאיז ממתיק די גבורות מי ימלל גבורות השם ישמיע כל תהלתו זאל ער זאגען גאנץ תהלים ממילא ווערט בטל די כעס ונראה לי רמז גדול ונפלא תהלים האט קן מזמורים כעס בגמיטריא קן ואפשר שדוד יסדו במספר זה לכונה זו משום תקון כעס וכו'
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פון הגה"ק רבינו יעקב מליסא זצ"ל אין זיין צוואה שרייבט ער פאר זיינע קינדער
תלמדו כמה פעמים תהלים עם פירוש המלות ושיהיה שגור בפיכם עם פירוש רש"י ,
כדי שתבינו היטב בשעה שתאמרו לבקשה ,
ותזהרו לומר חמשה קאפיטל בכל יום לא פחות ,
כי בזה מלהיב הלב לעבודת השם ית'
וכבר ביקש דוד המלך ע"ה שיהא נחשב כעוסק בנגעים ואהלות ובזה ,
אין חשש שלא לשמה .
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין חתם סופר שטייט ,
אין פרשת נצבים אז אין פרק ערבי פסחים שטייט ,
אז תהלים האט " קמ"ז מזמורים " און דאס איז מבטל ומסלק די
"קמ"ז קללות וואס שטייט אין די תורה הקדושה " מ"ט אין בחוקתי און צ"ח אין כי תבוא וואס אלעס צו זאמען איז קמ"ז "
ווייל די שירות דוד מלך ישראל איז ממתיק אלע קללות שבעולם.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פון רבי וועלוויל פעלדמאן פארציילט אז אין סלאנים איז די מנהג ווען מבאקט מצות "
כידוע האט יעדער א אנדרע תפקיד איינער וועלגערט איינער רעדילט איינער איז שיבער וכו וכו איינע פון די זשאב איז גוועהן אז איינער זאל זאגען תהלים א תפקיד ווי אלע אנדרע תפקידים כדי סזאל זיין סייעתא דשמיא "
זיצט און די זייט און ער זאגט תהלים
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די הייליגע בית אברהם פון סלאנים זי"ע
פלעגט זאגען א סגולה סיי צו א חתן ווערן איז אויסזאגען גאנץ תהלים שביעי של פסח די טאג וואס שטייט קשה זווגו של אדם כקריעת ים סוף
און סיי פאר פרנסה און רפאות הגוף לומר כל ספר תהלים "
אזוי שטייט אין באר החיים
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ס'קען געוויסע מאל נתעורר ווערן די שאלה וועגן זאגן תהלים כלפי ביטול תורה,
האבעך געפונען אין פלא יועץ (ערך תהילים) וז"ל:
הנה כי כן לא יגרע מצדיק ללמוד כל ספר התהלים בכל שבוע מדי שבת בשבתו ואף שכתבו הפוסקים (ומקורו מגמרא שבת קטו.) שמי שיכול ללמוד הלכות ופלפולים ועוסק בתהלים חשוב בטול תורה לגבי דידיה, מ"מ ללמוד אותם פעם אחת בשבוע לא נאמר זה ועת לכל חפץ עכ"ל,
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אין די ימי הספירה שטייען מיר .
אנגעפאנגן פון דעם ראש חודש אייר.
וועלן מיר זאגען תהילים ערליך אין שיין.
אלץ אן הכנה צו שבועות - קבלת התורה זאל עס זיין.

אויך דוד המלך ע"ה יארצייט געפאלט דאן.
ער האט פארפאסט די הערליכע תפילות וואס אין תהלים איז פארהאן.
לאמיר זיך פארנעמען אלע אויף איינמאל.
און זאגען תהלים און אויספויעלן ישיעות און רפואות פאר כלל ישראל.
אין די ימי הספירה שטייען מיר .
אנגעפאנגן פון דעם ראש חודש אייר.
וועלן מיר זאגען תהילים ערליך אין שיין.
אלץ אן הכנה צו שבועות - קבלת התורה זאל עס זיין.
אטעטשמענטס
קאלענדער -.jpg
קאלענדער -.jpg (411.67 KiB) געזען 3870 מאל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די ברך משה מסאטמאר זצ"ל פלעגט אלס זאגען די גרעסטע סגולה געהאלפען ווערן מיט אלעס וואס מ'דארף איז זאגען 10 קאפיטלאך תהלים בקביעות נאך דאוונען שחרית

