ליפא שמעלצער - בבליפא

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2022 1:02 pm


לסיום הענין

און דא וועל איך מסיים זיין מיט א פערזענדליכע מעשה הגם איך האב מורא פון גילוי…. די מעשה איז געבויעט אויף סאך מער פון מאה ואחד מימרות פון ר׳ אלעזר ליפא. און אט הייב איך אן. (איין מימרא האב איך שוין געזאגט…)

פאסירט האט דאס אויף א ראש חודש א גאר פארוואלקענטע טאג דער זון האב איך נישט געקענט זען צוליב וואס די וואלקענעס האבן עס פארשטעלט, א ווינטל האט געבלאזן כהאב געשפירט ווי איך ווער געפרוירן. דאך האב איך א קאווע געטרינקען, מתפלל געווען ודבקינו ביצר טוב און געלויבט הללו קל בקדשו, געזינגען דעם הלל מיטן מוזיקאלישע שפראך און דערנאך האט מען געזאגט ויהי בנסוע הארון.

נאכן דאווענען איז ר׳ מדכי געקומען מיט וואדקע, איך האב נישט געטרינקען ווייל איך האב זיך געדארפט ארויסלאזן אויפן וועג פון קאסוב צו קיטוב, און איך האב אנגעהויבן זאגן תפילת הדרך.

א יוד וואס האט פארגעסן פון אל תדין חברך און נישט געווען אזא אוהב שלום ורודף שלום, אנשטאטס צו מקיים זיין די לעולם יקדים אדם שלום האט ער מיר נאכגעשריגען נו נא!! בארד בארד וואו איז דיין איד?! זעט אויס עפעס טוט אים וויי, ער ווייסט נישט וואס דער פשעווארסקער האט געזאגט אויף דעם. איך האב אים פרובירט מסביר זיין אז איך בין טאקע נישט פון די גאר פרומע ערליכע נאר א פשוטע איד אבער דאך זאג איך יעדן טאג שמע און אני מאמין.

דער איד האט נישט געוואלט פארשטיין (ליסטען, ארבע מידות באדם, יעדער איז אנדערש, אזוי ווי די פרצוף איז אנדערש) האב איך אים געזאגט אזוי, געוויסע פרעגן אי-ה מקום כבודו (וי״ג ממקום כבודו,) אנדערע פרעגן אי-ה אמצאך, אבער אלע מיינען די זעלביגע, דעם מנהיג הבירה וואס איז נמצא ואין עת אל מציאותו, ממילא וואס וויל דער איד פון מיר, זאל יעדער שוין לעבן פאר זיך, דער עיקר איז שלא עשני גוי.


וואס איז נייעס חוץ פון דעם? איך וועל אייך זאגן א גוט ווארט, אוודאי נישט קיין לשון הרע ווייל ס׳דאך פיל מיט לאווין. ווען איך בין אין חדר געגאנגען ס׳געווען אזוי בע׳טעמ׳ט מיין מאמע (איר ווילט וויסן פארוואס מיין מאמע און נישט מיין טאטע? ווייל דער טאטע ער הערט אויס די מאמע וואס בעט פאר איר קינד) פלעגט וועקן אינדערפרי און געזאגט שטיי שטיי שוין אויף, איך וועל דיר געבן א צוקערל. איך האב זיך פון שלאף נישט געקענט דערוועקן וועגן איך האב געטון הויעך שנארכן און חלום חלמתי ווי נעבן תושבי ארץ ישראל איך שטיי און איך זעה די נוסח המים און אידן האבן א כפרה אויף די עגל ווייל תשובה ותפלה— וצדקה תציל ממות. פלוצלונג געב איך זיך א וועק אויף און…. וואס?? איך שוויץ!!! אקעי, אבי מ׳לעבט!


מעומקא דליבא וויל איך זאגן (הגם איך וויל קיינעם נישט פארשעמען) אז איך דארף גיין אויף דייעט, ווייל איך האב געגעסן זעכציג טעלערס זיפ מיט פעפער,דאס איז נישט קיין דמיונות אדער אומזיסטע חשבונות, פון היינט און ווייטער טייטל אהער די טייטלען. איך האף נאר אז ווען איך בין אויף דייעט וועל איך נישט ליידן פון האנגער… וויאזוי וועט איר מיין האנגער קענען איגנארירען??? נו, גם זו לטובה.

ווען איך דערמאן זיך פון די ארזי הלבנון און זיבן קינדער קען איך קייכן, און איך קלער ווי לאנג נאך ווי. איך שריי מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו, איך געב צדקה פאר צדקת ר׳ מאיר בעל הנס דער איד מיטן פושקע זאגט מיר תזכו למצוות, איך כאפ א מקוה און זאג לע״נ ר׳ נחמן בן פייגא וכו׳ בת הבע״ש הקדוש והטהור און איך בעט השיבנו, הגם כ׳האב די זעלביגע געזאגט נעכטן, דאך מיין איך עס אמתדיג דאס מאל. ווייל די וועלט איז ווי א גלגל החוזר מ׳קען נישט צורוקדרייען דעם זייגער און מ׳האט נישט קיין צייט ווי די חסידים הראשונים ווייל מ׳טוט דעם טעלעפון נישט אויפהענגען, ליגט מיר אין קאפ אז אן איי האט געמיינט נאר איי מיט צוויבל. (איז עס צוויבל אדער קנאבל??)


