חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
וועלכע ווארט איר ווייסט וואס האט אייך מעורר גוועהן אוידער א סיפור נישט קיין חילוק . וואס ווארעמט אהן די הארץ צו זאגען תהלים וואלט גוועהן א געוואלדיגע חיזוק .די וויכטיג קייט איז באקאנט אויבער יעדע גיטע זאך דארף חיזוק אין דאס איז איינע פון די ד' דברים הצריכים חיזוק אין סיי וואס ארים די הפלגות וואס צדיקי הדורות האבון געזאגט איבער די חשיבות אין ווי שטארק יעדער איינער ווייסט פון די עלסטע סגולה ביים כלל ישראל בכל עת ועידן אין די מנהגים קען מען אויך רעדין אסאך ווען אין אויף וועלכע אופן מ'האט עס געזאגט איינער מער איינער וויינגער אויבער הצד השוה יעדע צדיק וחצר האט זיך געפירט צו זאגען תהלים אין די הייליגע בעש"ט הקדוש זי"ע איינע פון די זאכען וואס ער האט גלערנט פאר זיינע תלמידים צו מחשיב זיין די פשוטע איד וואס מיט זייער אמירת תהלים טוהט אויף קען מען זיך בכלל נישט פארשטעלען ממילא אלעס איז מער ווי אפריעשטוט אין דאנק'באר אין די זכות וועט זיין פאר די כותב פאר מזכה זיין הרבים
Re: גרויסקייט פון זאגען תהלים
איינמאהל האב איך געליינט אין מאמענט אין די קאלום פון אפנע שמועס אז א איד וואס מהאט אים אינטערוויאט אין ער דרייווט א קאר סערוויס האט בדרך אגב געזאגט אז ער ענדיגט יעדע טאג די יום לשבוע דאס האט געמאכט א מוראדיגע רושם אויף מיר דא א קאפיטל דארט א קאפיטל כאפט ער אריין צווישען איין טריפ אין די אנדרע אזוי ענדיגט ער גאנץ תהלים יעדע איינציגע וואך כידוע איז דא א סדר פון יום לחודש אויבער איך האב קיינמאהל נישט משים ללב גוועהן אז סאיז דא אידישע קינדער דאס וואס מ'רופט פשוטע איד וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה ענדיגט גאנץ תהלים וועכנטליך איך גדענק נישט ווען דאס איז גוועהן אויבער מסתם א ערך פון 2 יאהר צוריק אויב איך גדענק גוט אויב איינער האט עס נאך אין קען עס ארויף שטעלן וואלט גוועהן א געוואלדיגע זאך
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: גרויסקייט פון זאגען תהלים
הערליך שיין.
באלאנגט אפשר אין ידיעות התורה.
באלאנגט אפשר אין ידיעות התורה.
Re: גרויסקייט פון זאגען תהלים
די צמח צדק זי"ע האט געזאגט ווען איר וואלט געוויסט די כח פון תהלים אויבען אין הימל וואלט איר עס געזאגט בכל עת
Re: גרויסקייט פון זאגען תהלים
האב איך געזעהן אין ספר החובות פון הגר"ח קייניבסקי שליט"א א ספר וואס רעדט זיך פון זיינע שיעורים ווי ער ענדיגט כל התורה כולה יעדע יאהר כידוע ער רופט זיין שיעורים זיין חובות במתק לשונו די סדר פון זיין תהלים וויפיל ער זאגט במעגל השנה שטייט אז ער זאגט יעדן טאג איין מזמור תהלים אין .אין ענדיגט בוז ט"ו באב ווי ער האלט אין הייבט אהן 10 קאפיטלך בוז ר"ח אלול ענדיגט ער גאנץ תהלים אין איז ממשיך 10 מזמורים יעדן טאג אין אלול מסיים 2 מאהל בוז ר"ה אין עשרת ימי תשובה זאגט ער" יעדע איינציגע טאג גאנץ תהלים "10 מאהל תהלים עשי"ת אין ממחרת יוהכ"פ הייבט מען אהן נאך א מאהל די סדר
Re: א חשק אין תהלים זאגען
טאהש רבי זי"ע פארציילט די מעשה וואס איז גוועהן אין שטאט פולנאה מיט א שניידער א פשוטע איד וואס האט יעדע טאג אויס געזאגט גאנץ תהלים ביי די חלקה זיינע אין די בית החיים אין אויך פלעגט ער ארום לייגען מטבעות ארים די מקום אין דערנאך פארטיילט פאר צדקה
ווען הרה"ק רבי לייב מוכיח זצ"ל איז געקומען משמש זיין ברבנות האט ער געזעהן א אור גדול שיינט אויף יענע פלאץ אין ביה"ח האט ער געפרגט צו וועם באלאנגט די פלאץ האט מען גענטפערט פאר די שניידער האט ער אים געלאזט רופען אין אים געבעטין אז ער וויל באגרבען ווערן דערנעבין האט די שניידער געזאגט אויב אזוי וועט נישט זיין פלאץ פאר אים האט ער אים מבטיח גוועהן אז סוועט זיין פלאץ פאר ביידע אין עס געשריבען בכתב אין געחתמ'ט דעראויף אין האט מסכים גוועהן
