נעכטן נאכט ביי די רוסישע שאהיד דראון אטאקע אויף קיעוו איז איינע פון די דראונס געפאלן צו אריינגעזעצט אויף א האטעל ווי די Estonia אמבאסאדאר האט זיך געפונען.
מעיזשער גענעראל Dmitry Marchenko פון די אוקריינע מיליטער האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט נאך געזונטהייט פראבלעמען, די גענעראל איז געווען באוויסט אנהייב קריג מיטן צוריקהאלטן די רוסן פון קענען איינעמען די געגנטער נעבן קיעוו.
Bryan Lanza פון די טראמפ טיעם זאגט אז טראמפ וועט צילן צו האבן א שלום אפמאך אנשטאט צילן אז אוקריינע זאל צוריקבאקומען אירע שטחים, די טיעם האט זיך שפעטער אפגעשאקלט פון Lanza'ס ווערטער.