ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מפתח

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:49 pm

הקדמה, ערטשע תגובה
1
20%
שפאניע חלק א , די ספאנישע בירגער קריג
1
20%
שפאניע חלק ב , שפאניע און גיבראלטער
1
20%
די פוטש פון 1938 , די טשעכייסלוואקיע קריזעס
1
20%
קאנאריס און די אידן במשך די מלחמה
1
20%
סך הכל שטימען: 5

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך וויל ווידמען אן אשכול איבער דער מענטש ווילהעלם קאנאריס (Wilhelm Canaris).

קודם א שטיקל הקדמה איבער ווער ער איז געווען, קאנאריס איז געבוירען געווארן אויף January 1, 1887 (ה׳ טבת תרמ״ז) צו א העכערע מיטל קלאס משפחה אין די דייטשע פראווינץ פרייסן, זיין טאטע איז געשטארבן ווען ער איז געווען בלויז 14 יאר אלט, זייענדיג בלויז 18 יאר אלט. אין 1905, האט ער זיך איינגעשריבן אין די דייטשע קייסערליכע מארינע (די ים חלק פון די מיליטער, כעין די אמעריקאנע Navy), איינער פון די זאכן וואס קאנאריס האט זיך אויסגעצעכיינט אין שולע, איז געווען די לימודים פון פרעמדע שפראכן, אויך שפעטער אין לעבן, ווען עס האט אויסגעפעלט זיך צו לערנען א נייע שפראך, האט ער דאס באוויזן גרינג און שנעל.

אין די יאר 1914, איז קאנאריס ארויסגעפארן מיט די קריגס שיף דרעזדען צו מעקסיקא, מעקסיקא איז דאן געווען פארמישט אין א בלוטיגע בירגער קריג, און אלע וועלטס מדינות האבן געוואלט האלטען אן אויג אויף די מצב דארט. אנקומענדיג דארט, האט זיך אויסגעשטעלט אז ס׳איז געווען אסאך צעווילע בירגער (בעיקר פון די פאראייניגטע שטאטען) וואס זענען געווען פארכאפט אין די מלחמה, און זיי האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דארט, די פארשידינע וועלטס לענדער וואס האבן געהאט שיפן אין די געגענט, האבן זיך צוזאמגענומען צו פלאנירען א רעטונגס אקציע, קאנאריס, קענעדיג פיל שפראכן, האט אנגעפירט די געשפרעכן מצד די דרעזדען מיט די מעקסיקאנע אויף די יבשה, מיט די ענגלישע שיפן, און מיט די אמעריקאנע פארכאפטע.

קורץ נאך די רעטונגס אקציע, האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה, אזוי אז די דרעזדען, וואס האט נארוואס גע׳ענדיג׳ט א רעטונגס אקציע מיט ענגלישע שיפן, האט זיך יעצט געפונען אין א מלחמה מצב מיט די זעלבע שיפן. דא האט זיך ווידער אויסגעשטעלט קאנאריס׳ מומחיות, די דרעזדען איז געלאפן אויף קוילן, און עס האט כסדר געדארפט באקומען נאך קוילן, קאנאריס איז געווען אחראי אויף צו טרעפן א האפן וואס וועט פארקויפן קוילן פאר די דרעזדען, אן דעם וואס די ענגלישע זאלן וויסן ווי די דרעזדען געפינט זיך. דאס איז געווען א שווערע אויפגאבע, און בלויז די מומחיות פון קאנאריס האט באוויזן צו האלטן די דרעזדען אויף׳ן ים.

אויף 9 מארטש 1915, נאך פילע שלאכטן האט די דרעזדען געלאנדט אין טשילע (Chile), די שיף האט געדארפט פארראכטען ווערען, און עס איז שוין נישט געווען קאמפספעיעג, די שיף האט געדארפט פארבלייבן אין טשיליען הענט. אבער אויף מארטש 14 האבן זיך באוויזן די ענגלישע שיפן גלאסגאו און קענט, און גע׳עפענט פייער, כאטש וואס דאס איז געווען אן אקט פון מלחמה קעגן טשילע, קאנאריס איז שנעל ארויסגעפרן פארהאנדלען מיט די ענגלישע שיפן, און זיי מודיע געווען אז זיי טוהן ברעכן אינטערנאצינאלע געזעץ, דאס האט ווייניג באוואיגען די ענגלישע שיפן, זיי האבן געזאגט אז מיט טשילע וועלן זיי זיך שוין אויסקומען, אין אז די באפעל פון ענגלאנד איז צו פארניכטען די דרעזדען, אדער אז די דרעזדען זאל זיך גענצליך אונטערגעבן, בשעת די פארהאנדלונגען, איז פארגעקומען א שנעלע עוועקיוערינג פון די דרעזדען צו די יבשה. ווען קאנאריס האט זיך אומגעקערט צו די דרעזדען, האט די קאפיטאן פון די דרעזדען געגעבן די באפעל, און ער האט אליין אויפגעבלאזן זיין שיף.