אחרון חביב ברויך איך הייבן די הענטעלעך און זאגן מזמור לתודה און נודה לשמך פארן אבינו מלכנו דעם מלך מלכי המלכים וואס האט דעם פינטעלע איד נישט פארלאשן און קניינע הרע אונז געגעבן געלט מיר זאלן בויען א שול און זאגן ברכו (אויך מודים פאר די וואס ווייסן) בייגענדיג זיך צו מזרח זייט. אוי נעבעך פאר דער שיינער יוד וואס פונעם מזרח זייט שיידט זיך מיט ווייטאג.

גראדע בין איך געווען ביי א שטארקע חתונה, ביים חופה האב איך באקומען דעם כיבוד צו זאגן אשר יצר (די מייק איז עפעס נישט געווען בסדר). ביים ברעיק ווען דער גאנצער עולם עסט קינוח האב איך געזען דעם חתן דומה למלך ווי ער לערנט תורה תורה תורה הקדושה תורה שבכתב און תורה שבעל פה מיט א ניגון. איך האף נאר אז ס׳געווען לשמה, ווייל מצוה גוררת מצוה. נאכן ברעיק האט דער זינגער אנגעהויבן זינגען דעם ואטהר ואתקדש ניגון און דער עולם האט געפאטשט כף על כף אבער איך בין פון זאל ארויסגעלאפן אזוי ווי א נחשון ווייל כ׳האב נאכנישט געמאכט קידוש לבנה, אבער ווען איך בין צוריק אריינגעקומען האט מען שוין געהאלטען ביי רבותי מיר וועלן בענטשען, ווייל עמיצער האט געבעט, ענדיג ס׳שפעט…

אוי רפאנו השם און זעה שוין די צרות ישראל ווען איך דערמאן זיך פון לייבי און משה׳לע נשמה דו וועסט נאך אמאל דעם בריוו קענען ליינען און פארשטיין פשט אין פסוק ויותר יעקב לבדו. אבער פרעגטס נישט מה נשתנה ווייל והבוטח בשם חסד יסובבנהו.

איך וויל נישט מאריך זיין ווייל ס׳שוין באלד די זמן און הגיע הזמן, די שבת פייפערס וועלן קלינגען, (וווווואו זענען די פייפערס??) מ׳גייט שוין זאגן באלד אתה קדשת, איך האף קיינער וועט מיך נישט וועלן פארקויפן זיין אויטא נישט אין שבת גערעדט, אויב יא וועל איך אים וואונטשן בו״ה און ער זאל תיכף גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט ווייל נאך איין שבת און מיר גייען אהיים, יא אהיים אהיים מ'גייט שוין באלד אהיים , ווייל בך בטחו אבותינו. דארט וועט מען זען אן אורה תורה מורא סחורה, מ׳וועט פארטרייבן די שועלים און מ׳וועט זוכה זיין צו וזרקתי עליכם מים טהורים און צו זען דעם בנין ״בית המקדש השלישי״, אמן! וכן למר! (וכל מי שעונה אמן בעולם הזה זוכה ועונה אמן לעולם הבא שנאמר וכו׳).
וואף!!!!!
אייזינע נייעס!!!

ביסט א גאון!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

דריי ניגונים פון ליפא די וואך פרשת אמור. ווער קען צוטרעפן?
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

די רב פון ליאן האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:01 am
דריי ניגונים פון ליפא די וואך פרשת אמור. ווער קען צוטרעפן?
???
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
גראמער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

מונה ראזענבלום אין די מאמענט די וואך.
33a7d0ef-2144-4e2f-abf0-510ef00b51a0.jpeg
33a7d0ef-2144-4e2f-abf0-510ef00b51a0.jpeg (143.48 KiB) געזען 589 מאל
0ae4d95b-5d0d-48fb-a451-e2954d63acc2.jpeg
0ae4d95b-5d0d-48fb-a451-e2954d63acc2.jpeg (179.36 KiB) געזען 589 מאל
d30fa48b-463c-4d6a-b85e-86eb9b6f0bb6.jpeg
d30fa48b-463c-4d6a-b85e-86eb9b6f0bb6.jpeg (170.35 KiB) געזען 589 מאל
קינגס הייוועי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:03 am

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינגס הייוועי »

גראמער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:45 pm
מונה ראזענבלום אין די מאמענט די וואך.

33a7d0ef-2144-4e2f-abf0-510ef00b51a0.jpeg0ae4d95b-5d0d-48fb-a451-e2954d63acc2.jpegd30fa48b-463c-4d6a-b85e-86eb9b6f0bb6.jpeg
יעצט געהערט דער ערשטע מאל… מן הסתם נישטא א ניגון בדומה לזה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”