סעפטעמבער 1, י"ז אלול תרצ"ט, די דייטש ברעכט זיך אריין אין פולין, קורץ דערנאך, פראנקרייך אין ענגלאנד ערקלערען קריג אויף דייטשלאנד, אבער למעשה קומען זיי גארנישט צו הילף צו פולין, די פראנקרייך-דייטשלאנד גרעניץ בלייבט שטיל, און ענגלאנד האט ניטאמאל א וועג ארויסצוהעלפען, ביז אפאר וואכן איז פולין צושמעטרעט, רוסלאנד דרינגט נאך אריין פון די אנדערע זייט, און פולין הערט אויף צו עקזיסטירען. נאך דעם, לייגט זיך די וועלט צוריק שלאפן, ס'קומט א ווינטער, פראנקרייך איז שטיל, דייטשלאנד איז שטיל, און ענגלאנד איז שטיל, מען ווייסט ניטאמאל אז ס'קומט פאר א מלחמה.
אפריל 8 1940, דייטשלאנד אינוואדירט נארוועגיע, ענגלאנד קומט צו הילף, און די ענגלישע פרעמיר זאגט אז די ענגלישע האלטן אן גרויסע נצחנות, די אמת איז גאר די פארקערטע, ביז א קורצע צייט נעמט דייטשלאנד איין נארוועגיע, און ס'איז גרויסע בזיונית פאר ענגלאנד, ווען די ענגלישע הערן די נייעס, ווערען זיי אויפגעברויזט אויף טשעמבערלעין פארן איינרעדן דעם עולם אז די מלחמה גייט גוט, טשעמבערלעין רעזיגנירט אין שאנדע.
מאי 10 1940, א נייע פרעמיער וועט אויפגענומען אין בריטיניע, ווינסטאן טשורטשהיל, דער ערשטער טאג פון זיין פרעמיערשאפט איז שוין דא א קריזיס, דייטשלאנד אינוואדירט בעלגיע, דאס קען נאר מיינען איין זאך, פראנקרייך איז נעקסטע אין די רייע, בעלגיע, וועלעכע האט פארשפראכן צו בלייבן נייטראל, לאזט ענדליך אריין פראנצויזישע און ענגלישע סאלדאטען, ס'איז אבער א ריזן טעות, די ענגלישע און פראנצויזשע מיליטער פארט מיט א שנעלקייט אריין אין בעלגיע, ווען מיטאמאל קומען די דייטשען ארויס פון די ארדען וועלדער, די פראנצויזן און די ענגלישע בלייבן פארכאפט אין בעלגיע, בלויז מיט ניסים ווערט א גרויסע חלק פון די ענגלישע מיליטער געראטעוועט ביי דונקורק. ביז 6 וואכן ליגט פראנקרייך א צוקלאפטע, א נייע גאווערמענט, געטריי צו היטלער און די דייטשן ווערט אריינגעשטעלט אין האלב פראנקרייך, בשעת די אנדערע האלב ווערט באהערשט דורך דייטשלאנד גופא, ענגלאנד בלייבט אליין אין די מלחמה קעגן דייטשלאנד.
נאך די זיג איבער פראנקרייך, איז היטלער געווען זיכער אז בריטיניע וועט זיך ארויסציען פון די מלחמה און זוכן שלום, דאס וועט ערלויבן די נאציס אנצופאנגען א מלחמה מיט זיין שונא רוסלאנד, אבער די נייע פרעמיער בייגט זיך נישט, ער זאגט פארן פאלק אז ער קען זיי גארנישט צוזאגן בלויז אז ס'וועט קאסטן אסאך בלוט און שווייץ פאר די ענגלישע פאלק, אבער צום סוף וועט מען באזיגן דייטשלאנד. די דייטשע גענערעלער שטיין פארליימט, ווי געט מען זיך אן עצה מיט די עקשנות'דיג'ע ענגלאנד? די גענעראלער זענען צוטיילט, א חלק גענערעלער האלטן אז מען דארף אינוואדירען די בריטישע אינזלען גופא, די פראבלעם מיט דער מהלך, איז די ענגליש ים קאנאל, כדי צו פירן די צענדליגע טויזענטער סאלדאטען איבער די קאנאל פעלט זיך אויס 3 זאכן, 1. אז קיין שום ענגלישע ערעפלאן זאל זיי נישט קענען אטאקירן, 2. אז קיין שום ענגלישע שיפן זאלן נישט קענען אטאקירען, 3. גענוג שיפן צו קענען אריבערטראגן די סאלדאטען. (די אלע 3 זאכן אויף פארקערט האבן די ענגלישע געדארפט האבן, און טאקע געהאט, אויף D-Day).