ס׳איז מיין פלאן צו שרייבן ארטיקלען איבער די מענטש, און געוויסע ארטיקלען וועט אויספעלן מער צו שרייבן איבער די תקופה פון 1915 און ווייטער, מילא וועל איך לאזן די פרטים פאר יענע ארטיקלען, אין דא ממשיך זיין מיט פרטים וואס זענען נוגע די מענטש בכלליות, אין 1922, איז קאנאריס געווען א לערער אין די רייכסמארינע (די נייע נאמען פאר די קייסערליכע מארינע), צעווישן די סטודענטען, איז געווען ריינהארד היידריך ימ״ש, קאנאריס האט זיך באפריינדעט מיט היידריך ימ״ש צוליב דעם וואס קאנאריס׳ ווייב און היידריך ימ״ש האבן ביידע געשפילט פידל.

אין 1931 האט היידריך ימ״ש אפגעלאזט א שידוך, און אנשטאט חתונה געהאט מיט א מיידל א שטארקע נאצי, צוליב די פערברעך, איז ער פארשיקט געווארן פון די רייכסמארינע, דאס האט עם שטארק פארביטערט, און ער איז אריבערגעגאנגן ארבייטען (לכאורה ע״פ עצת אשתו, אשת מפחידי) פאר די SS, אין 1932, האט די SS גע׳עפענט א שפיאן נעץ, וואס זאל שפינארען איבער אלע פרעזנליכקייטען אין די לאנד, זען ווער איז געטריי צו די נאציס, און ווער נישט. די נעץ האט געהייסן זיכערהייטסדונסט (SD) און איז אנגעפירט געווארן דורך היידריך ימ״ש, אין 1933 ווען די נאציס ימ״ש האבן איבערגענומען די מאכט, איז די SD געוואקסען אין כח, די מילטערישע שפיאן נעץ, די אבוועהר, האט אנגעפאנגן זיך ארומאמפערן מיט די SD, ווער איז בעה״ב אויף וועלעכע חלק פון שפיאנירן, סוף 1934, איז די אנפירער פון די אבוועהר קאנראד פאטציג, געווארן אפגעזאגט פון זיין פאזיציע, אנשטאט דעם האט מען אריינגעשטעלט קאנאריס, מיט די האפענונג אז זיין אלטע פריינטשאפט מיט היידריך ימ״ש, וועט העלפן אז די SD און די אבוועהר זאלן אויסארבייטען זייערע פראבלעמען און ארבייטען צוזאמען.

אין זיין נייער אמט אלץ הויפט פון די אבוועהר, איז קאנאריס געווען איינער פון היטלער ימ״ש׳ס הויפט יועצים, אבער צוביסלעך האט קאנאריס אנגעפאנגען צו באקומען א שנאה קעגן היטלער ימ״ש, ער האט געהאלטען אז היטלער ימ״ש פירט דייטשלאנד צו א צווייטע וועלט מלחמה, א מלחמה וואס קען זיך בלויז ענדיגן אין א חרוב׳ע דייטשלאנד. קאנאריס, צוזאמען מיט זיין משנה, האנס פאול אסטער (hans paul oster) האבן אנגעפאנגען פירן א מלחמה קעגן היטלער ימ״ש.

איך האף צו שרייבן אפאר ארטיקלען איבער ווילהעלם קאנאריס, און די פארשידנע פעולות וואס ער האט געטוהן קעגן די נאציס ימ״ש.
לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 7:47 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4075
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

וויליהם קאנאריס האט געראטעווועט דער רבי ריי"צ מליובאוויטש פון פוילין ביים אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

געווען שיין באשריבן לעצטנס אין איינע פון די היימישע מאגאזינען.
בד"וו דארטן איז נאר געשטאנען צוליב א פרעזענליכע סקאנדאל - סאו טענקס פארן קלארשטעלן.

