בלאט 2פון 2

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:29 pm
דורך j718
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
Idea האט געשריבן:

יעצט בנוגע צו ארבעטן אונטער דעם איז דאס א געוואלדיגע פרנסה, וואס כידוע שפילט דאס א שטארקע ראלע אינעם איצטיגן מלמדים קריזיס פארוואס זאל דער וואס זוכט צו זיין א כלי קודש זיין א מלמד אין מאכן 800 א וואך ווען ער קען ארבעטן פיל גרינגער אין מאכן דאפעלט,



עד כאן פאר יעצט פאר עני שאלות פילט פריי צו פרעגן

קען מען לערנען/פארברענגען מיט די קינדער בשעת די צייט פון חדר? אויב יא, פאר וואס קען נישט די מלמדים/ מגידי שיעורים זיין די באצאלטע ארבעטערס?


you're not allowed to do it during school hours

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 9:55 pm
דורך אשר מ.
j718 האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן: קען מען לערנען/פארברענגען מיט די קינדער בשעת די צייט פון חדר? אויב יא, פאר וואס קען נישט די מלמדים/ מגידי שיעורים זיין די באצאלטע ארבעטערס?

you're not allowed to do it during school hours

מ'קען נישט זיך אפגעבן מיט די קינדער משך די געווענליכע ארבעט'ס שעות, אבער אין די איבריגע שעות קען די מלמד / מגיד שיעור יא זיין די DSP פון זיין תלמיד.
אבער וויפיל שעות אין א וואך האט איין מענטש? בשעת יעדע תלמיד וואס איז אפראווד קען באקומען ארום 40 שעה א וואך. דאס מיינט אז אפילו א פלייסיגע מלמד קען מערסטנס זיך אפגעבן מיט איינס און אהאלב תלמיד . . .

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:48 pm
דורך j718
ABA Therapy

זכאי האט געשריבן: עס איז זייער ווייטאגלעך צו זען וואו מען עפענט אן אשכול וועגן ABA, און די ערשטע פאר תגובות איז נאר וועגן וויאזוי מ'קען דורכדעם מאכן געלט און באשווינדלען די אינשורענס קאמפעניס.

די חברה וואס זענען עוסק אין די שווינדלעריי זענען עתיד ליתן את הדין מחמת כמה טעמים.

א) קודם פאר די וואס קענען באמת ניצן די הילף אבער מ'געט זיי דאס נישט כאטש וואס מען בילט אין גרויסן.

ב) די אונשורענס קאמפעניס זענען נישט קיין נערנים און זיי מאכן שוין שוועריקייטן און די וואס דארפן באמת צוקומען דערצו האבן א שווערערע פעלד.

ג) עלטערן וואס דארפן עס באמת האבן פאר זייערע קינדער באקומען א נעגעטייוע בליק אויף די גאנצע טערעפי צוליב וואס מען האט יארן געבעטן פון זיי שווערע פרימיומס און זיי גארנישט געגעבן פאר דעם נאר געפאקעט געלט און יעצט ווען איינער וויל זיי באמת העלפן ווילן זיי מער נישט ווייל זיי מיינען אז אלעס איז בעלאויני און ABA טוט גארנישט אויף.

ויותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן אבער פטור בלי כלום אי אפשר

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 11:09 pm
דורך מאירים
יש"כ

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 30, 2022 5:31 pm
דורך אלץ קלוגער
משהזוךמיר האט געשריבן:
פאר טייל HCBS סערוויסעס (ComHab, Respite) דארף מען נישט קיין דעגרי, און פאר טייל (CFSS, CATS) דארף מען יא. שטייצעך אז מען צאלט מער פאר די סערוויסעס פאר וואס מען דארף א דעגרי. און אויך דא איז גענוג א ישיבה דעגרי.
פון א צווייטן האב איך געהערט אז פאר CFSS דארף מען נישט קיין דעגרי, מעגליך צו קלארשטעלן? ייש"כ

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 30, 2022 6:08 pm
דורך מי חכם
מען דארף אייגנטלעך א בעטשלאר'ס דעגרי. געווענליך א בחור / אינגערמאן וואס האט מסיים געווען זיין 5 יעריגער קאלעזש פראגראם האט די פארלאנגטע דעגרי.

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 30, 2022 6:56 pm
דורך אלץ קלוגער
מי חכם האט געשריבן:
מען דארף אייגנטלעך א בעטשלאר'ס דעגרי. געווענליך א בחור / אינגערמאן וואס האט מסיים געווען זיין 5 יעריגער קאלעזש פראגראם האט די פארלאנגטע דעגרי.
אפילו פאר CFSS?

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: זונטאג אקטאבער 30, 2022 7:02 pm
דורך מי חכם
.

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 10:49 am
דורך באשמירטער
נעכטן נאכט איז פארגעקומען אין די כתר צבי זאלן אין וויליאמסבורג א מעדעטארי טרעינינג פאר אלע DSP's אונטער די בארימטע VOYAGE resources פארופן געווארן דורך די קאמפעני .C.A.R.E.S , ווי זיי האבן קלארגעשטעלט אז פון היינט און ווייטער גייען זאכן גענומען ווערן מער ערנסט, א שטייגער ווי supervisor's אויף יעדע קעיס וואס גייען זיך פארבינדן מיט'ן DSP כאטש איינמאל א חודש ווי מ'וועט דארפן געבן א דעטאלירטע באריכט ווי זאכן טוישן זיך מיטן קינד/בחור.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: