ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

קברי צדיקים און אלעס ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

און ווי קען איך האבן די עורשטע מנין?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערטס צו האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
ער בעט עפעס. אבער נישט די $10 פער מתפלל ווי בעפאר
מען דארף צאלן פון פאראויס? דאן איז עס די זעלבע אלטע גימיקס, די $10 איז שוין לאנג נישט, אבער אפילו 5 איז אויך נישט דא ביי קיין שום אנדערע פלאץ און אויך נישט פון דארפן באצאלן פון פאראויס
איך בין דארט געווען צוויי חדשים צוריק, ער בעט קיין פעני!
ס'הענגט א צעטל אז ס'נייע צייטן און מ'קען רואיג אריינגיין 24 שעה בחינם.
די שומר (כמעט זיכער א נייע) שלאפט אין די נייע הכנסת אורחים הויז הארט קעגנאיבער די ביה"ח און מ'קען אים רופן אייביג אויפצושפארן
די נייע הכנסת אורחים איז זייער שיין, האט נארמל פלאץ זיך אראפצוזעצן עסן, נארמאלע ביה"כ, און א שטיקל שול מיט ספרים צו דאווענען.
די זכות זאל אים ביישטיין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
לאכטס
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:36 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאכטס »

איינער מיט א נאמבער פון א כשרע האטעל אין קראקא ?
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איינער מיט די נאמבער פון דינוב?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Lion
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:13 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lion »

שאינו יודע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:49 pm
איינער מיט די נאמבער פון דינוב?
הכנסת אורחים דינוב - מוסדות בני יששכר
+48 880 770 418
https://maps.app.goo.gl/oXZ2KoZtRqkAXd7b8?g_st=ic
לאכטס
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:36 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאכטס »

איינער מיט די נאמבער פון לעלוב?
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

לאכטס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 11:56 pm
איינער מיט די נאמבער פון לעלוב?
לכאורה די זעלבע נאמבער ווי ליזענסק.
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

די מצב אין די אוהל אין ליעזנסק היינט איז זייער נישט מסודר

הלואי קען ווען ווערן עפעס א סדר אז אויף איין זייט זאל זיין א שנעלע רייע אדרוך צוגיין אראפלייגן א קוויטל

די יעצטיגע מהלך איז שווער צו דאוונען מיט יישוב הדעת און עס גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6024
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הרים סביב האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:40 am
די מצב אין די אוהל אין ליעזנסק היינט איז זייער נישט מסודר

הלואי קען ווען ווערן עפעס א סדר אז אויף איין זייט זאל זיין א שנעלע רייע אדרוך צוגיין אראפלייגן א קוויטל

די יעצטיגע מהלך איז שווער צו דאוונען מיט יישוב הדעת און עס גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות
מען דארף ווען מאכן ביי די זייט מיט צוימען א דורכגאנג רינגס און ארום, און אין מיטן קען מען לאזן ווער עס וויל שטיין.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מען דארף האבן א טיר פון אונטן אז מען זאל קענען גראד ארויסגיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איך האב געזעהן עדווערטייזט א נייע רעסטוראנט האט זיך געעפענט אין פרעשבורג מיט די הכשר פון די כדתיא.

איך האב נישט קיין פרטים כוויל נאר אריינלייגן דא די אינפארמאציע פאר די וואס ווילן וויסן זאלן זיך קענען אינטרעסירן.
על "טעם וריח" אין להתווכח

אזוי אויך איך דא פרישע הכנסת אורחים'ס.

אין רימינוב (מיט הערליכע מקוה און צימערן צו שלאפן),
אין קאלוב,(נאכנישט דא קיין מקוה) געבויט דורך הנגיד רבי אברהם בראך פון וומס"ב
אין לאנצוט (ציון הרה"ק מראפשיץ) געפירט בפיקוח הרב איתמר מייזליש שליט"א
אין אלכסנדר.

