כ'בין געווען אינוואלווד מיט 2 בחורים וואס האבן -לאיזה סיבה - נישט געהאט קיין ישיבה
ברוך השם אז אצינד זענען שוין ביידע אין א טאפ ישיבה
בעיקר וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב צו די מלאכים פון "עזר לישיבות" אין בארא פארק, זיי זענען טאקע געווען די גוטע שליח פון הקב"ה צו פלאצירן איינעם.
אבער פיל מער איז ארויסגעקומען זייער מסירות נפש ביים צווייטן, -טראץ וואס דער עווענטועלער ישיבה איז נישט געגאנגען דורך זיי-, אבער זייער געטרייע איבערגעגעבנקייט פאר די קעיס, איז געווען צום שטוינען, אויספראבירנדיג יעדע מעגליכע עוועניו, לייגנדיג אויסטערלישע דרוק אויף מנהלים, און דערצו מיט א געוואלדיגע פראפעסיאנאליזם, ס'האט געגעבן -פאר אלע אינוואלווד אין די קעיס- א מורא'דיגע געפיל פון רוהיגקייט און מנוחת הנפש אז ס'איז דא ווער ס'טוט
גם אני מצטרף מיטגעהאלן ווי זיי האבען אריין געשטעלט א בחור אין א גיטע ישיבה קטנה בין הזמנים, זיי האבן זעכער געמאכט ער האט פיינע אינגערלייט צו לערנען אין זיי באצאלן אלע קאסטען, געהאנדעלט ווי ער איזה זייער איינציגע case , ב"ה ער איז זייער מצליח , זיי האבן זיכער געראטעוועט דורי דורות, אלעס בלי שום תשלום!
מיטהאלנדיג אביסל וואס גייט פאר אין דעם הינזוכט איז מיר שווער אפילו נאר צו טראכטן ווי סוואלט דא אויסגעזעהן די מצב אן זיי, זייער ארבייט איז אומבאשרייבליך
קלאנג האט געשריבן:
איז דאס נישט די ארגאניזאציע וואס מאכט אפיעלס אין בתי מדרשים?
איר רעדט לכאורה פון "עזר בחורים", וועמענס עיקר ארבעט איז מיט בחורים וואס דארפן פיל מער הילף, בעיקר רוחניות'דיג/נפשיות'דיג.
עזר לישיבות איז בעיקר פאר געווענליכע בחורים, וואס לאיזה סיבה זענען זיי געבליבן אן א ישיבה [למשל ישיבה קטנה וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה גדולה אדער א חדר וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה, און דערפאר ווערן-פיל מאל- די בינונים און שוואכע כשרונות פארלאזט אויפן וואסער]
קלאנג האט געשריבן:
איז דאס נישט די ארגאניזאציע וואס מאכט אפיעלס אין בתי מדרשים?
איר רעדט לכאורה פון "עזר בחורים", וועמענס עיקר ארבעט איז מיט בחורים וואס דארפן פיל מער הילף, בעיקר רוחניות'דיג/נפשיות'דיג.
עזר לישיבות איז בעיקר פאר געווענליכע בחורים, וואס לאיזה סיבה זענען זיי געבליבן אן א ישיבה [למשל ישיבה קטנה וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה גדולה אדער א חדר וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה, און דערפאר ווערן-פיל מאל- די בינונים און שוואכע כשרונות פארלאזט אויפן וואסער]
אזוי דוכט זיך מיר.
ווער ס'ווייסט קלאר זאל אריינקומען.
