וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג
110
53%
ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג
96
47%
סך הכל שטימען: 206

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

machal האט געשריבן:


הרב מאכאל (אזוי שרייבט מען עס אין אידיש?) איך מוז אייך זאגן אז איר פארשטייט אן עסק, און איך וואונדער זיך ווי אזוי דערוילעם דא פארשטייט נישט וואס איר זאגט.

לאמיך צולייגן מיינס, און אויך איבערשרייבן פון מיין קוקווינקל וואס דו זאגסט.

קודם כל, פוטין איז א ראפינירטע חברה'מאן מיט א פיינע קאפ אויפ'ן פלייצע, אבער אויב ער האט א נשמה איז עס שווארץ ווי קויל.

דאס אז טראמפ זאגט אז פוטין איז קלוג, איך זאג דאס אויך, און איך זעה נישט די פראבלעם דערמיט.

אבער מאכאל זאגט גוט. טראמפ איז ביטער מקנא ביידען, ער וואלט זיך מחייה געווען צו האבן דעם קריג וואס גייט אנידער לייגען פוטין. טראמפ וואלט זיך באסמאקעוועט צו נעמען קרעדיט פאר פוטין'ס מפלה בשעת'ן שרייען אז פוטין איז קלוג, איך זעה נישט די סתירה. קלוגע מענטשן מאכן ביטערע טעותים, קלוגשאפט פירט נישט אויטאמאטיש צו הצלחה.

ווער עס האלט אז פוטין וואלט נישט אטאקירט אוקריינא אונטער טראמפ, זאל מיר ביטע מסביר זיין פארוואס פוטין טוט עס? זאל מיר דערנאך מסביר זיין פארוואס פוטין וואלט געטוישט זיין מיינונג אונטער טראמפ? און זאל מיר אויך מסביר פארוואס ער האט בנוסף מחליט געווען עס צו טון אונטער ביידען? זאל מיר אויכעט מסביר זיין פארוואס פוטין האט דאס געטון אונטער באריס זשאנסאן, מאקראן, וכל הפמליא. הצלחה רבה... (סתם זאגן ווייל ער האט מורא פון טראמפ אדער ווייל טראמפ וואלט אים איבערגערעדט, איז קיין ענטפער).

אבער פוטין'ס מפלה האט גארנישט מיט ביידען, איין באשעפער ווייסט וואס ס'גייט פאר מיט פוטין.

סיי וואסערע שריט אמעריקע גייט נעמען (און לאמיר נישט פארגעסן פון די אויבנדערמאנטע וועלט פירער וואס פראקן פוטין מיט א לעדערנע פאסיג) וועט זיך נישט ווענדן אין ביידען, נאר אין אמעריקאנע אינטעליגענץ קאמיוניטי, מיליטערישע פירער, סטראטעגיע מבינים, ועוד.

אבער טראמפ ווייסט זייער גוט ווי אזוי צו נעמען סיי וועלכע קרעדיט פאר זיך (אפי' יעצט נעמט ער קרעדיט אז פוטין האט עס נישט געטון דורכאויס זיין טערמין...). טראמפ וואלט עס גוט אויסגעשטעלט אז די אנדערע וועלטס פירער האבן געהאט קיין אהנונג וואס טוט זיך אבער ער האט זיי געוויזן די וועג. טראמפ וואלט נישט געגעבן קרעדיט פאר פענס אדער מעקאנעל אדער סיי ווער. טראמפ וואלט געזאגט אז די אלע האבן אים געזאגט צו טון פארקערט, אבער ער האט געקליבן די ריכטיגע באשלוס...

ווידעראום ביידען גייט טיילן מוציאס. ביידען גייט זאגן אז הערריס האט געהאלפן א געוואלד (ספעציעל צוליב וואס זי איז א שווארצע פרוי...), אז פעלאוסי האט געהאלפן, ער גייט אפי' טרעפן א וועג ווי אזוי צו געבן אביסל קרעדיט פאר קארטעס. און דערנאך וועט ער געבן קרעדיט פאר יעדע אמעריקאנער בירגער פאר'ן קלויבן דעמאקראטיע און סאשעל דזשאסטיס, און אלע אנדערע פיינע זאכן..

ווער רוקט יעצט פאליטישע פוינטס? מארקאָ רוביא! ער ניצט אויס זיין פאזיציע אויפ'ן קאמיטעט צו שיקן גוטע טוויטס, אזש דערוילעם פרעגט טאקע וואסי פשט? ער איז מודיע דעם עולם פאר ביידען, ער רעדט דירעקט צו די רוסישע פירער. דער רוביא גייט באקומען אסאך שטיצע און וועט מעגליך לויפן אנטשטאט טראמפ און מעגליך געווינען.

רוביא האט טאקע געזאגט אז עפעס איז נישט מסודר מיט פוטין ווייל פוטין וואלט דאס נישט געטון פינף יאר צוריק (מערקט אז 5 יאר צוריק איז טראמפ געווען פרעזידענט קוים פאר א חודש). רוביא איז דער איינציגסטער וואס זאגט גוט.

נו שוין, העמיר זעהן וואס ס'וועט זיך אויסלאזן. השם ירחם על עמו ונחלתו.
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

צ״ק

יא

AGAINST ALL ODDS
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”