אין מאגלעניץ ענדיגט מען א בנין דורך קהילת תולדות צבי ספינקא בנשיאות כ"ק אדמו"ר רבי אייזיק שליט"א
טשענגער האט אויך עדווערטייזט

אין צאנז אין געעפענט געווארן א פראכטפולע האטעל 'לינת הצדק' דורך די צאנז גריבוב אדמורי"ם. די האטעל האט א שיינע באלקאן ספעציעל פאר כהנים. די האטעל איז ארואנד-דע-קארנער פון די בארימטע הכנסת אורחים 'בוני צאנז' אנגעפירט דורך די צאנזע אייניקלעך לבית טשאקאווע שליט"א

אין בודאפעסט וועט היי-יאר (תשפ"ג) זיין צוגעשטעלט אין לופטפעלד א פלאץ וואו מען וועט זיך קענען דערכאפן דאס הארץ פארענדיג קיין קערעסטיר צום יארצייט, צוגעשטעלט דורך רבי ישעי'לע הויז.

אויך איז וויכטיג צו וויסן אז די נייע כשר'ע רעסטוראנט אין קראקע געפינט זיך הארט נעבן די רמ"א שוהל. (שמעתי אז הגרז"ל פילאף חבר הביד"ץ דקיט"ל, האט דארט באזוכט און אדורכגעזופט די קיך און ערלויבט זיין חבורה צו עסן דארט, ס'מיינט נישט ער גיבט א הכשר אבער כשרייב עס לידיעה בעלמא)
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום מאנטאג אפריל 17, 2023 2:47 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

טעם וריח האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 7:28 am
איך האב געזעהן עדווערטייזט א נייע רעסטוראנט האט זיך געעפענט אין פרעשבורג מיט די הכשר פון די כדתיא.

איך האב נישט קיין פרטים כוויל נאר אריינלייגן דא די אינפארמאציע פאר די וואס ווילן וויסן זאלן זיך קענען אינטרעסירן.
https://www.rivercafe.sk/
פלען איט רייט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 2:17 pm
פארבינד זיך:

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלען איט רייט »

טעם וריח האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 7:30 am
אין בודאפעסט וועט היי-יאר (תשפ"ג) זיין צוגעשטעלט אין לופטפעלד א פלאץ וואו מען וועט זיך קענען דערכאפן דאס הארץ פארענדיג קיין קערעסטיר צום יארצייט, צוגעשטעלט דורך רבי ישעי'לע הויז.
ציגעשטעלט ציזאמען פלען איט רייט
אטעטשמענטס
Plan It Rite Coffee Room.jpeg
Plan It Rite Coffee Room.jpeg (353.11 KiB) געזען 2719 מאל
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אן אפדעיט: לעצטנס באזוכט דארט און באצאלט $50 פאר א VIP מאלצייט פריוואט, מה אומר?! אין כדוגמתם.

און יא, מען גראבט שוין דארט אקעגן איבער א בנין וואס וועט ענהאלטן א הערליכע גרויסע מקוה (ממש נחוץ מאד) און א רייע פון 40-50 בתי כבוד (נחוץ מאד מאד מאד) און הערליכע שטובער צו שלאפן. (כווייס נישט אויף ווען סוועט זיין גרייט).

להערה: ביי די יארצייט שטעלן זיי צו בהרחבה לכל דיכפין בלי שום תשלום.
שטומפיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:16 pm
הארזים האט געשריבן:
חוט של חסד האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
כבין געווען אין סיגוט און זיי שטעלן זייער שיין צו, (די בנין איז פראכטפול) די עסן איז זייער פיין אבער נישט עפעס בעסער פון דאס וואס די רובי’נס שטעלן צו פאר באצאלט (הגם כהאב דארט באצאלט טייערער) אין אוהעל בינעך אויך געווען און סאיז נישט צוגעשטעלט בכלל חוץ וואס מען ברענגט פון קערעסטיר, און געפאקטע עסן,
קאלוב בינעך נאכנישט געווען
לאמיר נישט רעדן פון ליזענסק (כבין נאכנישט געווען אין די נייע סא כווייס נישט)
וואס יא, פנחס פאמפ אין דינוב שטעלט פיין צו,
אוקעי כ'זע שוין... "על טעם וריחאין להתווכח"...
רובין'ס עסן "פאר באצאלט"איז טאקע "נישט קיין סאך שוואכער"ווי סיגוט, אבער ביחס צו די מארקעטינג וואס זיי מאכן איז עס ממש א וויץ...