פרובירט פון אנפאנג נאצישע עפאכע צו מאכן קאנטאקט מיט דע אמעריקאנע - ליידער נישט געלונגען
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3907
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

נאטירט
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5312
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער שיין און רייך
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

זייער שיין באשריבן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

מיר ווארטן פאר די המשך
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

זייער אינטערסאנט!



בבקשה האט געשריבן: קאנאריס האט זיך באפריינדעט מיט היידריך ימ״ש צוליב דעם וואס קאנאריס׳ווייב און היידריך ימ״ש האבן ביידע געשפילט פידל.

גוט...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9422
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך, איך ווארט פאר די ווייטערדיגע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

ישר כוח!

איך ווארט אויף די קומענדיגע!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואלד האט געשריבן: ישר כוח!

איך ווארט אויף די קומענדיגע!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

גאר שיין, און הערליך אראפגעלייגט!

מ'ווארט מיר אויפן המשך בכליון עינים.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

עומד מן הצד. האט געשריבן: גאר שיין, און הערליך אראפגעלייגט!

מ'ווארט מיר אויפן המשך בכליון עינים.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט פיינט געהאט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

zugurnish האט געשריבן: וויליהם קאנאריס האט געראטעווועט דער רבי ריי"צ מליובאוויטש פון פוילין ביים אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה


יא, ווייס איך פון דעם, ווי ווייט איך ווייס האט ער געראטעוועט 13 אידן (דעם ריי״צ, און נאך א מעשה ווי ער האט געראטעוועט נאך 12 אידן), אויב איינער ווייסט פון נאך מעשיות ביטע שיקן אין אישי.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח בבקשה! זייער אינטערעסאנט! מ'ווארט מיר אויף די המשך!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Borrower האט געשריבן: געווען שיין באשריבן לעצטנס אין איינע פון די היימישע מאגאזינען.


נישט געוואוסט, וועלעכע?

Borrower האט געשריבן: בד"וו דארטן איז נאר געשטאנען צוליב א פרעזענליכע סקאנדאל - סאו טענקס פארן קלארשטעלן.


אויף וואס באציעסטו זיך? אויף די סיבה פארוואס קאנאריס האט פיינט געהאט היטלער? די היסטאריקער געבן אויף דעם 3 סיבות, 1. ווי איך האב געשריבן, צוליב מורא פאר דייטשלאנד, 2. צוליב א סקאנדעל ווי די SS האט באשולידגט א גענעראל מיט די נאמען פריטש, פאר׳ן צאלן איינעם נישט ארויסצוגעבן זיינע פרעזענליכע סודות (די פראבלעם איז געווען אז דער אויסנוצער וואלט געקענט ניצן די סודות צו באקומען געהיימע מיליטערישע סודות), אפילו נאך דעם וואס ס׳האט זיך אויסגעשטעלט אז די מעשה איז געשען ביי א קאפיטאן מיט די נאמען פריש, און אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות, האט היטלער נישט איבערגעבעטן גענעראל פריטש, און אפילו עם נישט צוריקגעשטעלט אויף זיין פאזיציע, נאר עם געגעבן א קלענערע פאזיציע. 3. צוליב דעם וואס היטלער ימ״ש איז געווען א רוצח.

לענ״ד איז 1 געווען זיין עיקר סיבה, מיט אביסל פון 3, 2 איז בלויז געווען די מכה בפטיש, ער האט צוביסליך איינגעזען אז 1 און 3 זענען אמת, און ביי 2, דעאמלסט האט ער זיך געכאפט אז דער נאציס זענען געפערליך, ועוד, אז ביז דאן האט ער נאך געוואלט מצדד זיין אז ס׳איז נישט היטלער אליין, נאר ס׳איז זיינע ארומ׳יגע, ווי געריניג, היממלער, און בארמאן ימח שמם, אבער ביי די מעשה האט ער געכאפט אז היטלער פירט טאקע די נאצי פארטיי, און אז 1 און 3 זענען מפיו, און נישט פון די ארומ׳יגע.

