ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

בין איך אצינד דא בלויז אויף צו באזונגען כלל ישראל

כ'בין געווען אינוואלווד מיט 2 בחורים וואס האבן -לאיזה סיבה - נישט געהאט קיין ישיבה

ברוך השם אז אצינד זענען שוין ביידע אין א טאפ ישיבה

בעיקר וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב צו די מלאכים פון "עזר לישיבות" אין בארא פארק, זיי זענען טאקע געווען די גוטע שליח פון הקב"ה צו פלאצירן איינעם.

אבער פיל מער איז ארויסגעקומען זייער מסירות נפש ביים צווייטן, -טראץ וואס דער עווענטועלער ישיבה איז נישט געגאנגען דורך זיי-, אבער זייער געטרייע איבערגעגעבנקייט פאר די קעיס, איז געווען צום שטוינען, אויספראבירנדיג יעדע מעגליכע עוועניו, לייגנדיג אויסטערלישע דרוק אויף מנהלים, און דערצו מיט א געוואלדיגע פראפעסיאנאליזם, ס'האט געגעבן -פאר אלע אינוואלווד אין די קעיס- א מורא'דיגע געפיל פון רוהיגקייט און מנוחת הנפש אז ס'איז דא ווער ס'טוט

תחזקנה ידיכם

כה לחי!!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

א שמועס פאר זיך.
אבער צ"ק אפשר דארף מען צולייגן: ...א דאנק פאר עזר לישיבות
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ברוך השם, זאלן זיי שטייגן און וואקסן בתוי״ש.
אנגעקומען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 08, 2021 7:04 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעקומען »

גאמ
עזר לישיבות טוט מוראדיגע חסדים אין דעם ענין נישט נאר פלאצירן דעם בחור נאר אויך איהם באגלייטן אז ער זאל קענען דארט מאריך ימים זיין, (געווענליך נאך וויכטיגער)

דעס איז א נושא וואס וועם סאיז נוגע ווייסט אז סאיז גאר שווער אפילו פאר א גביר אין אודאי פאר א פשוטען מענטש,

עולה על כולנה איז די וועג ווי אזוי עזר לישיבות באנעמט זיך מיט די פארלורענע עלטערען מאכן דיך שפירן כאילו זיי זענען ביי דיר אויף פע-ראל

ממנו ילמדו
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

ווער פירט אן די הייליגע ארגענעזאציע?
eizer
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:56 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eizer »

גם אני מצטרף מיטגעהאלן ווי זיי האבען אריין געשטעלט א בחור אין א גיטע ישיבה קטנה
בין הזמנים, זיי האבן זעכער געמאכט ער האט פיינע אינגערלייט צו לערנען אין זיי באצאלן אלע קאסטען, געהאנדעלט ווי ער איזה זייער איינציגע case , ב"ה ער איז זייער מצליח , זיי האבן זיכער געראטעוועט דורי דורות, אלעס בלי שום תשלום!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געוואלדיג!!
אוועטאר
זלאטניק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:11 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטניק »

וואס איז געווען די מעשה??
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

עזר לישובת איז די זאך!!
א געזונטן זומער
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

דארט ווי איך בין געווען פארמישט, האב איך געזעהן אליין, אז אלעס וואס מ'שרייבט דא בשבחם איז ריכטיג.

זיי פראבירן אלעס אויף הצלחה פונעם בחור, און נישט זייער אייגענע אגענדעס.

לאזן זיך קאסטן, בגוף ובנפש ובממון.

קיין שום איד זאל נישט דארפן צוקומען צו זיי, ה"י.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ברוך הטוב והמטיב.
הטוב אז זיי האבן ישיבות
והמטיב אז ס'איז דא אזא חשוב'ע ארג.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פאק פעק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:34 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאק פעק »

מיטהאלנדיג אביסל וואס גייט פאר אין דעם הינזוכט איז מיר שווער אפילו נאר צו טראכטן ווי סוואלט דא אויסגעזעהן די מצב אן זיי, זייער ארבייט איז אומבאשרייבליך
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קלאנג האט געשריבן: איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט



אדווערטייזמענט פאר וועם?

זיי מאכן נישט קיין געלט אויף דעם?
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

קלאנג האט געשריבן: איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט

לכאורה האסטו נישט קיין קינדער ב"ה וואס האבן געדארפט צוקומען צו דעם
דאנק גאט:!::!:
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

shimon7323 האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן: איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט



אדווערטייזמענט פאר וועם?