און סאטמאר זאגט מען 5 אבער אין די ברך משה'ס מנין האט מען געזאגט 10
ער פלעגט זאגען בלשון קדשו מיר האבון מקובל פון די טאטע ז"ל (עצי חיים )און די זיידע ז"ל ( קדושת יו"ט )פלעגין זאגען 10 די פעטער ז"ל ( רבינו יואל זי"ע )פלעגט זאגען די "יום לשבוע "

די רבי האט דערציילט אז אין די לאגער אויף די וועג צו די ארבעט איז גוועהן א איד וואס האט געקענט אויסנווענדיג גאנץ תהלים און יענער פארגעזאגט אויסענווייניג 10 קאפיטלאך
און האט געזאגט ביי יענע שמעוס חנוכה ביי די תורה האט ער עס פארציילט ווער ווייסט צו נישט בזכות די תהלים זאגען איז ער געבליבען לעבין ""

ער פלעגט זאגען בפרט פאר צער גידול בנים "
מוויל האבון עהרליכע און גיטע קינדער זאל מען מקפיד זיין צו זאגען 10 קאפיטלך בקביעות יעדע טאג נאך דאוונען

און ווען די קינדער פלעגין פארען אין קעמפ לייגט ער צו נאך 10 קאפיטלאך

אזוי פארציילט הרה"ג רבי יעקב ווייס שליט"א לכבוד די יארצייט

פון הגרי"ח גרינוואלד האב איך גהערט א מאהל אז איינער האט גפרעגט ווען זאל ער עס זאגען האט ער געזאגט אז די קבלה איז עס צו זאגען תיכף נאך דאוונען
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג אפריל 28, 2022 10:36 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
veltsman
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

רבותינו האט געשריבן:
די פעטער
מי זה?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

veltsman האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:
די פעטער
מי זה?
בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

דער הייליגער רבי נתן פלעגט זיך פירן אין די טעג פון ספירה צו זאגן צוויי מאל א טאג דעם יום תהלים,

ווייל דער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", תהילים איז מסוגל צו תשובה און צו טרעפן די שער, די טיר וואו אנצוקומען,

ווייל עס איז דא פופציג טויערן פאר תשובה; דאס קען מען יעצט זוכה זיין אין די ספירה טעג.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:
די פעטער
מי זה?
בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע
אזוי פלעגט ער איהם ריפען די פעטער ז"ל
אנטשולדיגט גיי מיר עס פארעכטין
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

לאמיר אהער ברענגין די בריוולע ניגון פון רבי מרדכי אילאוויטש

אינגאנצן צובראכן, פארביטערט און פארקלעמט,
ער קען זיך נישט בארואיגן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט.
אוועק פון די וועלט איז די שרייבער זיין פערזענליכע,
דער מלך בענקט נאך אים אויף זיין טאלאנט די אויסערגעווענליכע.

אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו,
יעדע נאכט פאר מיר געשריבן, ארויס פון הארצן טיף.
די בריוון און זכרונות וועלן מיר אייביג פארבלייבן,
אוי, די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט שוין קיינער נישט קענען שרייבן.

א באדינער אין פאלאץ אן איינפאל עס פאלט אים,
ער ווייסט די אלע בריוון וואו זיי זענען באהאלטן.
ער נעמט פון די ארכיוון־ די אלע אלטע בריוון, און לויפט צום מלך צו,
קוק וואס כ׳האב געפונען, הט- אזנך לי.

ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען,
דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען.
די בריוון און זכרונות ־ שפע און נסיונות, וואס ער איז פארביי,
די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין.
די שורה׳לעך, די זמירה׳לעך, עס נעמט מיך ארום,
און יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ דיין געבעהט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדן טיר,
ווייל יעדע מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

אוי אוי בריוועלע, אוי אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(בריוועלע) ־ אוי אוי אוי בריוועלע אין יעדן מצב און סביבה׳לע,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.

