איך האב א חשד אז דאס קען ברענגען צו פארלירן די האר.
איך האב אלס געהאט דיקע געדעכטע האר, די לעצטע האלבע יאר, בערך זינט איך האב מיך אנגעהויבן שטעכן ווערט מיינע פיאות שיטערער און שיטערע פון טאג צו טאג.
האט איינער אזא עקספיריענס?
אינטערעסאנט, איך האב שוין געהערט פון מענטשן וואס האבן פארלוירן וואג נישט דורך די מעדעצין אין זייער האר איז געווארן שיטערער ממילא ווייס איך נישט צו עס איז פארבינדן.
עס קען סתם אזוי זיין אז ווען מען פארלירט פונט קען עס געשעהן, פרעג דיין דאקטער.
איך נעם שוין Ozempic פאר א שיינע פאר חדשים, ב"ה שוין פארלוירן 35 פונט, אנגעהויבן האב איך די ערשטע וואך מיט .25 MG, אזוי ווי עס האט כמעט נישט געהאט קיין עפעקט בין איך ארויף צו .05 MG, נאך פיר וואכן בין איך ארויף צו 1 MG. די סייד עפעקטס זענען מינעמאל ווי אביסל קאפ ווייטאג דא דארט, מיט די צייט איז דאס אויך פארמינערט געווארן, איך קוק עס אן ווי א גרינגע גוטע וועג זיך ארויסצוזעהן שנעל פון די איבערוואגיגקייט פלאנטער. א חבר מיינע צו וועם איך האב גערעדט האט מיר פארציילט ווי ער פלעגט עס נעמען פאר א שטיק צייט, אבער האט געמוזט אויפהערן וויבאלד עס האט אים אפט געברעגט צו ברעכן.
וואס ארבעט פאר איינעם אשרי לו, פאר א געוואלד יודן ואני הקטן בתוכם איז אזעמפיק א מתנה ורפואה פון הימל, ווי אנטיביאטיק בשעתו.
בעיקר אז עס איז לכתחילה דעוועלאפד און עפראווד פאר weight loss און עס איז זייער אלט, וואס דאס מיינט אז עס איז דא א קלארערע בילד אויף לאנג טערמיניגע עפעקטס.
נאכאמאל, אויב דיין דאקטער זאגט דיר אז אזעמפיק איז די ריכטיגע סאלושן פאר דיר, און דו קענסט זיך ערלויבן די הויעכע פרייז, זיכער גיי מיט דעם, איך זאג פשוט אז phentermine האט ממש געטוישט מיין לעבן. פארלוירן איבער 50 פונט קע״ה
היינט בין איך סטאביל צווישן 165/175 געלויבט דער פון אויבן!