רבי לייב ז"ל איז אוועק פאר אים אין מהאט אים טאקע באגראבען דארט
נאך דעם איז געקומען די תולדות יעקב יוסף זי"ע משמש זיין ברבנות ער האט אויך געזעהן די אור גדול אויף די קבר אין ער האט אויך געוואלט דארט ליגן אחר מוע"ש אין אויך געבטען די שניידער אין אויך צו געזאגט אז סוועט זיין פלאץ פאר אים
אין ווען די שניידער איז נסתלק געווארען נאך עטליכע יאהר איז נישט גוועהן קיין פלאץ ווי צו באגראבען מען האט געברענגט די שטרות אין מהאט עס פארגעליינט פאר די צוויי ציונים הקדושים האט מען געזעהן ווי די ווענט ריקען זיך אוועק אין סאיז געווארען א נייע פלאץ פאר די שניידער
אין ביז די וועלט מלחמה פארציילט מען האט מען געקנט זעהן ווי די וואנט פון די אוהל שטייט שיף העכער די קבר פון די שניידער אין היינט צו טאגס קען מען אהין גיין ווי די דריי זענען נטמן צו זאמען
פירט אויס די טאהש רבי קוק וואס א פשוטע איד זאגט תהלים גיט צדקה האט ער ממשיך גוועהן א אור גדול די בחינה פון ציון וירושלים

לעצטנס גענוצט די הערליכע תהלים אור החיים מיט יודיש טייטש
גאר שיין או געשמאק געזאגט.
גאר שיין או געשמאק געזאגט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Re: א חשק אין תהלים זאגען
פריילאך האט געשריבן: לעצטנס גענוצט די הערליכע תהלים אור החיים מיט יודיש טייטש
גאר שיין או געשמאק געזאגט.
גא"מ, א הערליכע ארבעט געמאכט.
Re: א חשק אין תהלים זאגען
אין סקווירא זעה איך די מנהג כהיום חוץ פון די אלטע מנהג פון זאגען שבת צופרי גאנץ תהלים בלי הפסק אזוי איז מקובל פון מאור עינים זי"ע שקיבול מאליהו הנביא זכור לטוב איז דא א מנהג אז א גאנצע וואך נאך שחרית זאגט מען 5 קאפיטלך תהלים אין א תקופה מסויימת האט די סקווירא רבי שליט"א צו געלייגט נאך 13 אלעס צוזאמען א סך הכל פון 18 קאפיטלך תהלים א טאג
אין אויב די פסוק וואס איז מ'איז מסיים איז דא א משמעות פון נישט א דבר טוב פאר אידען ווי קאפיטל לט צה קכ ועוד איז מען מוסיף נאך א קאפיטל כדי מסיים זיין מיט א דבר טוב אין ווער סזאגט די סדר פון 13 קאפיטל ווען מקומט אהן צו קמג גייט מען שוין בוז סוף תהלים
הרה"ק מסקווירא זי"ע האט זיך מקבל ביי די מלחמה אז ער גייט יעדע טאג ענדעגין גאנץ תהלים פאר זיך

אין לקוטי עצות ברענגט ער אז אין שיחות הר"ן שטייט אן עצה צו חשק ורצון פאר תהלים קומט פון מבשר זיין בשורות טובות דהיינו אז מ'איז משתדל צו זאגען גיטע בשורות באקומט מען א חשק ורצון
Re: א חשק אין תהלים זאגען
הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א פארציילט אז א עלטערע בחור האט אים געלאזט א מעסדיזש נאך א שיעור אז וויבאלד ס'איז אים נישט געגאנגען קיין שידוך האט ער פערבירט כל מיני אינטערסאנטע סגולות אויבער איז נאך אלס נישט קיין חתן געווארען . האט ער אויפגעהערט מיט די סגולות אין האט פשוט זיך גענומען זאגען תהלים .ביז א פאר וואכען איז ער א חתן געווארען
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
איך האב געהערט א מאהל בשם כבוד קדושת אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל אז ער האט מדמה גוועהן תהלים למשל הדבר דומה צו א באנק אקאונט ווי מ'לייגט אריין געלד כסדר אין ווען מדארף געלד נעמט מען ארויס וויפול מ'דארף אזוי זאגט ער אז א מענטש זאגט יעדע טאג תהלים יעדער לפי זיין באשטומטע סכום אין ווען מ'פסקנט אים עפעס ווי מ'דארף זכותים קוקט מען דורך אויב האט ער מקדים גוועהן תפלות תהלים איז ער געדעקט שפארט ער זיך איין צרות אין עגמנ"פ ח"ו וואס בזכות די תהלים וואס צושניידט אלע שלעכטע גזירות
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע:לי עוועניו (וועלכע...?)
