די אייראפעאישע פאראיין האט געגרייכט אן אפמאך צו נוצן פראפיטן פון פארפרוירענע רוסישע נכסים לטובת אוקריינע. די רעדע איז פון ארום 4 און אהאלב ביליאן פונט. מיט די פלאן צו קענען שיקן ביז עטליכע חדשים.
לויטן פלאן וועט די ערשטע טשעק ווערן געשיקט אום יולי, 90 פראצענט פון די געלטער וועט גיין איינצוקויפן וואפן פאר אוקריינע און די איבריגע 10 פראצענט וועט גיין צום ווידער אויפבוי פראיעקטן איבער אוקריינע.
רוסישע (?) קוועלער זאגן אז עטקאמס מיסילס האבן געצילט א רוסישע Project 22800 Karakurt class שיף גערופן Tsiklon, די שיף האט געזינקן, 6 מאנשאפט זענען טויט און אנדערע 11 פארוואונדעט.
אויב אמת איז דאס די צווייטע רוסישע שיף אין איין טאג צו ווערן געצילט דורך אוקריינע פייער, אדער איז עס די זעלבע ווי פריער און סאיז באשטעטיגט צו זיין די Tsiklon און נישט די אנדערע.
c5c64e49a8fc3bf5.jpg
סעטעלייט בילדער באשטעטיגט אז די Tsiklon (און מעגליך די אנדערע שיף אויך) האט געזינקן, א אונטערוואסער רעטונגס שיף איז געזען געווארן נעבן די Tsiklon לאקאציע.
א סוקסעספעלע אונליין נייעס פובליקאציע זוכט א ענערגישע פארט-טיים סעילסמאן פאר עדס אין די מאנסי אומגעגנט גוט באצאלט פאר די פאסיגע קאנדידאט.
די לעצטע פאר טאג נאך די רוסישע אנגריף אין כארקאוו האבן די רוסן פרובירט עטוואס גרעסערע אנגריפן אויף אנדערע פראנטן. מיט מער עקוויפמענט ווי די וואכן און חדשים בעפאר.
עס שיינט ווי די קאמף פאר כאסיוו יאר האט זיך אנגעהויבן. די רוסן האבן פרובירט צו שטורעמען די מייקרא קאנאל דיסטריקט פון טשאסיוו יאר (די קליינע טייל שטעט רעכטס. אינדערמיט שטאט לויפט דורך א קאנאל)
די אוקריינער האבן אפגעשלאגן די אנגריף 20240521_090124.jpg
דיעפ-סטעיט מאפעס באשטעטיגט אז די רוסן זענען אריין אנהייב טשאסיוו יאר אינעם קאנאל מייקרא דיסטריקט.
בריטישער קריגס מיניסטער שאפס זאגט אז די ענגלישע און אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האבן באווייז אז כינע שטעלט צו/גרייט זיך צו צושטעלן טויטליכע וואפן פאר רוסלאנד אין זייער קריג קעגן אוקריינע.