ר' זעקל האט געשריבן:
כאפ מיר זיך אריבער קיין פענסילוועניא.
אין פענסילוועניא איז אויפן בעלאט א זיץ אויף די סטעיט סופרים קארט, די סטעיט סופרים קארט באשטייט פון 7 זיצן אויף וואס די דעמאקראטן האלטן אן א שטארקע אויבערהאנט פון 5-2, איינס פון די צוויי רעפאבליקאנער אויף קארט טאמעס סעילער האט ריטייערט ביים ווערן 75 ווי די סטעיט געזעץ פארלאנגט, צו ערפילן זיין זיץ לויפט אויף די רעפאבליקאנער זייט קעווין בראבסאן און אויף די דעמאקראטישער זייט לויפט מאריא מעקלעגלין.
ס'קוקט אויס ווי די רעפובליקאנער האבן געפליפט "8 זיצן" אין די ניו דזשערסי סטעיט אסעמבלי! ברענגענדיג די דעמאקראטישע אויבערהאנט פון א 48/32 אויבערהאנט צו א שמאלע 44/36 אויבערהאנט.
אזוי אויך קוקט אויס ווי זיי האבן געפליפט 2 זיצן אין די ניו דזשערסי סטעיט סענאט, אפשוואכענדיג די דעמאקראטישע אויבערהאנט צו א שמאלע 23/17 אויבערהאנט.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ס'קוקט אויס ווי די רעפובליקאנער האבן געפליפט "8 זיצן" אין די ניו דזשערסי סטעיט אסעמבלי! ברענגענדיג די דעמאקראטישע אויבערהאנט פון א 48/32 אויבערהאנט צו א שמאלע 44/36 אויבערהאנט.
תיקון טעות, די דעמאקראטן האבן געהאט ביז יעצט א 52/28 אויבערהאנט.
איין זיג האבן די דעמאקראטן יא אפגעהאלטן אין די ניו דזשערסי לעגיסלאטור פליפנדיג די 16'סטע דיסטריקט ווי דער דעמאקראט זוויקער האט באזיגט דעם אינקאמבענט מייק פעפעס.
די 7 הויז אף דעלעגאטן זיצן וואס די רעפובליקאנער האבן געפליפט אין ווירדזשיניע איז טאקע שוואכער ווי די דעמאקראטישע פליפס אין 2017, אבער ווען מען נעמט אין באטראכט אז ווירדזשיניע האט זיך יעצט געריקט 12% רעכטס איז עס נאך אלץ א מעכטיגע זיג פאר די רעפובליקאנער.