אנדערע דייטשע גענערעלער האבן געהאלטען אז ס'איז נישט מעגליך בכלל אז דייטשלאנד זאל קענען באווייזן די 3 זאכן, און אויב אזוי איז א שאד אפילו צו פלאנען אויף דעם מהלך. אנשטאט זענען זיי אויפגעקומען מיט אן אנדערע מהלך, זיי ווילן אינוואדירען די ענגלישע אימפעריע איבער די וועלט, מצרים, א"י, אנידיע, וכו' וכו'. בריטאניע אן איהר אימפעריע וועט נישט האבן קיין ברירה בלויז זיך אונטערצוגעבן. פון אנפאנג, טוהט היטלער באפעלן אז מען זאל שטארק באמבידירען ענגלאנד, די חשבון איז געווען צוויי-פאכיג, איינס די באמבידרונגען וועלן צווינגן ענגלאנד זיך אונטערצוגעבן, און צווייטענעס, ווען די ענגלישע פליגער וועלן קומען זיך שלאגן מיט די דייטשע באמבידריער, וועלן זיי אראפגעשאסן ווערן, און אזוי ארום וועט ענגלאנד בלייבן אן קיין ערעפלאנען, און אזוי ארום וועט ערפילט ווערן תנאי 1, כדי צו קענען אינוואדירן ענגלאנד גופא, נאך אפאר חדשים האט היטלער געזען אז די געוואונטשע רעזולטאטען קומען נישט אן, האט ער געטוישט טאקטיקן, ער האט מחליט געווען אז ס'איז געקומען די צייט צוצונעמען פון ענגלאנד איהר אימפעריע.
צענטראל צו די ענגלישע אימפעריע איז די מיטללענדישע ים. באגלייט איז א מאפע פון די מיטללענדישע ים מען קען זיין שפאניע, מען קען זעהן די פראנצויזישע קאליניעס, מען קען זעהן די איטאליענישער ליביע, און די ענגלישע מצרים, ווי אויך קען מען זעהן די סועז קאנאל, וואס פארגרינגערט פאר שיפן אנצוקומען צו אינדיע
די רעדע פון אונזער מעשה איז אבער קיין איינס פון די זאכן, און מען קען אויף די מאפע זעהן די עפענונג צום מיטללענדישער ים דארט ביים עק פון שפאניע, ליגט א שטאט וואס הייסט גיבראלטער, די שטאט גיבראלטער, כאטש וואס דאס ביי די שפוץ פון שפאניע, געהערט דאס פאר ענגלאנד, נישט פאר שפאניע, אין 1704, נאכדעם וואס ענגלאנד האט געוואונען א מלחמה מיט שפאניע, האט זי געקריגן די רעכטן דערויף, נאך יארן פון מלחמות, איז פארט געלונגען פאר ענגלאנד אנצוהאלטען גיבראלטער, אט דא ליגט די שליסל צו די גאנצע מיטללענדישער ים, גיבראלטער איז אויך געווען א האפן שטאט, דאס מיינט אז ווען די ענגלישע שיפן זענען געקומען צו פארן צו די מיטללענדישער ים, האבן זיי זיך געקענט אפשטעלן אין גיבראלטער, אנפילן מיט אויל, פאררעכטען שאדנעס וואס איז געשען אויפן וועג, און דערנאך ווייטער פארן צו זייער ציל, וואלטען זיי פארלוירען גיבראלטער, וואלט דאס געמאכט גאר שווער פאר ענגלאנד ווייטער אנצוהאלטען אירע נכסים אין די מיטללענדישער ים, די דייטשן וואלטן געלייגט קאנאנען אין די שטאט, און געהאממערט אויף יעדער ענגלישע שיף וואס וואלט געוואלט דורכגיין.
היטלער און זיינע גענערעלער האבן דאס געוואוסט, אבער זיי האבן געהאט א פראבלעם, מען קען גיבראלטער פון די ים נישט אייננעמען, ס'איז דא דארט ריזיגע שטיינער וואס טוהן פארטיידגען אויף אן אינוואזיע פון די ים, דאס האט געלאזט איין ברירה, אן אינוואזיע דורך שפאניע. די פראבלעם פאר היטלער איז געווען, אז נישט ער איז בעה"ב אויף שפאניע, פרענקאו איז בעה"ב. היטלער האט געזען 2 אפציעס, אפציע 1, פרענקאו זאל העלפן דייטשלאנד אייננעמען גיבראלטער, דורך אריינלאזן דייטשע סאלדאטען, אפציע 2, דייטשלאנד זאל אינוואדיריען שפאניע, איינעמען שפאניע מיט גיבראלטער אין איינעם. קאנאריס האט שטארק נישט געוואלט אז שפאניע זאל אריינגעצויגן אין דער מלחמה, האט ער געדארפט באקקעמפען ביידע אפציעס, כדי אז פרענקאו זאל נישט וועלן זיך אריינמישן האט ער געשיקט א שליח צו פרענקאו, ווארענדיג אז דייטשלאנד וועט קיינמאל נישט קענען באזיגן ענגלאנד, און צום סוף וועט ענגלאנד זיגן, און אויב זאל זיך שפאניע שטעלן אויף די זייט פון דייטשלאנד, וועט זיך מיטטיילן מיט די עונש וואס ענגלאנד וועט געבן פאר דייטשלאנד (שפעטער ווען זיי האבן זיך געטראפן, האט ער דאס איבערגעזאגט בפניו), צו די צווייטע אפציע, האט קאנאריס געווארנט פאר פרענקאו, אז ער מוז האנדלען קלוג מיט דיישטלאנד, און נישט זאגן קיין גראבער ניין.
