ציטיר
8
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך טשאדעלע באדעלע
»
מאנטאג אפריל 05, 2021 6:30 pm
טראמפ האט געהאט פוטין אין די לינקע פיאה. ווען פוטין האט געסטראשעט אז אויב וועט אמעריקא שיסן אויף סיריע (ביי זייער כעמישע וואפן אטאקע), גייט רוסלאנד צוריק שיסן. אמעריקא האט דאן באהאגלט סיריע מיט 59 קרוז מיסלס. אמעריקא האט אויך עלימאנירט רוסלאנד׳ס עליי׳ס, איראנס הויפט גענעראל קאסאם סולעמאני. מ׳האט נישט באקומען פון פוטין קיין קיצל. פאקערט, זיי זענען דאן געווארן א דעקלעראציע לאנד.. פארדאמט אמעריקא.. אזוי ווי די פארלוירענע דעקלעראציעס וואס איז ארויס פון וואשינגטאן ביז טראמפ׳ס ערע.. זיי האבן געציטערט צו גיין א טרעפל ווייטער פון א פארדאמונג. די רובל האט געטראסעקט צו נול, אדאנק גאר שטייפע אמעריקאנע סאנקציע. און אויל פראדוקציע, וואס טראמפ האט דירעקט געטאן וועגן דעם. אבער יא. טראמפ איז געווען מיט פוטין אויף איין בלאט לגבי צוריק ברענגן שטילקייט אין סיריע, אז די מהלך צו דעם (און דערמיט באזיגן אייסיס) איז נאר דורך לאזן באשאר אסאד צוריקכאפן זיין בענקל. וכך הוי. אבאמא האט מיט זיין שיקן וואפן פאר סיריע רעבעלן פלעין ענד סימפל פארשלעפט און אויסגעשפרייט די ציווילע קריג, און דערמיט איבערגעמאכט די טעות וואס בוש האט געטאן אין איראק. פרידאם איז נישט א פראדוקט וואס פארקויפט זיך אין מיטל מזרח, נישט קיין נפק״מ וויזוי נאר מ׳זאל עס דיסטריביוטן. מ׳האט דאס איינגעזעהן אין איראק, ליביע, שיער נישט אין אפגאניסטאן, און נאכמער אין סיריע. די איינציגסטע זאך ווי אמעריקא מיז - אלטס וועלטמאכט אריינשטעקן די נאז אין מיטל מזרח (כ׳רעד אפילו לויט די רענד פאול ריפאבליקענס) איז ווען א דיקטאטור ניצט כעמישע וואפן, אדער א אדערע מאסן פארניכטיגונג וואפן אויף ציווילע. און דאס איז נישט צוליב סיוויל רייטס, און פרידאם פראפאגאנדע, נאר אלטס ״נעווער פארגעט״.. WWII וכן איז אין אזיע, לגבי כינע און נארט קאריע. ס׳איז דא נאך א פאל ווען אמעריקא מיז זיך אריינשטעקן די נאז, און דאס איז לאו דוקא נוגע מיטל מזרח, און דאס איז ווען א עליי, (ספעציעל א נאטאו עליטע לאנד) ווערט אטאקירט. און וועגן דעם איז טייוואן א אויסנאם (צום האפן עס וועט נישט פאסירן..) דאס וואס איך שרייב איז כמעט נישט קיין פאליטישע מיינונג, ס׳איז מער ווייניגער אנגענומען ביי ביידע פארטייען. און הכל מודים אז אבאמא׳ס אויסערן פאלאסיס איז געווען א דורכפאל מיסודו. אנגעהויבן מיט זיינע רויטע ליניעס, די מיטל מזרח געשפרעכן, פון סיריע ביז קריימיע וואס פוטין האט איינגענומען. וואס גייט זיין יעצט? הו קנאוס.
!!!NEVER SURRENDER