אינטערסאנטע איד האט געשריבן:
אפילו מען גייט נישט אליגעל און מען פארט נאר ביז די צוויי גאנצע ליינס, און הארט פארדעם דרייט מען זיך צוריק און די געהעריגע לעין, איז דאס אויך שנעלער ווי די גאסן, מציאות! כך אני נוהג טאג טעגליך!
גא"מ
און צו הרב פאסט טרעגער: די העצע קעגן די היטש נעמער איז נישט עקסעפטעד.
ח''ו איך בין נישט מזלזל און די היטש נעמער איך האב נאר געגעבן די שנעלסטע וועג, מיט א עצה טובה אז אויב פלאנט מען נישט צו געבן קיין היטש זאל מען בכלל נישט פארן יענע זייט
דיסקלעימער! איך געב אויך היטשע'ס, אבער די אייבערשטער האט מיר אזוי אויסגעשטעלט אז מיין קאר איז מיין צווייטן אפיס און אלע פאוין קאלס וואס איך וויל מאכן לייג איך אוועק פאר ווען איך וועל זיין און קאר, ממילא קומט מיר רובמאל נישט אויס צו געבן א היטש, און פאר אין מיר מיין סיטואציע לוינט זיך נישט צופארן אויף יענעם לעין
א אינטערסאנטע טויש - האפענטליך צום גוטן - האב איך אויפגעפאסט ווען איך בין געפארן היינט אויפן בי קיו אי וויליאמסבורג באוינד
איך בין געפארן אויפען גאוואנעס עקפרעסוועי אויפען דריטען לעין פון רעכטס - כדרכי וכן היו נוהגים חסידים ואנשי מעשה בדורות האחרונים כידיע ליודעי ח''ן - דארט ווי עס איז דא די באקאנטע פרשת דרכים ווי עס ווערט צוטיילט די לינקע צוויי לעינס - וואס פארן אריין און די יודזש על קערי טונעל - און די רעכטע צוויי לעינס וואס פארן אריין אונעם בי קיו אי אויפן וועג קיין וויליאמסבורג
איך האלט א אויג אויפן ראויד צו זעהן ווי עס זענען די צוויי סאליד ווייסע ליינס וואס צושיידען די צוויי וועגן - וואס סוף פון די ליינס פלעגן מיר זיך געווענדליך אריינרוקען אונעם צווייטען לעין פון רעכטס כמקובל לנו - והילד איננו
די שטאטישע טאטעס האבן איינגעזען צו מאכען אינזער אויסגעטרעטענע שארטקאט פאר א אפיציעלע וועג
פון היינט און ווייטער קען מען דורך די רעכטע דריי לעינס אנקומען צום בי קיו אי.....
בלייבט נאר איבער צו זעהן ווען די חברה וועלן כאפן אז מען קען מאכן די ברייטע שאוילדערס נאכן עטלענטיק עוו עקזיט פאר א אפישעל לעין.....