זיי מאכן נישט קיין געלט אויף דעם?

איז דאס נישט די ארגאניזאציע וואס מאכט אפיעלס אין בתי מדרשים?
דאנט געט מי ראונג, איך פארגין זיי די געלט ווייל ס'איז א וויכטיגע זאך.
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קלאנג האט געשריבן: איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט

מיטן גרעסטן כבוד, כל זמן סאיז ניטאמאל דא איין חולק אויף זייער געוואלדיגע ארבעט

ניוואדע זאלן זיי זיך עדווערטייזן (נישט אז כהאלט אז דאס איז אן עדווערטייזמענט, אבער על הצד אז יא)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

קלאנג האט געשריבן: איז דאס נישט די ארגאניזאציע וואס מאכט אפיעלס אין בתי מדרשים?


איר רעדט לכאורה פון "עזר בחורים", וועמענס עיקר ארבעט איז מיט בחורים וואס דארפן פיל מער הילף, בעיקר רוחניות'דיג/נפשיות'דיג.

עזר לישיבות איז בעיקר פאר געווענליכע בחורים, וואס לאיזה סיבה זענען זיי געבליבן אן א ישיבה [למשל ישיבה קטנה וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה גדולה אדער א חדר וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה, און דערפאר ווערן-פיל מאל- די בינונים און שוואכע כשרונות פארלאזט אויפן וואסער]

אזוי דוכט זיך מיר.

ווער ס'ווייסט קלאר זאל אריינקומען.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אנגעקומען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 08, 2021 7:04 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעקומען »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן: איז דאס נישט די ארגאניזאציע וואס מאכט אפיעלס אין בתי מדרשים?


איר רעדט לכאורה פון "עזר בחורים", וועמענס עיקר ארבעט איז מיט בחורים וואס דארפן פיל מער הילף, בעיקר רוחניות'דיג/נפשיות'דיג.

עזר לישיבות איז בעיקר פאר געווענליכע בחורים, וואס לאיזה סיבה זענען זיי געבליבן אן א ישיבה [למשל ישיבה קטנה וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה גדולה אדער א חדר וואס איז נישט ממשיך צו א ישיבה, און דערפאר ווערן-פיל מאל- די בינונים און שוואכע כשרונות פארלאזט אויפן וואסער]

אזוי דוכט זיך מיר.

ווער ס'ווייסט קלאר זאל אריינקומען.


די אפילס אין בתי מדרשים איז עזר לבחורים א גאנץ אנדערע ארג געבען זיך אפ מיט בחורים מיט נפשית פראבלעמען
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

פון דא


איין ווארעמע וואונקל האב איך געשפירט אין די גאנצע תקופה, דאס איז עזר לישיבות. מען קען נישט אויס'משל'ן אויף פאפיר וויפיל זיי האבן זיך אוועקגעגעבן, צייט מוח און כח, זיך אריינגעלייגט, געהאלפן, נישט נאר פיזיש, נאר אויך מיט א ווארעמע ווארט, כסדר גערופן זיך אינטערעסירן, נאכפרעגן, געבן עצות, רעדן און טון, געארבעט שווער און געהאלפן מיט וואס אימער זיי האבן געקענט. מען הערט כסדר אין די גאס וואס עזר לישיבות טוט און וואס זיי טוען אויף, אבער מען פארשטייט דאס נישט ביז ווי לאנג מען גייט דאס נישט אליין ליידער אריבער. און איך וואונטש אן יעדן איינעם, אז מען זאל קיינמאל נישט וויסן וואס דאס איז עזר לישיבות, אבער פון די אנדערע זייט זאל מען זיי שטיצן ביד רחבה, ווייל ווען נישט די ארגאניזאציע, ווייס איך נישט וואס וואלט געווען מיט נאך פיל הונדערטע (אויב נישט טויזנטע) בחורים, וואס וואלטן געבליבן באקריוועדעט על לא עול בכפם, אדער על עוולות קטנות שניתן לתקנם במהרה ובניקל.

אויבן אין הימל שרייעט מען זיכער די קושיא, "הכצעקתה?" - די קושיא וואס דער אויבערשטער האט געפרעגט אין די צייטן פון סדום. אויב ווילט איר געראטעוועט ווערן פון די פראגע, שטיצט עזר לישיבות, איר זאלט קענען ענטפערן פארן בורא עולם, "איך האב געטון וואס איך האב געקענט"!

איך גלויב אז די גרעסטע סגולה פאר גוטע קינדער איז, זיך זארגן פאר דעם באשעפער'ס קינדער, די וואס ווערן באקריוועדעט און זייערע טאטע'ס קענען זיי נישט העלפן. העלפט עזר לישיבות צו קענען העלפן דעם באשעפער'ס קינדער, זייט מקרב קרובים (מעגליכע פאטענציאלע רחוקים ליידער). עס איז נישט קיין ספק אז דאס וועט זיין א זכות אז אייערע קינדער זאלן מצליח זיין בלימידהם און שטייגן מעלה מעלה על בומתי התורה והיראה.
אוועטאר
הרוגוצובר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:40 pm
לאקאציע:אין בית המדרש

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרוגוצובר »

די אייבעשטער זאל העלפן עס זאל אנהאלטען זייערע עלטערן זאלן זעהן אסאך תענוג ונחת פון זיי!
איסור כתיבה בשבת הוא דבר קשה מאוד!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

קלאנג האט געשריבן: איך וויל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס ווערט געטון דורך עסקנים צו העלפן בחורים, אבער די אשכול קוקט מיר אויס ווי אן אדווערטייזמענט



ווען עס איז נאר מעגליך, למשל ביי א אשכול ווי דאס, קום איך און פראביר טאקע זיי צו אדווערטייזן.

יא! פשוט און פראסט.
אדווערטייזמענט!!!

גארנישט מער.

ווייל, ווען איך בין ליידער געווען פארמישט ביי א נאנטער פרשה, האב איך נאר געהאט איין פלאץ ווי מ'האט פראבירט, טאג נאך טאג, צו צושטעלן א פלאץ וואס איז פאסיג פאר יענער בחור.

זיי האבן געצאלט גרויס געלט, זיי האבן געבעטן אז אונז, דער ארומיגער משפחה זאל צו שטעלן לפחות א חלק קטן פון די הוצאות, און אפילו אויף דעם חלק קטן, איז עס קיינמאל נישט געווען ביד קשה, ווי כאילו זיי פעלט נישט קיין געלט.

זייערע איבערגעגעבנקייט איז געווען למעלה מהמשוער, שווער אראפ צו שרייבן אויף פאפיר, אבער אויך ווען זיי האבן אריינגעמישט מומחים, האבן זיי אלעס אליין באצאלט, געפארן ארום דער וועלט זוכן א פאסיגער ישיבה פאר איין בחור, צו געשטעלט פריוואטער הילף פאר דער אנדערע, ביז מ'טרעפט דער ישיבה וואס פאסט, (און ווי געזאגט, נאר געבעטן א קליין חלק פון משפחה).

ועוד ועוד, אשר אין כאן המקום לפורטם, און איך האפ אז דו פארשטייסט שוין פארוואס אונז פראבירן עס צו אדווערטייזן ווי מ'קען נאר. עס ווערט אהנגערופן אן ענין פון הכרת הטוב.

נ. ב. סתם, לידיעה בעלמא, דער מעשה וואס איך בין געווען פארמישט, איז שוין אפאהר יאהר צוריק, און דערווייל האט עס זיך נישט גוט אויסגעלאזט, אבער עס איז נישט קיין סתירה צו זייערע עבודת הקודש, און זיי זענען טאקע מלאכים, אבער נישט קיין כל יכול.
זאל דער אייבערשטער היטן און ראטעווען גאנץ כלל ישראל מכל צער וצוקה ומכל נגע ומחלה, ושלא ישמע עוד שוד ושבר במחנינו, אין פרץ אין יוצאת ואין צווחה ברחובותינו.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

לעצטענס איז איינער מפרסם אין לוח הציבור ב"פ אקטועלע אנווייזינגען בנוגע איינשרייבען בחורים אין ישיבות
ווייסיך נישט אויב עס האט מיט עזר ישיבות אבער עס איז זייער נוצבארע אינפארמאציע
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

איך מיין אז ס'איז יעצט די ריכטיגע צייט פאר מיר צו שרייבן אין דעם אשכול.

האלטנדיג קוים עטליכע וואכן איידער מיין זוהן שליט"א גרייט זיך אויפצושטעלן א בית-נאמן בישראל, ווערנדיג אן איידעם ביי איינע פון די חשוב'ע דיינים אין ארץ-ישראל און אריינקומענדיג אין א ריין תורה'דיגע שטוב, דארף איך זיך דא אפשטעלן און שרייבן.

