חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בס"ד

וּבְכֵן אָבוֹא אֵלֶיךָ ה' מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים וְאַפִּיל תְּחִנָּתִי וְעֵינַי לְךָ תְלוּיוֹת עַד שֶׁתְּחָנֵּנִי וְתִשְׁמַע תְּפִלָּתִי

א גאר התעוררות'דיגע מעמד פון תפלה ובקשת רחמים איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם ערב ראש חודש סיון העעל"ט ביים צענטראלן "מנין תהלים" אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר וומס"ב (ראדני), ווען הונדערטער אידן בלעה"ר פון אלע קהלות אין שטאט, זקנים ונשואי פנים, בעלי בתים ואברכים, ובראשם רבנים ויושבי על מדין הגאוה"צ שליט"א, האבן אנגעפולט דעם היכל הגדול פונעם ביהמ"ד ביי אמירת תהלים, און דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט דעם "תפלת השל"ה" מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, ווען ביים עמוד זאגט פאר דער בעל תפלה קבוע הגאון החסיד שליט"א, איינרייסנדיג ביי אבינו אב הרחמן עלינו ועל דורותינו, צו זען ערליך אידיש נחת פון ווייטערדיגע דורות ישרים ומבורכים נאמנים לה' ולתורתו, ככל אשר התפללנו עליהם.

דער מחזה הוד ונורא ווי אזויפיל אידן זקנים עם נערים זענען מתפלל און רייסן איין ביים בוכ"ע פארן עתיד הדורות האט דערמאנט א מעין פון די ימים נוראים, און ווער עס איז נאר אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד איז גלייך מיטגעשלעפט געווארן מיטן התעוררות, האפענונגספול צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!

יְקֻיַּם בָּנוּ הַפָּסוּק לֹא יָמוּשׁוּ מִפִּיךָ וּמִפִּי זַרְעֲךָ וּמִפִּי זֶרַע זַרְעֲךָ אָמַר ה' מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם!


די מודעה וואס איז געהאנגען אין אלע בתי מדרשים:
מודעה1.jpg
מודעה1.jpg (175.93 KiB) געזען 676 מאל

די מודעה אין די לאקאלע טעגליכע בלעטלעך:
מודעה2.jpg
מודעה2.jpg (156.27 KiB) געזען 676 מאל
Willy
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

@אנכי הרואה שכח פארן אלץ ארויפלייגן!
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

שתוליכנו לשלו' ותצעידנו לשלו' ותשמרנו מכל מיני פורעניות ותשלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידינו

אין בעפארברייטונג צום זוממער-קאנטרי-קעמפ-סעזאן, איז ווי אלע יארן פאררופן געווארן דורך מאורי הדור מרנן רבותינו שבגולה התאחדות הרבנים שליט"א א "יום תפלה רבתי" ביום א' שלח העעל"ט, און די הנהלת "מנין תהלים" האבן אראנזשירט די צענטראלע מנין תהלים וואו הונדערטער אידן האבן זיך צונויפגענומען צו מתפלל זיין ביים בוכ"ע פאר א געזונטן זוממער בלי שום מכשול ח"ו, מ'זאל נאר הערן שמועות טובות ובשורות טובות.

דעם שב"ק בעפאר זענען אין די בתי מדרשים געהאנגען די קריאת הקודש מטעם הבית דין און אויך מודעות פון די קהילות וועלכע האבן אנגעווארעמט דעם ציבור צו אויסנוצן דעם טאג בכח הרבים בתפלה וצעקה.

די צענטראלע מנין תהלים איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר (ראדני סט.), און אנדערש ווי ביז איצט ווען דער היכל נחלת יעקב (בית שני) האט געקלעקט צו אקאמאדירן די משתתפים, האט מען היי יאר דאס געברויכט פארגרעסערן און עס איז פארגעקומען אינעם צענטראלן היכל הביהמ"ד.

עס האט געהערשט אן ערנסטע אטמאספער און התעוררות'דיגע שטימונג די איבער צוויי שעה ווען דער קול התפלה זשומעט אינעם היכל פון אזוי פיל הונדערטער אידן בלעה"ר פון אלע קהילות אין שטאט, דערונטער אומצאליגע רבנים ויושבי על מדין ומוצ"י התאחדות הרבנים שליט"א, כולם נקבצו ובאו בלב אחד לאבינו שבשמים לבוא אל המלך להתחנן לו.

עס איז די געבעט און האפענונג אז הן קל כביר לא ימאס תפלת רבים, וה' וישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלו' ויפרוס עלינו סוכת רחמים וחיים ושלו'.

IMG-20240625-WA0001.jpg
IMG-20240625-WA0001.jpg (187.88 KiB) געזען 291 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים!