יולי 23 1940 איז קאנאריס אפגעפארן צו די ספאנישע גרעניץ מיט גיבראלטער, זיין אפיציעלע מיסיע איז געווען צו זעהן וויאזוי מען קען דאס אייננעמען פון ענגלאנד, ער איז צוריקגעפארן און מודיע געווען פאר די דייטשען אז ס'וועט אנקומען זייער שווער איינצונעמען גיבראלטער, ער האט געהאפט אז דאס וועט אפשטופן היטלער'ס פלענער, סעפטעמבער 6, איז פארגעקומען א זיצונג צעווישן היטלער, קייטל, יאדל, ריעדער (דייטשע גענערעלער), גערינג, און קאנאריס, די רעדע איז געווען איבער די מיטללענדישער ים, איינער פון די נושאים וואס מען האט דארט גערעדט איז געווען "אפעראציע פילעקס", די דייטשע קאוד ווארט פאר אייננעמען גיבראלטער. די פלאן איז געווען דורכצוגיין שפאניע מיט רשות פון פרענקאו. קאנאריס האט אסאך נישט גערעדט ביי די זיצונג, אבער נאך די זיצונג, איז ער אפגעפלויגן קיין שפאניע צו ווארענען פרענקאו אז היטלער גרייט זיך צו לייגן א שטארקע דרוק ער זאל דורכלאזן די דייטשען גיבראלטער.
אויף אקטובער 23, האבן זיך פרענקאו און היטלער געטראפן, פרענקאו האט פארלאנגט, אלץ תנאי כדי צו ערקלערן קריג אויף בריטיניע, אז היטלער זאל שרייבן בכתב, אז פראנקרייך וועט אפגעבן פאר שפאניע גאנץ מארראקאו, היטלער האט דאס נישט געוואלט טוהן. דערנאך האט פרענקאו געזאגט, אז שפאניע קען אויף קיין שום פאל נישט ערקלערערן קריג אויף בריטיניע, צוליב דעם וואס עס הערשט א הונגער אין שפאניע, פרענקאו האט ערקלערט אז שפאניע האט זיך נאכנישט ערהוילט פון די ברידער קריג וואס האט זיך נאר וואס גע'ענדיג'ט, ער האט גע'טענה'ט אז שפאניע האט נישט גענוג פעטראל, און נישט גענוג רויע מאטריאלען, ער האט גע'טענה'ט אז בריטיניע וועט עם צונעמען די קאנארי אינזלען, וועלעכע די אפגעשוואכטע שפאניע קען נישט פארטיידיגען, צום שלוס האט פרענקאו גע'טענה'ט אז בלויז שפאניע קען אייננעמען גיבראלטער, נישט דייטשלאנד, שפאניע וועט איינעמען גיבראלטער ווען זי איז גרייט. היטלער איז ארויס פון די זיצונג מלא כעס, ער האט זיך אפגערעדט אז ס'איז ענדערעשר אז מען זאל עם ארויסציען 3 אדער 4 ציין, ווי איידער זיך דארפן טרעפן נאכאמאל מיט פרענקאו.
נאוועמבער 15 האט היטלער פארלאנגט זיך צו טרעפען מיט די ספאנישע אמבאסאדער סונער, סונער און פרענקאו האט געמאכט א זיצונג מיט די ספאנישע גענערעלער, דארט האבן זיי שטייף אפגעמאכט אז שפאניע טאר אין קיין שום פאל אריינגיין אין די מלחמה אין איהר יעצטיגע מצב. אום 18 נאוועמבער האט זיך סונער געטראפען מיט היטלער, ער האט איבערגעזאגט אז שפאניע קען נישט אין איהר יעצטיגע מצב פירן קיין מלחמה, סונער האט אויך פארלאנגט אז אין פאל פון א מלחמה, זאלן די דייטשען ברענגן 15 אינטשיגע גאנס, א זאך וואס קאנאריס האט עם פארציילט אז דייטשלאנד פארמאגט נישט.