דאס זענען די אפיציעל סיבות מטעם די היסטאריקער, ואני אומר, אז א גרויס חלק פון זיין שנאה איז צו פארדאנקען זיין משנה האנס פאול אסטער, אסטער האט פיינט געהאט די נאציס שנאת מוות, אסטער האט אויך געהאט א וועג פון איבעררעדן מענטשען, לענ״ד האט אסטער אויסגענוצט די 3 פאקטארן איבערצודרייען קאנאריס פון א פאראווע מיליטערמאן, צו א לוחם קעגן היטלער.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

בבקשה האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן: געווען שיין באשריבן לעצטנס אין איינע פון די היימישע מאגאזינען.


נישט געוואוסט, וועלעכע?

Borrower האט געשריבן: בד"וו דארטן איז נאר געשטאנען צוליב א פרעזענליכע סקאנדאל - סאו טענקס פארן קלארשטעלן.


אויף וואס באציעסטו זיך? אויף די סיבה פארוואס קאנאריס האט פיינט געהאט היטלער?
.

וועגן וואס היידריך איז פארשיקט געווארן פון די רייכסמארינע...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בבקשה האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן: געווען שיין באשריבן לעצטנס אין איינע פון די היימישע מאגאזינען.


נישט געוואוסט, וועלעכע?

כ'האב עס געזען אויף דעקל פון דער בליץ פארגאנגענע חודש תשרי.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

למעלה משבעים האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן: געווען שיין באשריבן לעצטנס אין איינע פון די היימישע מאגאזינען.


נישט געוואוסט, וועלעכע?

כ'האב עס געזען אויף דעקל פון דער בליץ פארגאנגענע חודש תשרי.

דאס איזעס;l;p-
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3907
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

איך האף @בבקשה גייט ווייטער אנגיין
בבקשה
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אדם א מענטש האט געשריבן: איך האף @בבקשה גייט ווייטער אנגיין
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

צוקער וואסער האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן: איך האף @בבקשה גייט ווייטער אנגיין
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קאנאריס אין פרענקאו, חלק א

נאכדעם וואס די דרעזדען איז געזינקען געווארן, האט טשילע געהאלטען אלע מאטראזן פון די שיף אין געפענגעניש, דאס איז דאן געווען די אינטערנאצינאלע געזעץ, אז ווען א לאנד וואס פירט א מלחמה ברענגט זיין שיף צו א נייטראלע לאנד, דאן דארף יענער לאנד האלטן אלע מאטראזן אין געפענגשאפט, ביז די מלחמה ענדיגט זיך. אויך קאנאריס איז גענומען געווארן אין געפענגשאפט, קאנאריס איז אבער אנטלאפן פון געפענגשאפט, און האט געזוכט מיט אלע מיטלען צוריקצוקומען קיין דייטשלאנד, ער האט זיך פארשטעלט ווי א טשילען בירגער וואס איז געבוירען געווארן צו אן ענגלישע מאמע, מיט זיין פליסיגע ספאניש, האט ער באוויזן זיך ארויסצוגליטשן פון טשילע קיין ארגענטינע, און ער איז אזוי אנטלאפן.

נאך זיין אנטלויפן איז קאנאריס געשיקט געווארן צו שפאניע, כדי צו דינען דארט אלץ שפיאן. אין שפאניע איז דאן געווען די קעניג אלפאנסא דער אכטער, דער 14׳טע דור פון פערדינאנד אין איזיבעללע ימ"ש, אונטער זיין מלוכה האבן צוביסלעך אנגעהויבן צו בלאזן ווינטן פון רעוואליציע, ארויסצושטויסן דער קעניג איין מאל פאר אלעמאל. קאנאריס האט זיך באקענט מיט א גראפע יוגענטליכע, וועלעכע האבן געהאט שטארקע טענות קעגן די קעניג, קאנאריס האט זיך באפריידענט מיט די גרופע, ס׳איז נישט קלאר אויב פראנסיקא פרענקא (Francisco Franco) איז געווען א חלק פון די גרופע, אבער וואס איז זיכער אז אסאך פון פרענקא׳ס יועצים זענען געווען א חלק פון די גרופע.

