ביז אהער האבן מיר געזען קאנאריס' פאליטישע ארבייט קעגן היטלער, אבער די קשיא וואס יעדער פרעגט איז, וואס איז בנוגע די אידן? וואס האט קאנאריס געטוהן מיט אידן? דא וויל איך ברענגען עטליכע עפיזאדן וואס קאנאריס האט געהאט שייכות מיט אידן.
דער ריי"ץ נאכדעם וואס דייטשלאנד האט איינגענומען פוילן, איז געקומען איינער פון דער אמעריקאנער קונסאל מיטן נאמען ראימאנד גייסט, ער האט זיך געוואנדן צו זיין חבר, העלמוט וואהלטאט, וועלעכע איז געווען איינגעשטעלט אין די פרייסישע אינערילכע דעפארטמענט. ער האט עם געזאגט אז פון אמעריקע בעהט מען, אז מען זאל זעהן וואס מען קען טוהן צו ראטעווען א רבי, וועלעכער האט פיל חסידים אין ניו יארק, דער רבי איז געווען די ריי"ץ פון ליובאוויטש. גייסט האט ערקלערעט צו וואהלטאט, אז ער ווייסט אז פון ריבענטראפפ וועט ער גארנישט פועל'ן, מילא איז ער געקומען צו עם. וואהלטאט האט עם גע'ענטעפערט אז ער וועט זעהן וואס ער קען טוהן. צום מארגענס, איז וואהלטאט אריבער צו קאנאריס, און איבערגעזאגט, ווארט פאר ווארט וואס גייסט האט עם געבטען, גראד האט קאנאריס געזאגט אז ער וועט טוהן כל מה שביכולתו צו העלפען, ער האט באפוילן צוויי פון זיינע אגענטען אין ווארשע, די איד ערנעסט בלאך (מצוה גוררת מצוה, בלאך אליין האט געהאט פאלטשע פאפירן וואס קאנאריס האט עם צוגעשטעלט), און די פולישע יוהאנעס הארעצק, אז מען זאל "ארסטירען" די רבי, און דערנאך האט די אבוועהר ארביערגעשמוגלט די רבי צו בערלין, און פון דארט צו ריגע, (די הויפט שטאט פון לאטוויע Riga, Latvia) און פון דארט קיין אמעריקע.
די האללענדישע רעטונג אין מאי פון 1940, האבן די דייטשן איינגענומען האללאנד, וואס דאס האט געמיינט פאר די ארטיגע אידן, דארף מען נישט זאגן. איז געווען איינער מיט׳ן נאמען העררי האמאכער, וואס האט געשמוגעלט אידן פאר א פרייז, די געלט האט ער גענוצט פאר זיינע הוצאות, ער פלעגט ניצן די געלט פאר שוחד צו באקומען וויזעס (רשות יציאה) פון האללענד, נאך אפאר חדשים, האט אייכמאן ימ״ש אנגעפאנגן אייציען וויפיל וויזיעס מען קען טיילן, און זיין ארבייט איז פיל שווערער געווארן, אין מערץ פון 1941, האט זיך האמאכער געוואנדן צו וואלטער שולץ-בערנעט, די אנפירער פון די אבווער עספינזש חלק פון האללאנד, און געבעטן פאר הילף, שולץ-בערנעט האט זיך צוגעכאפט צום פלאן, מען האט פארציילט פאר די נאציס, אז מען וועט לאזן די אידישע פליטים ארויסגיין, און צעווישן די ״פליטים״ וועלן זיך געפונען אבווהער אגענטען, ווי אויך וועט מען ניצן די ״פליטים״ זעלבסט אלץ שפיאנען. כדי אויסצופירן די פלאן, האט מען געדארפט רשות פון קאנאריס, שולץ-בערנעט האט געשיקט א מעסידזש צו קאנאריס, און קאנאריס האט גראד צוריק גע׳ענטפערט, ייש״כ פאר די ציגארן וואס די האסט מיר געשיקט, זיי האבן מיר גאר פרייליך געמאכט, שולץ-בערנעט האט געכאפט די באדייט. עכ״פ 5 באנען זענען אפגעפארן קיין שפאניע, און פון דארט צו פרייהאט, אויף מאי 11, מאי 15, מאי 18, אגוסט 4 און אגוסט 11, אלעס צוזאמען איז געווען איבער 400 נפשות, אפילו שפעטער, ווען אייכמאן האט שוין נישט געלאזט אזויפיל וויזעס, האט מען צעווישן די לעגאלע ״שפיאנען״ אריינגעשמוגעלט אומלעגאל אידן אן וויזעס, (פאר די נאציס האט מען איינגערעדט אז מען שווערצט שפיאנען צעווישן פליטים און למעשה האט מען געשווערצט פליטים צעווישן ״שפיאנען״) אום דעצעמבער 2, האט אייכמאן געשיקט א בריוו, אז מען זאל נישט מער דורכלאזן אזעלעכע ״שפיאנען״ אן קיין געשריבינע הסבר וויאזוי די ״שפיאנען״ גייען טאקע אויפטוהן פאר די לאנד. ס׳איז איבריג צו זאגן אז קיין סאך שפיאנדזש האט די אבוועהר נישט באקומען פון די אפעראציע, רוב אבוועהר אגענטען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט די פליטים, זענען געגאנגען זיכער צו מאכן אז מען קומט אן בשלום, און נישט צו טוהן קיין ספיאנדזש, און די פליטים זעלבסט, איז אפגערעדט אז זיי האבן נישט געטוהן קיין שפיאן ארבייט.