אנגעפאנגען 28 נאוועמבער, זענען א קייט פון טעלעגראמען פון די דייטשע אמבאסאדער צו שפאניע אנגעפאנגן קומען קיין בערלין, שפאניע גרייט זיך פאר די מלחמה, דערנאך, איז געקומען די הודעה אז די צוגרייטונגען גייען שטייטער ווי פאראויסגעשאצט, און מען קען נישט וויסן ווען מען וועט זיין גרייט פאר די מלחמה, היטלער האט געלאזט רופן קאנאריס, און עם געשיקט קיין שפאניע ער זאל משפיע זיין אויף זיין חבר פרענקאו, זאל זיך צושטעלען צו די מלחמה, היטלער האט געזאגט אז די דייטשע מיליטער וועט אריבערשפרייזן די גרעניץ קיין שפאניע אום יאנעווער 10, מיט אדער אן די רשות פון שפאניע, און וועט אטאקירען גיבראלטער פעברור 4. פאר היטלער האט געברענט אז די פרשה מיט גיבראלטער זאל זיך ענדיגען פאר חודש מארטש, ווייל אין מארטש (צום סוף אפעגשטופט אויף אפריל) איז געווען געפלאנט אן אינוואזיע אויף גריכלאנד, און אויף מאי (למעשה אפגעשטופט אויף יוני) אן אינוואזיע אויף רוסלאנד.
7 דעצעמבער 1940, איז קאנאריס אנגעקומען אין שפאניע, ווי ער האט איבערגעגבן די שליחות פון היטלער, אז יאנעווער 10 וועלען די דייטשען אנקומען אין שפאניע, נאך דעם, האבן זיך די חבירים צוזאמגעזעצט און געזאגט אז מען דארף זיך דורכטראכטען א תירוץ וואס צו ענטעפערן, פרענקאו האט זיך ווידער אנגערופן אז די עקאנאמיע טויג נישט, צו דעם האט קאנאריס גע'ענטפע'רט אז די תירוץ וועפט שוין , און עס וועט שוין נישט ארבייטען, פרענקאו האט עם דאן געזאגט אז ער דארף א מיליאן טאן ווייץ, ווי אויך נאך באנען, קאנאריס איז געפאלן די תירוץ, וויבאלד ער האט געוויסט אז דייטשלאנד האט נישט גענוג ווייץ פאר זוך, און וועט זיכער נישט מסכים זיין אוועקצוגעבן א מיליאן טאן פאר שפאניע. קאנאריס האט אויך געוואוסט אז די תירוץ איז א שטיקל שאכמאט פאר היטלער, ווייל אפילו אויב היטלער זאל איינעמען שפאניע בע"כ, וועלן זיי נאך מוזן פיטערען די ספאנישע באפעלקורנג, און זיי וועלן דארפן שיקן די ווייץ סייווי. דעצעמבער 9 האט זיך קאנאריס צוריקגעקערט אהיים, דעצעמבער 11 האט ער באקומען די מודעה, אפאראציע פילעקס איז אפגערופען געווארן.
יאנעווער 20 האט זיך היטלער צוריקגעקערט צו פילעקס, ער האט געשיקט די דייטשע אמבאסאדער צו פרענקאו מודיע זיין אז די דייטשן וועלן דורכגיין שפאניע צו גיבראלטער מיט אדער אן זיין ווילן ער האט דערמאנט פרענקאו אז ער איז א כפוי טוב, פרענקאו האט זיך אויפגערעגט און געשריגן שפאניע וועט אריינגיין אין די מלחמה "ווען נאר זי איז גרייט", די תשובה פון דייטשלאנד איז געקומען 100,000 טאן ווייץ, ווי נאר שפאניע זאגט דעם דאטום ווען זי טרעט אריין אין די מלחמה, פרענקאו האט נישט גע'ענטפערט פאר 3 טעג, דערנאך איז געקומען די תירוץ אז ניין, ער איז נישט מסכים, פעבורער 6 האט היטלער געשריבן א שטרענגע בריוו צו פרענקאו, שרייבנ'דיג אז פראנקאו איז שולדיג זיין מלוכה צו דייטשלאנד און איטאליע, פרענקאו האט געווארט ביז די 13'טע צו ענטפערען, דאן האט ער געזאגט אז אן אטאקע אויף גיבראלטער מוז קומען צוזאמען מיט אן אטאקע אויף סועז און אז די 100,000 טאן ווייץ איז ווייט פון גענוג, אויף די 22'סטע האט ריבענטראפ איינגעזעהן אז מען וועט נישט קענען צווינגן פרענקאו אריין צו טרעטן אין די מלחמה, און אז פרענקאו האלט פשוט נישט דערביי. יעדענפאל זענען די דייטשע געווען פארנומען פלאנירען אן אטאקע אויף גריכלאנד פאר אפריל, און דערנאך אויף רוסלאנד אין יוני.