אין א זייטיגע נאטיץ מעגן די רובין'ס אביסל איבערבויען זייערע בנינים. זיי געפינען זיך אין זייער א נאכגעלאזטער צושטאנד.
כ'פארלאנג נישט זיי זאלן עס איבערבויען אזוי מאיאסטעטיש און אויגפארכאפנד ווי סיגוט, אבער עטוואס מענטשליך מעג עס זיין...

קערעסטיר רובין איז נישט אזוי מאיעסטעטיש און גרויס ווי אנדערע, אבער די געשמאק פון א ברייטע פארמאכטע חצר מיט די דיינונג רום און שלאף שטובער ביי די האנט האב איך נישט געזעהן אינערגעץ. דינובע פעסילעטיס בינעך שוין נישט געווען אפאר יאר אבער בעפאר איז עס געווען אלט און שמוציג, די שלאף שטובער און די מקוה זענען א בושה קעגן רובין קערעסטיר.
איין ערנסטע זאך וואס פעלט פון רובין איז נארמאלע בתי כבוד פאר כל הקהל, ס'זעהט אויס דארט ווי די נעפאנעק טוילעטס, אין די שטובער זענען יא דא שיינע ריינע ביהכ.
פרידלענדער קערעסטיר איז שענערע עסן, אבער אין טעם האב איך עס נישט ליב געהאט, ס'געווען צו געבפייסט איראעלי סטייל. אבער על הטעם ועל הריח.... פיר אויס....
ס'איז נאר זייער דיסעפוינטינג אז מ'קען פאר אומזינסט קיין נארמאלע עסן נישט באקומען ביי רובין, שוין ענדערש צו פאסטן אנשטאט די כנים בחינם. איך כאפ נישט אויף וואס זיי פאנדרעיזן, מסתבר אז אפאר אידן האבן צום לעבן דערפון, געזונטערהייט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אויווען
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:19 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויווען »

איך האב ערגעטס געזען אז די ritz Carlton אין באדאפעסט וועט זיין ציבעקימען כשר ג אייר איינער קען ברענגען די עד?
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: הכנסת אורחים: אונגארן, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

רעים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:49 pm
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
רימנוב בויעט יעצט אויכט א שיינע הכנסת אורחים, ווייסעך נישט ווי עס האלט שוין, און ווען סאיז אין פלאן זיך צו עפענען פארן ציבור.
69771.jpeg
רימנוב איז שוין פארטיג?
מען קען שוין דארטן איינשטיין?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: הכנסת אורחים: אונגארן, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

נחוניא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:45 pm
רעים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:49 pm
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
רימנוב בויעט יעצט אויכט א שיינע הכנסת אורחים, ווייסעך נישט ווי עס האלט שוין, און ווען סאיז אין פלאן זיך צו עפענען פארן ציבור.
69771.jpeg
רימנוב איז שוין פארטיג?
מען קען שוין דארטן איינשטיין?
איינשטיין יא אבער נאכנישט פארטיג
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: הכנסת אורחים: אונגארן, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

נחוניא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:45 pm
רעים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:49 pm
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
רימנוב בויעט יעצט אויכט א שיינע הכנסת אורחים, ווייסעך נישט ווי עס האלט שוין, און ווען סאיז אין פלאן זיך צו עפענען פארן ציבור.
69771.jpeg
רימנוב איז שוין פארטיג?
מען קען שוין דארטן איינשטיין?
א שיינע האטעל בנין, א הערליכע מקוה, בטעמ'טע צימער'ן צו שלאפן, א זאל מיט א ביהמ"ד.

אליינס דארט געווען און געזעהן
ממש נעבן ציון
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: הכנסת אורחים: אונגארן, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חבר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:52 pm

וואס איז די נאמבער\אימייל צו באשטעלן פלאץ?
די עסן דארטן האט א השגחה?
חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

איינער ווייסט די סטאנדאט אין כשרות אין די תל אביב רעסטעראנט אין בודאפעסט?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

פשיסחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מי כעמך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 10:37 am
נחוניא האט געשריבן:
וואס איז דא אין פשיסחא?
די הכנסת אורחים איז שוין גרייט?
בנוגע הכנסת אורחים וויסעך נישט אבער פאר דער וואס גלייכט אלטע שולן איז דא דארט א גאר אלטע בית הכנסת וואס שטייט פוסט אין אין א חרובע צושטאנד ממש ווי נאכן קריג.
א מקוה איז שוין דא אין פשיסחא?
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: פשיסחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