די אפילס אין בתי מדרשים איז עזר לבחורים א גאנץ אנדערע ארג געבען זיך אפ מיט בחורים מיט נפשית פראבלעמען
איין ווארעמע וואונקל האב איך געשפירט אין די גאנצע תקופה, דאס איז עזר לישיבות. מען קען נישט אויס'משל'ן אויף פאפיר וויפיל זיי האבן זיך אוועקגעגעבן, צייט מוח און כח, זיך אריינגעלייגט, געהאלפן, נישט נאר פיזיש, נאר אויך מיט א ווארעמע ווארט, כסדר גערופן זיך אינטערעסירן, נאכפרעגן, געבן עצות, רעדן און טון, געארבעט שווער און געהאלפן מיט וואס אימער זיי האבן געקענט. מען הערט כסדר אין די גאס וואס עזר לישיבות טוט און וואס זיי טוען אויף, אבער מען פארשטייט דאס נישט ביז ווי לאנג מען גייט דאס נישט אליין ליידער אריבער. און איך וואונטש אן יעדן איינעם, אז מען זאל קיינמאל נישט וויסן וואס דאס איז עזר לישיבות, אבער פון די אנדערע זייט זאל מען זיי שטיצן ביד רחבה, ווייל ווען נישט די ארגאניזאציע, ווייס איך נישט וואס וואלט געווען מיט נאך פיל הונדערטע (אויב נישט טויזנטע) בחורים, וואס וואלטן געבליבן באקריוועדעט על לא עול בכפם, אדער על עוולות קטנות שניתן לתקנם במהרה ובניקל.
אויבן אין הימל שרייעט מען זיכער די קושיא, "הכצעקתה?" - די קושיא וואס דער אויבערשטער האט געפרעגט אין די צייטן פון סדום. אויב ווילט איר געראטעוועט ווערן פון די פראגע, שטיצט עזר לישיבות, איר זאלט קענען ענטפערן פארן בורא עולם, "איך האב געטון וואס איך האב געקענט"!
איך גלויב אז די גרעסטע סגולה פאר גוטע קינדער איז, זיך זארגן פאר דעם באשעפער'ס קינדער, די וואס ווערן באקריוועדעט און זייערע טאטע'ס קענען זיי נישט העלפן. העלפט עזר לישיבות צו קענען העלפן דעם באשעפער'ס קינדער, זייט מקרב קרובים (מעגליכע פאטענציאלע רחוקים ליידער). עס איז נישט קיין ספק אז דאס וועט זיין א זכות אז אייערע קינדער זאלן מצליח זיין בלימידהם און שטייגן מעלה מעלה על בומתי התורה והיראה.
קלאנג האט געשריבן:
איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט
ווען עס איז נאר מעגליך, למשל ביי א אשכול ווי דאס, קום איך און פראביר טאקע זיי צו אדווערטייזן.
יא! פשוט און פראסט. אדווערטייזמענט!!!
גארנישט מער.
ווייל, ווען איך בין ליידער געווען פארמישט ביי א נאנטער פרשה, האב איך נאר געהאט איין פלאץ ווי מ'האט פראבירט, טאג נאך טאג, צו צושטעלן א פלאץ וואס איז פאסיג פאר יענער בחור.
זיי האבן געצאלט גרויס געלט, זיי האבן געבעטן אז אונז, דער ארומיגער משפחה זאל צו שטעלן לפחות א חלק קטן פון די הוצאות, און אפילו אויף דעם חלק קטן, איז עס קיינמאל נישט געווען ביד קשה, ווי כאילו זיי פעלט נישט קיין געלט.
זייערע איבערגעגעבנקייט איז געווען למעלה מהמשוער, שווער אראפ צו שרייבן אויף פאפיר, אבער אויך ווען זיי האבן אריינגעמישט מומחים, האבן זיי אלעס אליין באצאלט, געפארן ארום דער וועלט זוכן א פאסיגער ישיבה פאר איין בחור, צו געשטעלט פריוואטער הילף פאר דער אנדערע, ביז מ'טרעפט דער ישיבה וואס פאסט, (און ווי געזאגט, נאר געבעטן א קליין חלק פון משפחה).
ועוד ועוד, אשר אין כאן המקום לפורטם, און איך האפ אז דו פארשטייסט שוין פארוואס אונז פראבירן עס צו אדווערטייזן ווי מ'קען נאר. עס ווערט אהנגערופן אן ענין פון הכרת הטוב.
נ. ב. סתם, לידיעה בעלמא, דער מעשה וואס איך בין געווען פארמישט, איז שוין אפאהר יאהר צוריק, און דערווייל האט עס זיך נישט גוט אויסגעלאזט, אבער עס איז נישט קיין סתירה צו זייערע עבודת הקודש, און זיי זענען טאקע מלאכים, אבער נישט קיין כל יכול. זאל דער אייבערשטער היטן און ראטעווען גאנץ כלל ישראל מכל צער וצוקה ומכל נגע ומחלה, ושלא ישמע עוד שוד ושבר במחנינו, אין פרץ אין יוצאת ואין צווחה ברחובותינו.
