אמעריקאנער סעקרעטאַר בלינקען: צפון קארעא האט בערך 8 טויזנט טרופן אין די רוסישע קורסק גובערניע נעבן די אוקריינער גרעניץ. מיר האבן דערווייל נאכנישט געזען זיי זאלן אנטיילנעמען אין די שלאכטן אבער עס וועט ווארשיינליך פאסירן אין די קומענדיגע טעג.
בלינקען זאגט אויך אז אמעריקע וועט מעלדן איבער א פרישע הילפס פעקל אין די קומענדיגע טעג.
אמעריקאנער סעקרעטאַר בלינקען: צפון קארעא האט בערך 8 טויזנט טרופן אין די רוסישע קורסק גובערניע נעבן די אוקריינער גרעניץ. מיר האבן דערווייל נאכנישט געזען זיי זאלן אנטיילנעמען אין די שלאכטן אבער עס וועט ווארשיינליך פאסירן אין די קומענדיגע טעג.
בלינקען זאגט אויך אז אמעריקע וועט מעלדן איבער א פרישע הילפס פעקל אין די קומענדיגע טעג. 20241031_144315.jpg
לויט רויטערס טוען די אוקריינער זיך באנוצן מיט AI טעכנלאגיע אויף דראונס , די ראטע פון סוקסעס פאר אזעלכע דראונס צו אטאקירן די צילן איז ארום 80 פראצענט, אנדערע נישט AI געפירטע דראונס האבן גאר א נידריגע פראצענט פון ארום 10 ביז 50 פראצענט סוקסעס.
די אוקריינישע פראפאגאנדע מאשין פובלעצירט בילדער פון געפאלענע זעלנער פון צפון קארעא, אויך עפעס ווידיאוס פון צפון קארעא זעלנער ווי זיי זאגן אז זיי האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן געגעסן פלייש...
אבער אלעס זעט אויס צו זיין פיינע געבעקסן, אן קיין נאנטע קשר צום ריאליטעט.
טייוואן וועלכע איז געווען פון די גרעסטע סופלייערס פאר רוסלאנד פון מאשינערי טולס, האט אינגאנצן אויפגעהערט צו שיקן ארדערס קיין רוסלאנד, צוליב וואס זיי נוצן עס צו בויען וואפן פאר זייער מלחמה אין אוקריינע.