פרענקאו, מיט די הילף פון זיין חבר קאנאריס, האט באוויזן צו טוהן עפעס וואס קיינער האט נישט באוויזן ביז דאן, ער האט באזיגט היטלער, טאקע נישט מיליטעריש, אבער דיפלאמטיש.
ס'איז איבריג צו זאגן וואס וואלט געווען ווען "אפאראציע פילעקס" ארבייט זיך אויס, וואס דאס וואלט געמיינט פאר תושבי א"י, אויב וואלט ח"ו געלונגען פאר די דייטש טאקע איבערצונעמען די בריטישע אימפעריע אין די מיטללענדישער ים.
איין זאך בין איך נישט קלאר, פון ווי האט קאנאריס געוואוסט אז דייטשלאנד האט נישט קיין אויסזיכטן צו איינעמען גיבראלטור דורך א לאנד אינוואזיע, און פארוואס האט דייטשלאנד טאקע נישט אינוואדירט שפאניע מיט גיבראלטור אינאיינעם?
איך מיין אז איך בין נישט קלאר געווען אין די ארטיקל, קאנאריס האט געהאלטען אז דייטשלאנד האט נישט קיין שום אויסזיכטן צו געוואונען די גאנצע מלחמה, דהיינו, ער האט געהאלטען אז סוף כל סוף וועט ענגלאנד גובר זיין. דאס האט ער נישט געוואוסט, דאס איז געווען זיין אנאליז, באזירט אויף וואס ער האט געוואוסט איבער דייטשלאנד׳ס מיליטער, און וואס זיינע שפיאנען האבן עם פארציילט וואס ענגלאנד׳ס מיליטער. חוץ מזה, האט ער נישט געוואלט אז היטלער זאל געוואונען די מלחמה, און צוליב דעם האט ער נישט געוואלט אז שפאניע זאל אריינקומען אין די מלחמה אויף די זייט פון דייטשלאנד (חוץ מזה וואס ער האט געהאלטען אז פאר שפאניע׳ס טובה איז בעסער זיך נישט אריינצומישן), האט ער געזאגט פאר פרענקאו אז דייטשלאנד גייט סוף כל סוף פארלירען, אזוי אז פרענקאו זאל זיך נישט וועלן אריינמישן.
די סיבה פארוואס דייטשלאנד האט נישט אינוואדירט שפאניע, איז וויבאלד היטלער וואלט געקענט באשטיין נישט מלחמה צו האלטען מיט שפאניע, און האט ענדערש געוואלט אז שפאניע זאל געבן רשות, פאר דעם האט פרענקאו קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז נישט מסכים, נאר ער האט עם מדחה געווען מיט פארשידינע תירוצים, די עקאנאמיע טויג נישט, ער דארף עסן, וכו׳ וכו׳, שפאניע איז נאך נישט גרייט, שפאניע גייט עס טוהן ווען שפאניע וועט זיין גרייט, אויך נאך דעם וואס פרענקאו האט פארלאנגט די מיליאן טאן ווייץ, איז דאס געווען א שטיקל שאכמאט פאר היטלער, וויבאלד אפילו ער זאל אייננעמען שפאניע בע״כ, וועט ער נאך אלץ מוזן געבן צו עסן פאר די ספאנישע באפעלקורונג, און ער וואלט סייווי געמוזט צושטעלן די ווייץ, און פארדעם האט ער אויפגעגעבן די ערשטע מאל, אין דעצעמבער.
שפעטער און פעברור ווען ריבענטראפ האט געכאפט אז פרענקאו טרייבט ליצונת פון עם, און פלאנט קיינמאל נישט מסכים צו זיין, איז שוין געווען צו שפעט, דייטשלאנד האט זיך שוין געגרייט אויף די מלחמות אין גריכלאנד (ווי איטאליע האט געליטן שווערע דורכפעלער), און דערנאך די גרויסע אינוואזיע אין רוסלאנד. היטלער׳ס פלאן איז געווען, אז נאכדעם וואס ער וועט באזיגן רוסלאנד, וועט ער דאן צווינגן שפאניע זאל עם געבן צוטריט צו גיבראלטער, און אויב וואלט פרענקאו דאן געשלעפט, איז יכול להיות אז דייטשלאנד וואלט איינגענומען שפאניע, אבער וויבאלד רוסלאנד איז קיינמאל נישט באזיגט געווארן, איז די פלאן געבליבן א חלום.