לעצטענס איז איינער מפרסם אין לוח הציבור ב"פ אקטועלע אנווייזינגען בנוגע איינשרייבען בחורים אין ישיבות ווייסיך נישט אויב עס האט מיט עזר ישיבות אבער עס איז זייער נוצבארע אינפארמאציע
איך מיין אז ס'איז יעצט די ריכטיגע צייט פאר מיר צו שרייבן אין דעם אשכול.
האלטנדיג קוים עטליכע וואכן איידער מיין זוהן שליט"א גרייט זיך אויפצושטעלן א בית-נאמן בישראל, ווערנדיג אן איידעם ביי איינע פון די חשוב'ע דיינים אין ארץ-ישראל און אריינקומענדיג אין א ריין תורה'דיגע שטוב, דארף איך זיך דא אפשטעלן און שרייבן.
מיט דריי יאר צוריק וואלט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ער גייט נאך ארויסנעמען די הוראה, דורכלערנען רוב פון ש"ס, וואקסן און בליען לשם ולתפארת צו זיין איינע פון די חשוב'סטע בחורים אין ישיבה. קיינער וואלט אים נישט אנגעקוקט.
אין פאקט, האט ער באקומען א לא נתקבל צו ישיבה גדולה און קיין איין ישיבה האט אים נישט געוואלט אנקוקן. ווען מען האט געפרעגט די קושיא, "ווי אזוי ווארפט מען זיך מיט א אידיש נפש", איז געווען די תירוץ "ס'וועט סיי ווי גארנישט זיין פון אים"... קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן וואספארא שיינער בוים באהאלט זיך אונטער אים, א נפש וואס טויזנטע עלטערן וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אלס זייער קינד.
איין ארגאניזאציע איז געווען וואס האט געארבעט און פלייסיג געארבעט, נישט גערוהט ביז ער האט געפינען א ישיבה, א שיינע ישיבה פון די מפורסמות אין אמעריקע. דאס איז געווען"עזר לישיבות",זיי האבן באגלייט פיזיש און גייסטיש און געהאלפן אין צייט פון נויט.
א דאנק זיי איז מיין זוהן אויסגעשטיגן אלס א פעטענוצאלע רב בישראל (אויב ער וועט ווייטער זיצן און לערנען), א בחור וואס מען האט אים צוכאפט אין שידוכים (ער איז היינט 18 יאר), מיט א שם טוב פונדערנאנט און פונדערווייט.
איך קען נישט טראכטן וואס וואלט געווען אויב נישט עזר לישיבות. איך קען נישט און איך וויל נישט טראכטן.
חרש וחושבהאט געשריבן:↑זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:16 am
בין איך אצינד דא בלויז אויף צו באזונגען כלל ישראל
כ'בין געווען אינוואלווד מיט 2 בחורים וואס האבן -לאיזה סיבה - נישט געהאט קיין ישיבה
ברוך השם אז אצינד זענען שוין ביידע אין א טאפ ישיבה
בעיקר וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב צו די מלאכים פון "עזר לישיבות" אין בארא פארק, זיי זענען טאקע געווען די גוטע שליח פון הקב"ה צו פלאצירן איינעם.
אבער פיל מער איז ארויסגעקומען זייער מסירות נפש ביים צווייטן, -טראץ וואס דער עווענטועלער ישיבה איז נישט געגאנגען דורך זיי-, אבער זייער געטרייע איבערגעגעבנקייט פאר די קעיס, איז געווען צום שטוינען, אויספראבירנדיג יעדע מעגליכע עוועניו, לייגנדיג אויסטערלישע דרוק אויף מנהלים, און דערצו מיט א געוואלדיגע פראפעסיאנאליזם, ס'האט געגעבן -פאר אלע אינוואלווד אין די קעיס- א מורא'דיגע געפיל פון רוהיגקייט און מנוחת הנפש אז ס'איז דא ווער ס'טוט