Re: ביהמ"ד, הכנסת אורחים, מקוה: אונגארן, רומעניע, פולין, אוקריינא
#1 never quit
#2 always remember rule #1
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איך בין דארט געווען צוויי חדשים צוריק, ער בעט קיין פעני!הערטס צו האט געשריבן:מען דארף צאלן פון פאראויס? דאן איז עס די זעלבע אלטע גימיקס, די $10 איז שוין לאנג נישט, אבער אפילו 5 איז אויך נישט דא ביי קיין שום אנדערע פלאץ און אויך נישט פון דארפן באצאלן פון פאראויסשאינו יודע האט געשריבן:ער בעט עפעס. אבער נישט די $10 פער מתפלל ווי בעפאר
הכנסת אורחים דינוב - מוסדות בני יששכר
מען דארף ווען מאכן ביי די זייט מיט צוימען א דורכגאנג רינגס און ארום, און אין מיטן קען מען לאזן ווער עס וויל שטיין.הרים סביב האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 10:40 amדי מצב אין די אוהל אין ליעזנסק היינט איז זייער נישט מסודר
הלואי קען ווען ווערן עפעס א סדר אז אויף איין זייט זאל זיין א שנעלע רייע אדרוך צוגיין אראפלייגן א קוויטל
די יעצטיגע מהלך איז שווער צו דאוונען מיט יישוב הדעת און עס גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות
ציגעשטעלט ציזאמען פלען איט רייט
שטומפיג האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:16 pmהארזים האט געשריבן:חוט של חסד האט געשריבן:אוקעי כ'זע שוין... "על טעם וריחאין להתווכח"...טעם וריח האט געשריבן:כבין געווען אין סיגוט און זיי שטעלן זייער שיין צו, (די בנין איז פראכטפול) די עסן איז זייער פיין אבער נישט עפעס בעסער פון דאס וואס די רובי’נס שטעלן צו פאר באצאלט (הגם כהאב דארט באצאלט טייערער) אין אוהעל בינעך אויך געווען און סאיז נישט צוגעשטעלט בכלל חוץ וואס מען ברענגט פון קערעסטיר, און געפאקטע עסן,
קאלוב בינעך נאכנישט געווען
לאמיר נישט רעדן פון ליזענסק (כבין נאכנישט געווען אין די נייע סא כווייס נישט)
וואס יא, פנחס פאמפ אין דינוב שטעלט פיין צו,
רובין'ס עסן "פאר באצאלט"איז טאקע "נישט קיין סאך שוואכער"ווי סיגוט, אבער ביחס צו די מארקעטינג וואס זיי מאכן איז עס ממש א וויץ...
אין א זייטיגע נאטיץ מעגן די רובין'ס אביסל איבערבויען זייערע בנינים. זיי געפינען זיך אין זייער א נאכגעלאזטער צושטאנד.
כ'פארלאנג נישט זיי זאלן עס איבערבויען אזוי מאיאסטעטיש און אויגפארכאפנד ווי סיגוט, אבער עטוואס מענטשליך מעג עס זיין...
קערעסטיר רובין איז נישט אזוי מאיעסטעטיש און גרויס ווי אנדערע, אבער די געשמאק פון א ברייטע פארמאכטע חצר מיט די דיינונג רום און שלאף שטובער ביי די האנט האב איך נישט געזעהן אינערגעץ. דינובע פעסילעטיס בינעך שוין נישט געווען אפאר יאר אבער בעפאר איז עס געווען אלט און שמוציג, די שלאף שטובער און די מקוה זענען א בושה קעגן רובין קערעסטיר.
איין ערנסטע זאך וואס פעלט פון רובין איז נארמאלע בתי כבוד פאר כל הקהל, ס'זעהט אויס דארט ווי די נעפאנעק טוילעטס, אין די שטובער זענען יא דא שיינע ריינע ביהכ.
פרידלענדער קערעסטיר איז שענערע עסן, אבער אין טעם האב איך עס נישט ליב געהאט, ס'געווען צו געבפייסט איראעלי סטייל. אבער על הטעם ועל הריח.... פיר אויס....
ס'איז נאר זייער דיסעפוינטינג אז מ'קען פאר אומזינסט קיין נארמאלע עסן נישט באקומען ביי רובין, שוין ענדערש צו פאסטן אנשטאט די כנים בחינם. איך כאפ נישט אויף וואס זיי פאנדרעיזן, מסתבר אז אפאר אידן האבן צום לעבן דערפון, געזונטערהייט.
א מקוה איז שוין דא אין פשיסחא?
געווען אין פּשיסחא פאָריגע וואָך. אויף די נומבּער וואָס שטייט דאָרט פון די שומר האָט קיינער נישט אויפגעהויבּן. די בּנין הכנסת אורחים איז קעגן איבּער די היסטאָרישע בּנין בּית הכּנסת .
[email protected]נחוניא האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 24, 2023 5:11 pm