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
אפשר קען מען דא ארויפלייגן די סדר תהלים פון ביהמ"ד מזאל עס קענען דאונלאודן און פרינטן
אין עוד מלבדו
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
ס'איז פארהאנען א מאמר העולם טיי אין תהלים שאדט קיינמאהל נישט נאר ס'דארף זיין ווארעם
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
כ'געדענק צו האבן געהערט/געליינט בשם די רבי ז"ל (גאב"ד ירושלים פון בערך תש"י ביז ל"ט) אז א יוד האט געפרעגט וויפיל קאפיטלעך צו זאגן טעגליך, האט דער רבי גע'ענטפערט אז א יוד דארף זאגן לפחות פופצן מינוט.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט
יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
אכט האט געשריבן: כ'געדענק צו האבן געהערט/געליינט בשם די רבי ז"ל (גאב"ד ירושלים פון בערך תש"י ביז ל"ט) אז א יוד האט געפרעגט וויפיל קאפיטלעך צו זאגן טעגליך, האט דער רבי גע'ענטפערט אז א יוד דארף זאגן לפחות פופצן מינוט.
אה, די ירושלימע שארפקייט...
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
אין נועם אלימלך אין לקוטי שושנה זאגט די הייליגע רבי רבי אלימלך זי"ע ד"ה שירו לה' וכו' לפעמים אין מועילו תפלה חלילה כי יש עליו קטרוג חלילה ואז צריך לקשרו בעולם הגדול הנקרא תהלה כי תהלה מלשון ואחריו תהל אור כי שם רק אור גדול ואין כח בדין לקטרג שם והוא רחמים גמורים ושם נמתק הכל : ולכך נקראים שירי דוד מלכנו תהלים שיכולין לפעל על ידם הכל ואין שטן ואין פגע רע
בקיצור אין אידיש אמאהל העלפט נישט תפלה צוליב קטרוגים רח"ל וואס איז די עצה דארף מען זיך מקשר זיין מיט די עולם הגדול וואס הייסט תהלה ווייל דארט איז דא א גרויסע ליכטיגקייט אין ס'נישט דא קיין כח פאר די מקטרג צו מקטרג זיין אין ס'איז רחמים גמורים אין אלעס ווערט נמתק
פאר דעם הייסט שירי דוד תהלים סיי מקען פועלען אלעס אין סיי סאיז נישט דא קיין שטן ופגע רע

אין חב"ד איז מקובל פון די תניא זי"ע פון זיין רבי אין זיין רבי פון בעש"ט הקדוש זי"ע אז יעדע טאג זאל מען זאגען די קאפיטל וועלכע יאהר מען איז למשל אויב מ'איז 20 יאהר זאגט מען קאפיטל כ' 30 יאהר אלט זאגט ל' אא"וו
אויך שבת מברכים זאגט מען אויס גאנץ תהלים
אין תרפ"ז ווען ס'איז גוועהן די צרות מיט ארעסטין האט מען איינגפירט אויך תהלים מחולק לחודש 5 קאפיטלך יעדע טאג
אויך שבת מברכים זאגט מען אויס גאנץ תהלים
אין תרפ"ז ווען ס'איז גוועהן די צרות מיט ארעסטין האט מען איינגפירט אויך תהלים מחולק לחודש 5 קאפיטלך יעדע טאג
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
אין ספר רחמי האב ברענגט ער פון די הייליגע רבי רבי אלימלך זי"ע אויב איינער זאגט 3 מאהל תהלים אין איין טאג איז עס חשוב אין הימל ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת
אין פון רבי רבי מענדלע מרימנוב זי"ע שטייט ג"פ תהלים ביום אחד חשוב כחרב וחנית נגד יצה"ר
פירט אויס די רחמי האב אך הכלל טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה
אין פון רבי רבי מענדלע מרימנוב זי"ע שטייט ג"פ תהלים ביום אחד חשוב כחרב וחנית נגד יצה"ר
פירט אויס די רחמי האב אך הכלל טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
א מורא'דיגע מעשה שטייט אין תהלים דברי יואל שרייבט רבי יוסל אשכנזי איין מאהל איז א איד אריין צו סאטמאר רבי זצוק"ל אין האט זיך אויסגרעדט זיין הארץ אז זיין זוהן איז נישט מצליח אין חדר אין די מלמד איז לכאורה נישט גוט פאר זיין קינד אין ער בעט די רבי זאל רעדין צום מנהל אז מזאל אריין שטעלן זיין קינד צו א צווייטע מלמד היות ער האט שוין געבהטין די מנהל אין ער איז נישט מסכים די רבי האט מסכים גוועהן אין ער האט געזאגט איך וועל רעדין צום מנהל אין זיך גאר נישט מתווכח גוועהן.דורך אפאר חדשים די איד קומט צוריק צום רבי'ן אין זאגט די מצב טויג נישט ביים צווייטען מלמד אויך נישט אין ער בעט א עצה .זאגט די רבי איך האב באלד פארשטאנען ווען די ביזט דא גוועהן דאס ערשטע מאהל אז טוישען צו א צווייטע מלמד וועט נישט העלפון גלייב מיר איין קאפיטל תהלים מיט די ריכטיגע כוונה העלפט מער ווי אלע השתדלות
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
די מנהג פון הגה"ק רבי יוסף חיים זונענפעלד זי"ע מרא דארעא דישראל איז גוועהן אז ער האט אויס געזאגט גאנץ תהלים יעדע איינציגע טאג טראץ זיין פילע טרדות אין פירען בכלל ובפרט זייענדיג גאב"ד ירושלים אלע שווערע שאלות וואס איז גאר א גרויסע אחריות איז אהן געקומען צו אים אין בכלל איז עס גוועהן די שווערע תקופת ביי כלל ישראל אין די גרויסע לוחם מלחמת השם אין פארגלערענט שיעורים אין זיין אייגענע לימודים וכו' וכו' תפקידים וואס איז גוועהן אויף אים האט אים געפרעגט הרב משה בלויא ז"ל וואס פשט פון די הנהגה האט ער גענטפערט אז ער האט חתונה געהאט נאך די 20 אין סאיז נישט דא אזאך וואס וואשט אויס א מענטש אין מזכך פון זוהמת הקליפה ווי תהלים
זאגט הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מיר גלייבען
אז דאס איז נישט גוועהן די אייניציגסטע סיבה אין ס'איז גוועהן נאך טעמים
אין רבי יוסף חיים האט געהאט א אויסטערלישע הצלחה אייביג אין ווי ער האט נאר געטוהן איז גוועהן מיט א מוראדיגע סייעתא דשמיא זאגט רבי יעקב מאיר אז ס'איז איבערגעגאסען מיט תפלות אין אמירת תהלים צום אייבערשטען אין רצון יראיו יעשה אין שנעל נתקבל געווארען זיינע תפלות איז נישט קיין ווינדער ווי אזוי סאיז דא אזא הצלחה בתמידיות אז די זמן וואס נעמט צו זאגען די תהלים האט ער גאר נישט דערלייגט

די קדושת יום טוב זי"ע אין פרשת תולדות שרייבט מזאל ענדיגן תהלים איין מאהל א וואך באשמורת הבוקר דליל שישי
בנו הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין "שטאט סאטמאר "האט
מתקן גוועהן אין זיין ערשטע בית המרש אזא תקנה צו מסיים זיין איינמאהל א וואך
די סאטמאר רבי זי"ע האט זיך נוהג גוועהן צו זאגען די יום לשבוע בדמעות שליש בקביעות אין איך בין נישט זיכער צו פארען דאוונען צו נאך ווער עס ווייסט פאר הינדרעט פראצענט די סדר ביים רבי'ן זאל ביטע שרייבען איך האב געזעהן עטליכע גירסאות ממילא ווייס איך נישט