---
א שרייבער האט דער מלך געהאט אמאל,
דוד בן ישי, דער נעים זמירות ישראל.
ווי ער האט געשריבן האט קיינער נישט געקענט,
מיט געגועים און אהבה, מיטן פידעל אין די הענט.

אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קל חי,
ה׳ מה רבו צרי, רבים קמו עלי.
איך לויב און דאנק פאר ה׳ אלקי,
מה אשיב לה׳ כל תגמולוהי עלי.

דוד איז מער נישטא אבער כאטש איז אונז פארבליבן,
די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן.
אונז נעמיר די כתבים ־ און אונזערע מצבים, און מיר ליינען איבער,
די אלע צרות וואס דוד איז אריבער.

כאטש ס׳איז פריוואטע ענינים וואס דוד איז משורר,
די בריוועלעך זענען אבער דעם אייבישטער מעורר,
דער בורא טוט לעכצן ־ הערן ווי מיר קרעכצן, תפילה לדוד,
דאס איז זיין גרעסטע תשוקה, זיין גרעסטע כבוד.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם דוד׳ל אליין.
די שורה׳לעך, די זמירה׳לעך, עס נעמט מיך ארום און ארום.
און יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הייליגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדן טיר,
און יעדע מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

תהלים׳ל תהלים׳ל
כאילו אמרם דוד בעצמו.
תהלים׳ל ־ ווען א איד פועלן' וויל אמאל,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דא). אי"ה צום ווידערזען!

אויב איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אויף [email protected] און איך וועל העלפן כפי מסת הפנאי.

(זה נהנה וזה לא חסר, ביטע נוצן דעם לינק צו גיין צו עמעזאן: http://www.amazon.com )
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די ווערטער פון די ניגון פון רבי יוסף משה כהנא מיט די טאן פון אין ערוך לך פון רבי בנימין הערשקאוויטש ע"ה


אין פאלאץ פון קעניג, אלעס שא שטיל.
בלאזט א ווינטל, אינמיטן נאכט פונקט.
שאקלט דאס פידעלע, העכער דעם קעניג'ס שטול.
דער קעניג דערוועקט זיך, מיט איר ער זינגט.
---
שטיין געבליבן, איז די גאנצע יצירה.
הערן געזאנגען, פון קעניג אליין.
ווי דוד המלך, אוי זינגט שירה.
וואס אפילו מלאכים, קענען נישט פארשטיין.
*
תהלים'ל תהלים'ל, אזוי הארציג און טייער.
פון פאסטאך געטרייער.
אויף אייביג ערוועלט.
פאר אונז אויסגעטרעטן.
געוויסט וואס צו בעטן.
פאר זיינע שעפעלעך, סיי וואס פעלט.
---
תהלים'ל תהלים'ל, דאס טוט אונז באגלייטן.
פון איין לאנד צום צווייטן.
ווי מיר גיין.
א איד ווערט מיד,
האט ער דעם ליד.
זיין ליבער פריינד, וואס טוט אים פארשטיין.
*
א איד דארף פרנסה, טוט דאס הארץ אויסגיסן.
ער זיכט א שידוך, אוי ס'גייט אים שווער.
א זון אין ישיבה, מ'ווארט בעסערע גריסן.
קאפיטל קאפיטל, א טרער נאך א טרער.
---
נעבעך א צרה, מ'ווארט א ישועה.
וואס טוט מען, דאס הארץ גייט אויס.
א חולה אין משפחה, מען דארף א רפואה.
מען לויפט אין בית מדרש, מען נעמט דעם תהלים'ל ארויס.
*
תהלים'ל תהלים'ל, ווי טוט דיר נישט שטערן.
אזופיל טרערן.
אין דיר איינגעזאפט.
אונזערע ווייען.
ביטערע געשרייען.
ווי קענסטו אויסהאלטן, אויף דיין טיר מען קלאפט.
---
די אלע בקשות.
פון צובראכענע נפשות.
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין.
אן עת רצון טוט ווערן.
אין הימל טוט מען הערן.
דאס קול פון דוד המלך אליין.
*
א גוטע א גוטע בשורה
א גוטע בשורה, ווארט מען צו הערן.
מען שטייט מיטן תהלים'ל, און מ'בעט.
צום ריכטיגן וועג, וויל א איד צוריקקערן.
דער תהלים'ל ווייזט אים, אז ס'איז קיינמאל נישט שפעט.
---
אידיש בלוט גיסט זיך, אין אלע גאסן.
אומשולדיגע נשמות, אוי עד מתי.
תינוקות של בית רבן, טוען וועלטן איינרייסן.
אפילו די תהלים'ל וויינט מיט זיי.
*
תהלים'ל תהלים'ל, ווי טוט דיר נישט שטערן.
אזופיל טרערן.
אין דיר איינגעזאפט.
אונזערע ווייען.
ביטערע געשרייען.
ווי קענסטו אויסהאלטן, אויף דיין טיר מען קלאפט.
---
די אלע בקשות.
פון צובראכענע נפשות.
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין.
אן עת רצון טוט ווערן.
אין הימל טוט מען הערן.
דאס קול פון דוד המלך אליין.
---
דוד דוד.
בעט ביים כסא הכבוד.
אוי נעם דיינע שעפלעך, ארויס פון גלות.
אויפן שטול גיי ארויף.
דעם פאלאץ בוי אויף.
את סוכת דוד הנופלת.
דוד מלך ישראל, נעם שוין דאס פידעלע, אוי אוי אוי אוי..........
-----
די ניגון הייסט תהילמ'ל, ס'איז טרעק 07 פון לחיים ברידער.
https://www.dryveup.com/lu/36266
דריי קינדער וואס קענען נישט זעהן און הערן ר"ל "קאמפיין" נארמי'ס פעידזש
צוריק ארויף
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