מיט דריי יאר צוריק וואלט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ער גייט נאך ארויסנעמען די הוראה, דורכלערנען רוב פון ש"ס, וואקסן און בליען לשם ולתפארת צו זיין איינע פון די חשוב'סטע בחורים אין ישיבה. קיינער וואלט אים נישט אנגעקוקט.

אין פאקט, האט ער באקומען א לא נתקבל צו ישיבה גדולה און קיין איין ישיבה האט אים נישט געוואלט אנקוקן. ווען מען האט געפרעגט די קושיא, "ווי אזוי ווארפט מען זיך מיט א אידיש נפש", איז געווען די תירוץ "ס'וועט סיי ווי גארנישט זיין פון אים"... קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן וואספארא שיינער בוים באהאלט זיך אונטער אים, א נפש וואס טויזנטע עלטערן וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אלס זייער קינד.

איין ארגאניזאציע איז געווען וואס האט געארבעט און פלייסיג געארבעט, נישט גערוהט ביז ער האט געפינען א ישיבה, א שיינע ישיבה פון די מפורסמות אין אמעריקע. דאס איז געווען "עזר לישיבות",זיי האבן באגלייט פיזיש און גייסטיש און געהאלפן אין צייט פון נויט.

א דאנק זיי איז מיין זוהן אויסגעשטיגן אלס א פעטענוצאלע רב בישראל (אויב ער וועט ווייטער זיצן און לערנען), א בחור וואס מען האט אים צוכאפט אין שידוכים (ער איז היינט 18 יאר), מיט א שם טוב פונדערנאנט און פונדערווייט.

איך קען נישט טראכטן וואס וואלט געווען אויב נישט עזר לישיבות. איך קען נישט און איך וויל נישט טראכטן.

גלויבט מיר, ווען מיר האבן באקומען דעם "לא נתקבל", ביי מיר אין שטוב איז געווען תשעה-באב ממש, מען קען זיך נישט פארשטעלן. איך האב דעמאלס געזאגט פאר מיין ווייב, "נעם דעם צעטיל, פרעים עס און לייג עס אוועק, עס וועט נאך צונוצקומען". דעם צעטיל ליגט ביי מיר אוועקגעלייגט און איין טאג וועל איך נאך פאכען מיט דעם צעטיל אין דער הייך. ווען דער בחור וועט האבן אי"ה א תורה'דיגע פאסטן און ער וועט זיך אוועקשטעלן רעדן פאר צובראכענע עלטערן, אדער פאר עזר לישיבות זעלבסט, וועט ער דעם צעטיל אויפהייבן הויך און ווייזן, "קוקט, קוקט וואס איז אמאל געווען"... איר זאלט אייך קיינמאל נישט מייאש זיין פון א קינד.

פאר עזר לישיבות קען איך זאגן:איך ווייס נישט וואס עס וואלט געווען אן זיי.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: ברוך השם שוין אין ישיבה- א דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

חרש וחושב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:16 am
בין איך אצינד דא בלויז אויף צו באזונגען כלל ישראל

כ'בין געווען אינוואלווד מיט 2 בחורים וואס האבן -לאיזה סיבה - נישט געהאט קיין ישיבה

ברוך השם אז אצינד זענען שוין ביידע אין א טאפ ישיבה

בעיקר וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב צו די מלאכים פון "עזר לישיבות" אין בארא פארק, זיי זענען טאקע געווען די גוטע שליח פון הקב"ה צו פלאצירן איינעם.

אבער פיל מער איז ארויסגעקומען זייער מסירות נפש ביים צווייטן, -טראץ וואס דער עווענטועלער ישיבה איז נישט געגאנגען דורך זיי-, אבער זייער געטרייע איבערגעגעבנקייט פאר די קעיס, איז געווען צום שטוינען, אויספראבירנדיג יעדע מעגליכע עוועניו, לייגנדיג אויסטערלישע דרוק אויף מנהלים, און דערצו מיט א געוואלדיגע פראפעסיאנאליזם, ס'האט געגעבן -פאר אלע אינוואלווד אין די קעיס- א מורא'דיגע געפיל פון רוהיגקייט און מנוחת הנפש אז ס'איז דא ווער ס'טוט

תחזקנה ידיכם

כה לחי!!
האסט עפשער די אימעיל אדדרעס פון עזר לישיבות?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”