יאנאווער 30 1933, ווען היטלער ימ״ש איז געקומען צו די מאכט, איז זיין מלוכה געווען א שוואכע מלוכה, זיין פארטיי האט געהאט ווייניגער פון א דריטעל זיצן אין די רייכסטאג (די דייטשע פארלימענט), זיין קאבאניט האט חוץ עם, פארמאגט בלויז 3 נאצי מיניסטארען, און אפילו אויף די נאצי פארטיי איז ער נישט געווען גענצליך בעה״ב. אבער בליץ שנעל האט זיך זיין מלוכה פארשטערקערט, פעבורער 27 1933, איז די רייכסטאג בנין פארברענט געווארן, די נאציס האבן געשריגן אז די קאמיוניסטען האבן עס אונטערגעצינדן, אבער ס׳איז מער מסתבר אז די נאציס האבן עס אליין אונטערגעצינדן, און עס אנגעלייגט אויף די קאמיוניסטען, די נאציס האבן פארלאנגט נייע וואלן, מערץ 5, איז טאקע פארגעקומען נייע וואלן, די וואלן זענען נישט געווען קיין יושר׳דיג׳ע וואלן, נאצי געוואלדאטען האבן צוריקגעהאלטן פיל מענטשן פון שטימען. מיט דעם אלעם, האבן די נאציס בלויז באקומען 45% פון די זיצן אין די רייכסטאג. מערץ 23, טראץ וואס די נאציס האבן פארמאגט בלויז 45% (אדער 289) פון די זיצן, איז דורך א געזעץ, וועלעכע האט געגעבן פאר היטלער די פילע מאכט צו פירן די לאנד, 444-94 (81 קאמיונסטשע פארשטייער האט מען נישט אריינגעלאזט, מיט׳ן טענה אז זיי זענען פארברעכער פארן אונטערצינדן די פייער, נאך 28 אנדערע פארשטייער האבן אויך געפעלט), דאס איז מער פון די צוויי דריטעל וואס האט אויסגעפלט אז אזא געזעץ זאל דורכגיין.
יעצט איז שוין היטלער געווען פולקאם בעה״ב אויף די מדינה, אבער ער איז נאכנישט געווען פולקאם בעה״ב אויף די נאצי פארטיי, יוני 30 1934, אין א נאכט וואס ווערט גערופן ״די נאכט פון די לאנגע מעסער״, האט די SS -בשליחותו פון היטלער- ארויסגעלאזט אין א מערדעריי, ווי זיי האבן צעווישן אנדערע אויסגעהארגעט היטלער׳ס שונאים אינערהאלב די נאצי פארטיי, יעצט איז שוין היטלער געווען פולקאם בעה״ב אויך אויף די נאצי פארטיי (מער איבער די נאכט פון די לאנגע מעסער, קען מען זעהןאין די לייוו אשכולאבער ס׳איז אביסל געשטיקלט). די איינציגסטע פלאץ ווי היטלער איז נישט געווען פולקאם בעה״ב איז געווען די מיליטער.
אין די פירערשאפט פון די מיליטער, זענען געווען פיר קאטאגאריעס, 1. גענערעלער וואס זענען געווען אקעגן היטלער בשיטה. 2. די וואס האבן געשטיצט היטלער בשיטה, אבער געהאלטען אז ער פארשטייט נישט קיין סטרעטעגיע, און אין פאל פון מלחמה וועלען זיינע סטרעטעגיעס פירן צו א מפלה פון דייטשלאנד. 3. אזעלעכע וואס האבן בעצם געשטיצט היטלער, אבער זענען נישט געווען בלינד פארגלייבט אין עם, און מען וואלט זיי געקענט איבעררעדן אז געוויסע סטרעטעגיעס וועלן פירן די לאנד אין די ערד אריין, און מען וואלט זיי געקענט אפילו איבעררעדן בוגד צו זיין אין היטלער צו ראטעווען די לאנד 4. די וואס זענען געווען גענצליך געטריי צו היטלער ימ״ש. ס׳איז קיינמאל נישט עכט געלונגען פאר היטלער איבערצונעמען פולע בעלות איבער די מיליטער.
א חלק פון היטלער׳ס שטארקקייט איז געקומען פון זיינע דיפלאמטישע געווינסען, צוריקבאקומען די סאאר געביטיוני 18האט ער געשלאסן אן אפמאך מיט ענגלאנד צו מעגן פארברייטערן זיין ים פלאטע. בלויז 2 חדשים נאכדעם וואס ענגלאנד האט פארשפארכן פאר איטאליע און פראנקרייך דאס נישט צו טוהן, צוריקברענגן די מילטער צו די רהיינלאנד, די בונד מיט איטאליע, און נאך.