א מוראדיגע לשון האב איך געטראפען וואס די חידא אין מדבר קדמות ברענגט פון רבינו אפרים (פון די ראשונים כמלאכים )
אין זיין פירוש על התורה כ"י

פרשת וזאת הברכה וז"ל כל האומר " תהלים בכל יום כאלו קיים כל התורה כולה "
וזה תוכו לרגליך ישא מדברותיך איז ר"ת תלים אין דערנעבין שטייט תורה צוה לנו משה עכ"ל

אין פרשת ויגש זאגט ער והגדתם את כל כבודי במצרים ס"ת תלים מרמז צו זיין כל האומר תהלים בכל יום זוכה להיות תחת כסא הכבוד עכ"ל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין סידור עבודה ישרה אין די נייע דף 414 ברענגט מען פון ספר דברי ברוך פון הרה"ק מסקאליע זי"ע בשם זקנו הרה"ק רבי רבי ברוך ממעזבוז זי"ע
" סגולה להצלחה ולרפואה בדוק ומנוסה " לומר על דעת רבינו הרב רבי ברוך ב"ר יחיאל ממעז'יבוז זצוק"ל
ד'. י"ז .ס"ג . ס"ה . קט"ז . קל"ז .קל"ח . ק"נ .
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ספר קיצור לקוטי מהר"ן שטייט אז אין די טעג פון ספירה איז מסוגל ביותר אמירת תהלים לזכות לתשובה להזדכך מטומאת מצרים , און זוכה זיין צו קדושת שבועות ועי"ז בשבועות שישוב
השם אליו וירחמהו
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

רבותינו האט געשריבן:
א מוראדיגע לשון האב איך געטראפען וואס די חידא אין מדבר קדמות ברענגט פון רבינו אפרים (פון די ראשונים כמלאכים )
אין זיין פירוש על התורה כ"י

פרשת וזאת הברכה וז"ל כל האומר " תהלים בכל יום כאלו קיים כל התורה כולה "
וזה תוכו לרגליך ישא מדברותיך איז ר"ת תלים אין דערנעבין שטייט תורה צוה לנו משה עכ"ל

אין פרשת ויגש זאגט ער והגדתם את כל כבודי במצרים ס"ת תלים מרמז צו זיין כל האומר תהלים בכל יום זוכה להיות תחת כסא הכבוד עכ"ל
אטעטשמענטס
Screenshot_20220508-023531_Chrome.jpg
Screenshot_20220508-023531_Chrome.jpg (514.4 KiB) געזען 966 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”