נחוניא האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:16 am
מי כעמך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 10:37 am
נחוניא האט געשריבן:
וואס איז דא אין פשיסחא?
די הכנסת אורחים איז שוין גרייט?
בנוגע הכנסת אורחים וויסעך נישט אבער פאר דער וואס גלייכט אלטע שולן איז דא דארט א גאר אלטע בית הכנסת וואס שטייט פוסט אין אין א חרובע צושטאנד ממש ווי נאכן קריג.
א מקוה איז שוין דא אין פשיסחא?
געווען אין פּשיסחא פאָריגע וואָך. אויף די נומבּער וואָס שטייט דאָרט פון די שומר האָט קיינער נישט אויפגעהויבּן. די בּנין הכנסת אורחים איז קעגן איבּער די היסטאָרישע בּנין בּית הכּנסת .
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט

יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
Isreal123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 08, 2018 3:47 pm

Re: הכנסת אורחים: אונגארן, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Isreal123 »

נחוניא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 5:11 pm
חבר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:52 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:45 pm
רעים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:49 pm
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
רימנוב בויעט יעצט אויכט א שיינע הכנסת אורחים, ווייסעך נישט ווי עס האלט שוין, און ווען סאיז אין פלאן זיך צו עפענען פארן ציבור.
69771.jpeg
רימנוב איז שוין פארטיג?
מען קען שוין דארטן איינשטיין?
א שיינע האטעל בנין, א הערליכע מקוה, בטעמ'טע צימער'ן צו שלאפן, א זאל מיט א ביהמ"ד.

אליינס דארט געווען און געזעהן
ממש נעבן ציון
וואס איז די נאמבער\אימייל צו באשטעלן פלאץ?
די עסן דארטן האט א השגחה?
[email protected]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

סיז צום באוואונדערן וויפיל אינפארמאציע דא ליגט! יישר כוחכם! יעדער איינער.

איך האב עטליכע פראגעס וואס איך וויל נאר וויסן מער אינפארמאציע. איך קען לייגן וואס איך האב דערווייל.

וועמען קען מען רופן צו באשטעלן א פרישטאג פאר א גרופע ווען מ'קומט אן אין וויען, אין עירפארט?
דערווייל האב איך גערעדט מיט עמיצער וואס טוט דאס, א רעסטוראנט אין וויען:
OHEL BÄCKEREI
Bäckerei und Cafe OHEL GmbH
Lilienbrunngasse 18
1020 Wien
Tel: 01-214-5617

---
וואס איז א לייטישע רעסטוראנט אין בודאפעסט פאר נאכטמאל, און פאר פרישטאג?

דערווייל האב איך געזעהן Hanna Garden, א פליישיגע רעסטוראנט. זיי האבן א גוטע הכשר.
און Cafe Tel Aviv פאר פרישטאג. קוקט מיר אויס ווי אלע מיליכיגע רעסטוראנטן זענען אונטער די הכשר פון חב"ד (א היימישער רב גראדע, רב אבערלענדער)

עמיצער האט עקספיריענס מיט א לייטישע האטעל אין בודאפעסט אין די אידישע קווארטאל געגענט?

וואס טוצעך מיט א מנין שחרית אין בודאפעסט? (און א מקוה) וואו איז דא?

---

איך זוך בילדער פון די הכנסת אורחים אין רימאנאוו. די שלאף שטיבער בעיקר. און אלעס ארום אינווייניג. און וואספארא עסן שטעלן זיי צו?

---

אין קראקא איז דא הרב זולדאן. ער פלעגט זיין אין א דירה'לע, אבער ער האט לעצטענס אפגעדינגן א גרויסן פלאץ ממש נעבן דעם רמ"אס שוהל. עמיצער האט עקספיריענס מיט א נארמאלע האטעל אין יענעם געגענט? איז דא דארט א טעגליכע מנין שחרית?

---

אויך דארף איך אינפארמאציע איבער דינגען א באס. דאס באלאנגט מעגליך אין א עקסטרע אשכול. אבער איך שרייב שוין דא אלעס. די נומערן פון יענעם אשכול האביך שוין. אבער סיז מערסטעס אלטע אינפארמאציע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אייראפע”