איינער פון די גרעסטע דיפלאמטישע געוואונסען, איז געווען עסטרייך, פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין 1933, האט הילטער אנגעפאנגען צו לייגן דרוק אויף עסטרייך זיך צו פאראייניגען מיט דייטשלאנד, במשך די יארן האט היטלער צוביסלעך ארויפגערוקט די דרוק שטערקער און שטערקער, מערץ 9 1938, האט די דרוק געהאלטען ביים פלאצן, אביסל נאכצולאזן די דרוק, האט די פרעמיער פון עסטרייך שושנינג, גערופן פאר א רעפערענדאם, ווי די פאלק וועט קענען שטימען טאמער זיי ווילן גיין מיט דייטשלאנד, אדער זיי ווילן בלייבן זעלבסטשטענדיג, ווי נאר קאנאריס האט געהערט די נייעס, האט ער געשריגן צו זיין סעקרוטאר, דער שוטה! ער האט זיך גע׳חתמ׳ט זיין אייגענער טויט אורטייל, טאמער וועט ער געווינען וועט היטלער שרייען אז ס׳איז געווען פראוד, למעשה, איז עס נישט אנגעקומען צו דעם, ווי נאר היטלער האט געהערט די פלאן, איז ער געווארן מלא כעס, און פארלאנגט אז מען זאל עס אפשטעלן, און אז שושניג זאל אפטרעטען, און לאזן א נאצי מיט׳ן נאמען ארטור סייעס-אינקווארט איבערנעמען זיין פאסטן, מערץ 11 האט היטלער געשיקט אן אולטימעיטעם אז שושנינג זאל אפטרעטען, שושניג האט טאקע אפגעטראטען, אבער ווילהעלם מיקלאס, דער פרעזידענט פון עסטרייך האט נישט געוואלט שטעלן סייעס-אינקווארט אלץ די ממלא מקום, אום מערץ 12 1938, האט די דייטשע מיליטער אריינשפאצירט צו עסטרייך, אן קיין שום שאס. קאנאריס האט שפעטער אנגעשריגן אן עסטרייכער, ״עטס עסטרייכער, עטס זענטס אלעס שולדיג! פארוואס האבן ענק נישט געשאסן?״
נישט לאנג נאך דעם וואס דייטשלאנד האט איבערגענומען עסטרייך, איז געקומען די רייע אויף טשעכייסלאווקיי, היטלער האט פארלאנגט פון טשעכייסלאוואקיי, אז זיי זאלן איבערגעבן די סודעטנלאנד געביט צו דייטשלאנד, וויבאלד עס וואוינען דארט מערסטענס דייטשן, טשעכייסלאווקיי האט זיך אפגעזאגט, טשעכייסלאווקיי האט גע׳טענה׳ט אז זיי האבן זיך אויפגעבויט א שטארקע שוץ לינע אין די סודענטלאנד געביט, און זיי קענען נישט אויפגעבן זייער שוץ ליניע. טשעכייסלאווקיי האט געשלאסן א בונד מיט ענגלאנד, פראנקרייך און רוסלאנד, אז אויב וועט היטלער אריינדרינגען אין די סודענטלאנד געביט, וועלן זיי קומען צו הילף עס באשיצן.
דא האט האנס פאול אסטער, די משנה פון קאנאריס, געזען א גלעצענדע געלגענהייט צו באזייטיגען היטלער, מען וועט מאכן א מיליטערעשר פוטש, די מיליטער וועט ארעסטירן/הארגענען היטלער, און די מילטער וועט איבערנעמען די מאכט. צו דעם האט זיך אויסגעפלעט אבער, אז די מילטער זאל צו דעם צושטיין, ווי געשריבן פריער, איז די מילטער געווען צוטיילט אין 4 קאטאגאריעס, קאטאגאריע 1, איז בכלל נישט געווען שווער איבערצורעדן, אויך זיי זענען געשפרינגען פאר די געלעגנהייט, ס׳איז אבער נישט געווען גענוג, מען האט געדארפט אויך איבעררעדן קאטאגאריע 2, און א חלק פון קאטאגאריע 3 אויך. יעצט האט אסטער געזען א געלעגענהייט איבערצורעדן קאטאגאריעס 2 און 3, וויבאלד דייטשלאנד איז נישט געווען גרייט פאר קיין מלחמה, און די גענערעלער האבן דאס געוואוסט, קאטאגאריע 2, האט מען געקענט גרינג איבעררעדן, וויבאלד זיי האבן בלאו הכי געהאלטען אז היטלער פארשטייט נישט קיין עסק, און אז א מלחמה מיט טשעכייסלאוואקיי, ענגלאנד, און פראנקרייך מיט די יעצטיגע כח פון די דייטשע מיליטער, וועט זיך ענדיגן ביטער פאר דייטשלאנד, סך הכל האט מען זיי געדארפט איבעררעדן צו שטיצן די פוטש, אויך קאטאגאריע 3, וואס האט אין אלגעמיין יא געהאלטן אז היטלער ווייסט וואס טוהט זיך, האבן דא מסכים געווען אז א מלחמה איז זעלבסטמארד. קאנאריס און אסטער, צוזאמען מיט די גענערעלער וואס האבן געשטיצט די פוטש, זענען ארומגעגאנגן פון גענארעל צו גענארעל, זיי איבערצורעדן צו שטיצן די פוטש, קאנאריס האט פארציילט, אז זיינע שפיאנען ווייסן צו פארציילן אז די ענגלישע, פראנצויזישע, און טשעכישע מילטערען זענען פיל שטערקער פון וויפיל די דייטשע מיליטער מיינט (פארשטייט זיך אז קאנאריס האט פארציילט בשקר, און געמאכט די מיליטערען שטערקער פון וואס זיינע שפיאנען האבן באמת פארציילט, מיט׳ן ציל איבערצורעדן די גענערעלער אז א מלחמה איז באמת זעלבסטמארד).
