אידישע ספעל-טשעקער. הלכה למעשה?
איך האב געטראכט א רעיון ווי אזוי צו מאכן א אידישע ספעל טשעקער, אפשר קען עס איינער ברענגען ווייטער.
די געדאנק איז צו עפענען א קראם עקסטענשאן, וואו יעדע אפענע טעקסט וואס מען טייפט זאל ווערן אונטערגעשטרייכט רויט, חוץ אויב דער ווארט געפינט זיך שוין אין די דאטא-באזע. די איינגעשריבענע מבינים וועלן קענען באשטעטיגן ווערטער און צולייגן צום באזע דורך א פשוטע רייט-קליק, און באשטעטיג. (און אלעס וועט דארפן דורכגיין דער מומחה גרשונ'ס ענדגילטיגע באשטעטיגונג).
ווי מער מענטשן וועלן ארבעטן דערויף אלס שנעלער וועט זיך די סיסטעם אנפילן, און די ארבעט איז נישט באלעסטיגט ווייל מען ארבעט נישט ספעציעל פאר דעם, עס איז נאר אגב בשעת'ן שרייבן. אז מען זעט א גוטע ווארט איז נאך רויט גיבט מען דאס א לייג צו.
אויב איינער איז אין די גיסטע צו שנעלער רוקן די זאך קען ער עפענען סיי וועלכע לאנגע פייל אויף גוגל-דאקס און באשטעטיגן ווערטער אין די מאסן, אדער גאר ציטירן א לאנגע תגובה אויף אייוועלט און אזוי ארבעטן...
נאר איין הערה, אז א שטרעכל דארף גערעכנט ווערן פאר א אות, נישט ווי די עברית'שע ספעל-טשעקער אויף גוגל, וואס צוטיילט דעם ווארט פאר און נאך דעם שטרייך.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.