ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 3:35 pm
חרש וחושב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:16 am
בין איך אצינד דא בלויז אויף צו באזונגען כלל ישראל

כ'בין געווען אינוואלווד מיט 2 בחורים וואס האבן -לאיזה סיבה - נישט געהאט קיין ישיבה

ברוך השם אז אצינד זענען שוין ביידע אין א טאפ ישיבה

בעיקר וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב צו די מלאכים פון "עזר לישיבות" אין בארא פארק, זיי זענען טאקע געווען די גוטע שליח פון הקב"ה צו פלאצירן איינעם.

אבער פיל מער איז ארויסגעקומען זייער מסירות נפש ביים צווייטן, -טראץ וואס דער עווענטועלער ישיבה איז נישט געגאנגען דורך זיי-, אבער זייער געטרייע איבערגעגעבנקייט פאר די קעיס, איז געווען צום שטוינען, אויספראבירנדיג יעדע מעגליכע עוועניו, לייגנדיג אויסטערלישע דרוק אויף מנהלים, און דערצו מיט א געוואלדיגע פראפעסיאנאליזם, ס'האט געגעבן -פאר אלע אינוואלווד אין די קעיס- א מורא'דיגע געפיל פון רוהיגקייט און מנוחת הנפש אז ס'איז דא ווער ס'טוט

תחזקנה ידיכם

כה לחי!!
האסט עפשער די אימעיל אדדרעס פון עזר לישיבות?
כ'ווייס נישט פון קיין אימעיל

זייער פאון נומער איז 718-705-8210
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

רוויגו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:45 am
איך מיין אז ס'איז יעצט די ריכטיגע צייט פאר מיר צו שרייבן אין דעם אשכול.

האלטנדיג קוים עטליכע וואכן איידער מיין זוהן שליט"א גרייט זיך אויפצושטעלן א בית-נאמן בישראל, ווערנדיג אן איידעם ביי איינע פון די חשוב'ע דיינים אין ארץ-ישראל און אריינקומענדיג אין א ריין תורה'דיגע שטוב, דארף איך זיך דא אפשטעלן און שרייבן.

מיט דריי יאר צוריק וואלט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ער גייט נאך ארויסנעמען די הוראה, דורכלערנען רוב פון ש"ס, וואקסן און בליען לשם ולתפארת צו זיין איינע פון די חשוב'סטע בחורים אין ישיבה. קיינער וואלט אים נישט אנגעקוקט.

אין פאקט, האט ער באקומען א לא נתקבל צו ישיבה גדולה און קיין איין ישיבה האט אים נישט געוואלט אנקוקן. ווען מען האט געפרעגט די קושיא, "ווי אזוי ווארפט מען זיך מיט א אידיש נפש", איז געווען די תירוץ "ס'וועט סיי ווי גארנישט זיין פון אים"... קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן וואספארא שיינער בוים באהאלט זיך אונטער אים, א נפש וואס טויזנטע עלטערן וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אלס זייער קינד.

איין ארגאניזאציע איז געווען וואס האט געארבעט און פלייסיג געארבעט, נישט גערוהט ביז ער האט געפינען א ישיבה, א שיינע ישיבה פון די מפורסמות אין אמעריקע. דאס איז געווען "עזר לישיבות",זיי האבן באגלייט פיזיש און גייסטיש און געהאלפן אין צייט פון נויט.

א דאנק זיי איז מיין זוהן אויסגעשטיגן אלס א פעטענוצאלע רב בישראל (אויב ער וועט ווייטער זיצן און לערנען), א בחור וואס מען האט אים צוכאפט אין שידוכים (ער איז היינט 18 יאר), מיט א שם טוב פונדערנאנט און פונדערווייט.

איך קען נישט טראכטן וואס וואלט געווען אויב נישט עזר לישיבות. איך קען נישט און איך וויל נישט טראכטן.

גלויבט מיר, ווען מיר האבן באקומען דעם "לא נתקבל", ביי מיר אין שטוב איז געווען תשעה-באב ממש, מען קען זיך נישט פארשטעלן. איך האב דעמאלס געזאגט פאר מיין ווייב, "נעם דעם צעטיל, פרעים עס און לייג עס אוועק, עס וועט נאך צונוצקומען". דעם צעטיל ליגט ביי מיר אוועקגעלייגט און איין טאג וועל איך נאך פאכען מיט דעם צעטיל אין דער הייך. ווען דער בחור וועט האבן אי"ה א תורה'דיגע פאסטן און ער וועט זיך אוועקשטעלן רעדן פאר צובראכענע עלטערן, אדער פאר עזר לישיבות זעלבסט, וועט ער דעם צעטיל אויפהייבן הויך און ווייזן, "קוקט, קוקט וואס איז אמאל געווען"... איר זאלט אייך קיינמאל נישט מייאש זיין פון א קינד.

פאר עזר לישיבות קען איך זאגן:איך ווייס נישט וואס עס וואלט געווען אן זיי.
wow wow wow

נאר איצט אריינגעבאמפט דא

מזל טוב מזל טוב


כ'בין ב"ה געווען א שטיקל מיצר בצרתך

און אצינד א שמח בשמחתך


זאלסט האבן טאנען פון נחת
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
יעקב ג
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 12, 2023 12:05 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב ג »

ווייסט איינער ווער עס העלפט אין וויליאסבורג מיט טרעפן ישיבות פאר בחורים?
אוועטאר
דער עסקן
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

עזר לישובת פוןן בארא פארק און מאנסי זענען די זעלבע בעל הבית
אדער עס איז א אנדערע זאך?
יעקב ג
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 12, 2023 12:05 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב ג »

יעקב ג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:38 pm
ווייסט איינער ווער עס העלפט אין וויליאסבורג מיט טרעפן ישיבות פאר בחורים?
?????????????Anyone
אוועטאר
קליינע גרויסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 8:31 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע גרויסער »

יעקב ג האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:08 pm
יעקב ג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:38 pm
ווייסט איינער ווער עס העלפט אין וויליאסבורג מיט טרעפן ישיבות פאר בחורים?
?????????????Anyone
וואסארא עידש? וואסארא טייפ? אן\מיט דאמעטארי?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

יעקב ג האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:08 pm
יעקב ג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:38 pm
ווייסט איינער ווער עס העלפט אין וויליאסבורג מיט טרעפן ישיבות פאר בחורים?
?????????????Anyone
האסט פרובירט עזר לישיבות פון ב"פ - מאנסי ?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”