די פלאן האט אבער געהאט איין גרויסער פעלער, ס׳האט זיך פארלאזט אויף דעם אז בריטיניע וועט זיך האלטן שטארק, און נישט נאכגעבן פאר היטלער זיינע פארלאנגען, און כסדר סטראשען דייטשלאנד מיט מלחמה אויב זאל זי אייננעמען די סודענטלאנד. צום דעם ציל האט קאנאריס געשיקט שליחים צו ענגלאנד, מיט פאלטשע פאפירן וואס די אבוועהר האט צוגעשטעלט, כדי זיך צו טרעפן מיט די ענגלישע פירער, זיי מודיע צו זיין, אז אויב שטייען זיי שטארק, וועט עס נישט קומען צו קיין מלחמה, נאר ענדערש אויב וועט הילטער זיך עקש׳נען, וועט פארקומען א פוטש, און די מילטער וועט איבערנעמען די מאכט. צעווישען אנדערערע האט קאנאריס געשיקט זיין חבר איוואלד וואן קלייסט-שמענזין, איוואלד איז געפארן צו ענגלאנד אגוסט 18 1938, און זיך צוריקגעקערט צו בערלין אגוסט 23, ער האט זיך געטראפן מיט טשעמבערלעין׳ס הויפט דיפלאמטישע יועץ, ווי אויך מיט טשורטשהיל, טשורטשהיל האט געשיקט א לאנגע בריוו (איבערזעצונג וועט נאכקומען) ווי ער האט מסביר געווען אז טשעמבערלעין וועט זיך האלטען צו זיין רעדע פון מערץ 24 1938, ווי ער האט נישט ממש פארשפראכן צו היטן אויף טשעכייסלאוואקיי, אבער האט שטארק משמע געווען אז ער וועט יא היטן. גענעראל האלדער (א גענעראל פון קאטאגאריע 1), איז נישט געווען צופרידן מיט די ענטפער, און ער האט געשיקט זיין אייגענער שליח, האנס באהם-טעטעלבאך, צו גיין קיין לאנדאן, באהם-טעטלבאך האט מודיע געווען פאר טשעמבערלעין, אז די אינוואזיע פון טשעכייסלאווקיי גייט זיך אנפאנגען אקטובער 1, און אז די פוטש וועט פארקומען ווי נאר ס׳איז קלאר אז מען גייט אין מלחמה.
די אבוועהר אפיסעס האבן געווירבילט מיט פלענער, וועלעכער גענערעלער וועלן צושטיין, ווען און וואו וועט יעדער גענעראל גיין, מען האט שוין אפילו דעביטירט טאמער מען זאל ארעסטירען היטלער און הארגענען נאך א געריכט, אדער אויב מען זאל ענדערעש עם גלייך הארגענען, אן קיין געריכט. קאנאריס און די גענערעלער האבן פארברענגט שעות מאכן פלענער, און... מיטאמאל די זייפנבלאז צוזלאזט זיך, סעפטעמבער 14 1938, טשעבערלעין לאזט וויסן אז ער לאזט זיך ארויס צו דייטשלאנד צו פארהאנדלען מיט היטלער. קאנאריס האט זיך אויפגערעגט, אויף וואס ארויף שיקן מיר שליחים צו ענגלאנד, אויב דאס איז די תוצאה? האט ער געשריגן. סעפטעמבער 30, האט ענגלאנד מסכים געווען אז דייטשלאנד זאל באקומען די סודענטלאנד. די פלאן פון די פוטש איז גענצליך צורינען. איך וויל נאר צוענדיגען דער ווייטאגליכע פרשה מיט א ווארט פון טשורטשהיל, נאך די קאפיטלוציע פון ענגלאנד, האט ער זיך אויפגעשטעלט אין די בריטישע פארלימענט און געגעבן א דרשה, אבער איין ליניע שרייט ארויס.