די שווייצע שפיאנען אין יוני פון 1942, האט קאנאירס געשיקט א גרופע נאצי שפיאנען קיין אמעריקע, די שפיאנען זענען געכאפט געווארן און נענש געווארן, רוב דערפון אין די עלעקטריק בענקל, ווען קאנאריס איז צוריקגעקומען פארציילן פאר היטלער וואס איז געשען, האט זיך היטלער ימ"ש אויפגערעגט אויף עם, "פאר אזאנע ריזיקאלישע צוועקן ניצט מען נאציס?" האט היטלער געשריגן, ״פאר דעם ניצט מען פארברעכער אדער אידן!״, היממלער ימ״ש איז אנוועזענד געווען ווען היטלער האט געגעבן די פסק. וואס היטלער האט נישט געוויסט, איז געווען אז האנס וואן דיהאני, (Hans von Dohnanyi), איינער פון קאנאריס׳ מענטשען אין די אבוועהר, האט געהאלטען אינמיטן פלאנירען א וועג צו שמאגלען 13 אידן קיין שווייץ, קאנאריס האט שוין געוויסט פון די פלאן, און ער האט געזוכט אויף אלע אופנים צו העלפן דיהאני, יעצט איז קאנאריס געגאנגן צו היממלער, און געזאגט פאר היממלער, האסט דאך אליין געהערט ווי דער פוהרער הייסט ניצן אידן פאר שפיאנען, אלזא וויל איך שיקן 13 שפיאנען צו אמעריקע דורך שווייץ, היממלער האט קיין ברירה נישט געהאט, ומלאך רע בע״כ יענה אמן, די 13 אידן זענען טאקע אפגעפארן קיין שווייץ, און איבערגעלעבט די מלחמה.
מחאות אנפאנג מלחמה, האט קאנאריס געהייסן דיהאני זאל צוזאמשטעלן א ליסטע פון אלע פארברעכנס וואס די SS טוהט מאכן, און נאכצופארשן זעהן וואס זיי טוהן. דיהאני האט געשאפן דאקומענטען איבער די רציחות אין פולין, קאנאריס האט אויפגעטרייסלט ווען ער האט געזעהן די דאקומענטען, קאנאריס האט מחליט געווען צו גיין צו די גענערעלער, קודם איז ער געגאנגען צו גענערעל רייכנאו, די דאקומענטען האבן געמאכט א שטארקע רושם אויף רייכנאו, און רייכנאו האט געזאגט אז די מעשים וועלן מאכן גרויס שאדן פאר דייטשלאנד, אבער גענעראל פאולעס, וועלעכע איז אנוועזענד געווען ביים זיצונג, האט זיך אנגענומען פאר היטלער, קאנאריס האט שפעטער געזאגט אז ער וועט קיינמאל נישט מוחל זיין פאולעס פאר דעם. קאנאריס איז אויך געגאנגן צו גענעראל רונדשטאדט, רונדשטאדט האט זיך ארויסגערייעט פון ענטפערען אלע זיינע קשיות, קאנאריס איז געגאנגען פון גענעראל צו גענעראל, אבער קיינער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן, ס׳איז נישט אונזער דאגה איז געקומען די תירוץ פון די גענערעלער.
קרישקילעך איין מאל, ווען קאנאריס איז געפארן צו שפאניע האט ער געפרעגט פרענקאו אויב ער איז אנדערש פון היטלער, פרענקאו האט עם גלייך געצייגט די ספאנישע שטאט צייטונג, וועלעכע האט פארדאמט אנטי-סעמיטיזם, ווען קאנאריס האט געפרעגט איבער די רציחות, האט ער גע׳ענטפער׳ט אז זיינע סאלדאטען האבן דאס פארלאנגט, אלץ נקמה צו די רציחות וואס די קאמינוסטען האבן אויסגעפירט אויף זיי.
בגנותו של קאנאריס מוז דערמאנט ווערן, אז דורכאויס זיין מלחמה מיט ריינהארד היידריך ימ״ש, האט ער פיל מאל געסטראשעט היידריך אז ער האט א ראי׳ אז היידריך איז באמת אן אפשטאמיגע פון אידן, און געווארנט היידריך ימ״ש אז ער וועט ארויסגעבן די ראיות וואס ער האט.
@בבקשה, אפשר שרייבסטו אביסל איבער די קאמפעטישאן צווישן די אבוועהער (די אינטערנאציאנאלע געהיים אגענטור, ווי די סי איי עי אין אמעריקע) און די עס-די וואס איז געווען אינטער די פירערשאפט פון ריינהארד היידריך ימש"ו (די אינערליכע געהיים פאליציי, ווי די עף בי איי אין אמעריקע)
כמדומה אז מיט די צייט איז די עס-די געווארן די כל בו געהיים אגענטור פון די נאצי רעזשים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מסתמא האט געשריבן:

ס׳איז אין פלאן.
איך ווארט!!!!
און אויב אנדערע געבן רשות צו רעדן אין זייער נאמען: מיר ווארטן!!!!

מה אומר ומה אדבר, נאך וואס די גרויסע האבן שוין באדאנקט, ווער בין איך אריינצורעדן. אבער, א גוט ווארט שאדט קיינמאל נישט! א גרויסן שכח הרב בבקשה, איך האב זייער הנאה פון די היסטארי, און פון דיין וועג פון שרייבן