ווי יעדן ערב ראש חודש וועט בעז"ה דאנערשטאג קרח ערב ר"ח תמוז פארקומען די מנין תהלים אום 5:00 אזייגער נאכמיטאג, און היות ס'איז א יום שהרבה בני אדם פנויים ממלאכה וועט א גרעסערער ציבור זיך משתתף זיין און אויס'פועל'ן אלעס גוטס בזכותיה דדוד מלכא משיחא נעים זמירות ישראל.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

אנכי הרואה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:25 am
חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים!

ווי יעדן ערב ראש חודש וועט בעז"ה דאנערשטאג קרח ערב ר"ח תמוז פארקומען די מנין תהלים אום 5:00 אזייגער נאכמיטאג, און היות ס'איז א יום שהרבה בני אדם פנויים ממלאכה וועט א גרעסערער ציבור זיך משתתף זיין און אויס'פועל'ן אלעס גוטס בזכותיה דדוד מלכא משיחא נעים זמירות ישראל.

די מודעה פון ערב ראש חודש תמוז העעל"ט
נדבת הנדיבים החשובים שיחי' מחסידי טאהש, לע"נ מרן השרף מ'טאהש זי"ע (אדמו"ר הראשון).
תהלים ערב ראש חודש.jpg
תהלים ערב ראש חודש.jpg (148.8 KiB) געזען 255 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

יומא דהילולא מאורן של ישראל אור החיים הקדוש זי"ע און הרה"ק רבי אלעזר ריישער זי"ע
IMG-20240721-WA0006.jpg
IMG-20240721-WA0006.jpg (105.63 KiB) געזען 216 מאל
טראץ עס איז געווען א זוממער'דיגע זונטאג ווען די שטאט איז היבש אויסגעלערט, האט מען זיך דערזען מיט א ריזן ציבור בליעה"ר וועלכע האבן זיך מקשר געוועזן באור החיים און אויסגעפועלט אלס גוטס, ובפרט בעניני רפואות וואס רבי אלעזר ריישער איז געווען באקאנט ביים חיותו אלס פועל ישועות וגם לאחר הסתלקותו עומד ומשמש צו משפיע זיין פאר אידן כל ישועות וכל הרפואות.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

טראץ זייענדיג א זומער'דיגע זונטאג, האט א גרויסער ציבור בלעה"ר מיטגעהאלטן דעם קביעות'דיגן מנין תהלים ערב ראש חודש מנ"א העעל"ט מיטן בעל תפלה קבוע הגה"ח רבי אנשיל וואלטער שליט"א
IMG-20240801-WA0047(2).jpg
IMG-20240801-WA0047(2).jpg (134.52 KiB) געזען 160 מאל
צוגעלאזענער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2016 12:30 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעלאזענער »

ווייסט איינער ביטע א עפפ אדער א cd וואס זאגט פאר תהילים מען זאל דאס קענען נאכזאגן? איך וויל דאס בשעת'ן דרייווען
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

צוגעלאזענער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 4:39 pm
ווייסט איינער ביטע א עפפ אדער א cd וואס זאגט פאר תהילים מען זאל דאס קענען נאכזאגן? איך וויל דאס בשעת'ן דרייווען
https://open.spotify.com/show/4upsdF8Ic ... xljdMd3T5g
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בס"ד

דעם מאנטאג עקב חמשה עשר באב העעל"ט איך זיך א ריזיגער צוזאמגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר (ראדני) צו די צענטראלע מנין תהלים ברוב עם צו אויס'פועל'ן ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.

ספעציעל האט דער ציבור מתפלל געווען עס זאל זיך מערן און הערן קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה אין אידישע שטיבער, וואס איז ידוע ומפורסם דער טאג אלס א געוואלדיגע יום המסוגל בעניני שידוכים. דער בעל תפלה קבוע הגאון החסיד ר' אנשיל וואלטער שליט"א האט בקול המעורר אויפגעפלאמט דעם גאנצן ציבור במשך די צייט.

די לויטערע תפלות פון אזויפיל אידן איז זיכער ארויף לשמי מרום והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים.

די מודעה אין די טעגליכע בלעטלעך:
IMG-20240815-WA0036.jpg
IMG-20240815-WA0036.jpg (137.8 KiB) געזען 53 מאל

די מודעה אין די בתי מדרשים איבער די שטאט:
IMG-20240815-WA0048.jpg
IMG-20240815-WA0048.jpg (149.94 KiB) געזען 53 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בגודל סגולת חמשה עשר באב:
IMG-20240820-WA0063.jpg
IMG-20240820-WA0063.jpg (164.68 KiB) געזען 49 מאל
IMG-20240820-WA0062.jpg
IMG-20240820-WA0062.jpg (78.18 KiB) געזען 49 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”