שרייבט די משב"ק רבי יוסל אשכנזי ז"ל
איינמאהל פסח נאך קידוש האט זיך די רבי דערמאנט אז ער האט נאך נישט געזאגט די יום לשבוע אין מקען דאך נישט עסן מזונות אין וואשען האט ער נישט געוואלט האט ער געזאגט אז ער גייט זאגען תהלים שוין דא אויף ען פלאץ אין סאיז נישט קיין הפסק אין געזאגט מיט זיין נעימות כדרכו בקודש

הרה"ק ר משה'לע מקאזניץ זי"ע האט אסאך תהלים געזאגט אין מפלעגט אים ריפען די תהלים זאגער פאר ער איז געווארען רבי ווייל סאיז נישט גוועהן מפורסם זיין כח התורה שפעטער ווען סאיז ארויס די ספרים זיינע באר משה אין דעת משה ועוד ספרים האט מען געזעהן אז אין תורה איז ער אויך ריזיג גרויס
פירט אויס די טאהשער רבי זי"ע פון דעם איז א ראיה אז פון זאגען תהלים איז מען זוכה צו יעדע גיטע זאך
אין מאיז זוכה מצליח זיין אין די תורה
פירט אויס די טאהשער רבי זי"ע פון דעם איז א ראיה אז פון זאגען תהלים איז מען זוכה צו יעדע גיטע זאך
אין מאיז זוכה מצליח זיין אין די תורה
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
אין די הנהגות פון הרב הקדוש רבי מנדל וויטעפסק זי"ע שטייט לא יעבור מלומר כמה מזמורי תהלים בכל יום ויום
אין אידיש מ'זאל נישט דורך לאזען א טאג פון זאגען אפאר קאפיטלך תהלים
אין אידיש מ'זאל נישט דורך לאזען א טאג פון זאגען אפאר קאפיטלך תהלים
Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארציילט יאהרען צוריק ווען ער איז ארויס פון א ברית האט א איד וואס איך האב אים געקנט פון פריער מיט די שמונה בגדים ווי עס פאסט פאר יר"ש אין א גאנצע משפחה חשובע לעכטיגע קינדער זרע ברך השם מיר צוגעקומען אין זאגט איר ווייסט מיין היסטוריה איך בעהט זייט עס מפרסם .יענע נאכט האב איך געהאט א בר מצוה אין איך האב פארציילט די מעשה לויט יענעם'ס רצון
דער יונגערמאן איז געבוירען אין א צובראכנע שטוב ווי ס'גוועהן עטליכע חולי נפש ל"ע אין ער איז געווארען עלטער אין עלטער אין ס'גייט אים נישט קיין שידוך אין נישט נאר דעס ס'נאך ארויס א לעז אויף אויף אים אין ער איז געווארען כמעט אין גאנצען מיואש פון טרעפון זיין שידוך איין טאג ווען ס'ווייטאגט אים די מצב האט ער מקבל גוועהן צו אויס זאגען תהלים מדי יום ביומו בוז ער ווערט געהאלפען אין אזוי האט ער טאקע געטוהן בקביעות איין טאג הער איך אז ער איז א חתן .ס'נישט דורך קיין סאך צייט אין מ'האט שוין מרנן גוועהן נאך אים אין די שידוך איז בטל געווארען אויב ער האלט זיך ביי זיינס אין איז ממשיך צו זאגען תהלים אין איז עומד די שווערע נסיון אז נאך אזויפיל תהלים צו כאפען אזא קלאפ בוז ער איז געהאלפען געווארען אין האט אויף געשטעלט א בית נאמן בישראל כאחד האדם אין בעהט מ'זאל עס מפרסם זיין צו ווייזען די כח פון זאגען תהלים בקביעות אהן זיך מייאש זיין
פירט אויס רבי יעקב מאיר אין תהלים איז דא באהלטען אלע ישעות ווי מוהרנ"ת זאגט אז תהלים איז שייך אויך לגרוע שבגרועים אפילו ברחניות אין אויב מ'נעמט זיך צום תהלים אין מהאלט זיך אין מ'לאזט נישט נאך עפענט זיך אויף אלע מעיינות הישועה ויעלה על המסילה העולה בית קל