אין 1931 זענען פארגעקומען לאקאלע וואלן אין שפאניע, פארטייען וואס זענען געווען געטריי צו די קעניג האבן געווינען א שמאלע מערהייט, אבער די קעניג האט פארשטאנען אז די מלוכה שטייט אויף די לעצטע פיס, די קעניג איז אוועקגעפארן פון שפאניע 14 אפריל 1931, אן אפיציעל זיך אפזאגן פון די אמט, אבער יעדער האט געוואוסט וואס דאס מיינט, און ס׳איז געגרינדט געווארן די צווייטע ספאנישע רעפובליק. פאר די נעקסטע 5 יאר איז שפאניע געווען א דעמעקראטישע לאנד, אבער מיט דעם אלעם איז עס געווען זייער אומסטאביל, אין די וואלן פון 1936, האבן די לינקע פארטייען געווינען די מערהייט אין די ספאנישע פארלימענט, גלייך נאך די געווינס, האבן זיך אנגעפאנגען געשלעגן צעווישן די רעכטע און די לינקע פארטייען. אום יולי 13 איז גע׳הארג׳עט געווארן די רעכטע אפיזיציע פירער, מער האט נישט אויסגעפעלט, און 4 טעג שפעטער האט גענאראל מאלע, ערקלערט אז די ארמיי נעמט איבער די לאנד.

גענארעל פראנסיקאו פרענקאו, האט געהאט 15,000 סאלדאטען, מיט איין פראבלעם, זיי זענען געווען אין מאראקאו, נישט אין שפאניע, די סאלדאטען האבן וויכטיג געדארפט אנקומען צו שפאניע כדי צו העלפען די רעבעלען אונטער גענאראל מאלע, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין וועג אנצוקומען, דערנאך וואס די ספאנישע נעווי האט ערקלערט אז זיי שטיצן די רעפובליק, און נישט די ארמיי, פראנקאו האט אנגעפאנגען פירן געשפרעכען מיט איטאליע און דייטשלאנד, אז זיי זאלן צושטעלן ערעפלאנען כדי ער זאל קענען פירן די סאלדאטען קיין שפאניע, קאנאריס, וועלעכע איז געווען באפריינדענט מיט די רעבלען פון זיינע יארן אין שפאניע, האט שטארק געשטופט היטלער אז ער זאל העלפען פרענקאו, צום סוף האט היטלער מחליט געווען אז ער וועט העלפן פרענקאו, אבער נאר אויף אזוי ווייט אז פרענקאו זאל קענען פירן די מלחמה ווייטער, נישט גענוג אז פרענקאו זאל געווינען, היטלער ימ״ש האט געהאפט אז די מלחמה אין שפאניע וועט אוועקנעמען אינטערנאציאנאלע געוויכט פון דייטשלאנד, און דאס לייגן אויף שפאניע.

נאך 3 יאר פון בלוטיגע מלחמות, האבן צום סוף די נאצינאליסטען, דאן אונטער פרענקאו געווינען די מלחמה, און איבערגענומען די הערשאפט אין שפאניע. במשך די 3 בלוטיגע יארן, האט קאנאריס כסדר געשטופט אז דייטשלאנד זאל העלפן פרענקאו ווי מער, און קאנאריס איז אסאך געווען פארבינידיט צו פרענקאו, פרענקאו האט געוואוסט וואס קאנאריס טוהט פאר עם, און די 2 זענען געווארן נאנטע פריינט. קאנאריס האט שטארק געשטופט הילף פאר פרענקאו, און אפילו באהאלטען געוויסע איינצילהייטען פון די דייטשע רעגירונג, אויב האט ער געהאלטען אז דאס וועט שאדן פאר פרענקאו, למשל, ער האט נישט פארציילט פאר דייטשלאנד אז פרענקאו האלט אז שפאניע טאר זיך נישט אריינמישן אין קיין שום פרעמדע מלחמות (היטלער האט געמיינט, אז ווען א מלחמה וועט אויסברעכן אין אייראפע, וועט פרענקאו אלץ הכרת הטוב ארויסהעלפן דייטשלאנד), דאס אלעס האט פרענקאו געוואוסט, און זיין פריינדשאפט מיט קאנאריס איז שטארק געשטיגן.

אי"ה חלק ב' וועלן מיר זעהן וויפיל די פריינדשאפט פון קאנאריס און פרענקאו האט געהאט אן השפעה אויף די צווייטע חלק
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

אינטערסאנט! גיי אן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ווילהעלם קאנאריס, דער נאצי שפיאן מייסטער וואס האט מלחמה געהאלטן מיט היטלער ימ״ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח בבקשה, זייער אינטערעסאנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”