רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
לויט אמעריקאנע מיליטערישע פערסענאלן ווערט געשאצט אז אזויפיל ווי 4 טויזענט רוסישע טרופן זענען אנגעקומען צום אוקריינע גרעניץ אין די לעצטערע טעג, צוזאמען מיט הונדערטער מיליטערישע טרעקלעך, טאנקן און ארטילערי.
די אנגעצויגענע מצב איז געהעכערט געווארן ביי די אמעריקאנע מיליטערישע קאמענד אין אייראפע, פון ״מעגליכע קריזיס״ צו ״פאטענציאלע און נאנטע קריזיס״. און לויט א סיניער קאמענדיר איז דאס מעגליכע א טעסט פון פוטין אויף די פריש אריינגעקומענע ביידען אדמיניסטראציע, צו זעהן אויב זענען זיי דערביי צו האלטן זייערע שונאים פאראנטפארטליך, אדער זענען זיי א אדמיניסטראציע פאר דעקלעראציעס און רויטע ליניעס, ענליך צו ביידענס פריעדיגע בעה״ב אבאמא, וועלכע האט ווי געשאנקן פאר פוטין דעם קריימיע האלב אינזל אויף א גאלדענעם טאץ.
אין א זייטיגע נאטיץ, אויב איז דאס די קעיס, האט מען אויך געהערט לעצטיגע גריסן פון דעם קליינער גראבער אין צפון קאריע, וואס האט אין די לעצטע פאר וואכן שוין אדורכגעפירט עטליכע מיסל ארויסשיסן, אזוי אויך איז באריכטעט געווארן פרישע טעטיגקייטן ביי איינע פון זייערע נוקליערע בונדלעך פאבריקן, וואס איז לויט עקספערטן א אנדייטונג אז זיי ווילן אויספראבירן דעם אמעריקאנער זקן.
ווידיאו צייגט רוסישע מיליטערישע טראנספארטן אויפן וועג צום אוקריינע גרעניץ.
https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgUwxKhGKwRbsSO3_