נאך די סטראשונקעס פון פוטין איבער לאנגשטרעקיגע מערב וואפן צילן אין רוסלאנד סומאטאכע, זאגט קירבי: עס קומט נישט קיין רשות טויש פון אמעריקע, אלעס בלייבט ביים אלטן. ווידעראום פינלאנד און שוועדן האבן זיך געלאזט הערן זיין געבן יא רשות צו צילן מיט זייערע וואפן אין רוסלאנד.
זעלענסקי באשטעטיגט עס מיט אן אינטערוויו מיט CNN, אז אמעריקא געט אים נישט קיין רשות צו נוצן די לאנג שטרעקיגע מיסילס אין רוסלאנד.
סולעווין זאגט היינט: שפעטער אין חודש וועט ביידן דיסקוטירן -דער לאנגשטרעקיגע וואפן געשיסאכץ- מיט זעלענסקי, ווי אויך איבער א פרישע באדייטענע וואפן-הילפס-פעקל חלוקה וואס אוקריינע וועט ערהאלטן בקרוב, ביידען איז אויך זייער נייגעריג צו הערן פון א שלום פלאן וואס זעלענסקי זאגט ער וועט פרעזענטירן ביים דיסקוסיע.
לאמיר כאפן א בליק אויף די אוקריינישע האנט געמאכטע וואפן וואס זיי שיסן לעצטנס פון די FPV דראונס אויף רוסישע פאזיציעס, עס אנטהאלט
גאזאלין
אצעטאן קעמיקאל
מאטאר אויל
מאגנעזיום
די צוזאמשטעל דערפון ברענגט, אז די פייער וואס שאפט זיך פון די אויפרייס קען נישט ווערן פארלאשן דורך וואסער, נאר מוז ווערן באדעקט מיט ערד וכדומה צו ווערן דעשטיקט.
די רוסן האבן צוזאמגענומען ארום 20,000 צו 30,000 סאלדאטן (אנדערע זאגן מער) כדי ארויסצושטויסן די אוקריינער פון קורסק, די קאנטער אטאקע האט זיך אנגעהויבן אינמיטן AUG נעבן קארנאווע אבער איז פאריגע וואך געווארן שטערקער, די רוסן פראבירן אפצוהאקן די אוקריינער נעבן סענגאוסט כדי די רוסישע סאלדאטן אויף די אנדערע זייט סיום טייך (Glushkovo ) זאלן נישט זיין ארומגענומען און זיך קענען באפרייען.
GXh60PdWMAEY5lq.jpg (182.2 KiB) געזען 5968 מאל
יעצט נאכן אנהייבן זייער קאנטער אטאקע אויף א גרעסערע פארנעם און האבן באוויזן צוריקצונעמען סענגאוסט און די דערפלעך ארום האבן די אוקריינער געעפענט א פרישע קאנטער-קאנטער אטאקע ווי זיי צילן צו קומען גלייך קיין Glushkovo און וועלן קומען פון דארט צוריק קיין סענגאוסט און ארומנעמען די רוסן פון דארט.
ביזדערווייל איז די קאנטער קאנטער אטאקע עטוואס סוקסעספול ווי די אוקריינער זענען שוין אויסגעשפרייט ארום 10 ק"מ אין די ברייט און 4 ק"מ טיף זיי האבן לויט די רוסן פארכאפט Veseloye און שפרייטן זיך אויס אין די ברייט און גייען ארויף ביז Glushkovo, העמיר דארפן זעהן אויב עס וועט זיין סוקסעספול.
באדענאוו פון אוקריינע זאגט אז די רוסן ווילן ענדיגן די מלחמה ביז סוף 2025 אדער אנהייב 2026 צוליב וואס די שוואכע עקנאמיע וועט אנהייבן צו היטן אויף א שטארקע פארנעם אינמיטן 2025, אויך זאגט ער אז מאבילזאציע אין רוסלאנד וועט ווערן שוואכער.
נאך זאגט ער אז די רוסישע פראדוקציע פאר Iskander מיסילס איז ארויף מיט מאסיווע נאמבערס, ער וויל נישט אנשרעקן.
אין דעם 9'טן פון סעפטעמבער, 10:30 פארמיטאג האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע פון 3 טאנקן און 6 במד''ס פון די רוסישע 106'סטע עירבורן דיוויזיע, צום שטעטל קארענעווע אין מיט דעם אנגעהויבן די קאנטער אפענסיווע אין קורסק, מיטן דורכברעכן די אוקריינישע כוחות, ביז די שטעטל סנאגאסט.
דארט האט די גרופע זיך צוטיילט אין דריי, און אנגעהאלטן די קאנטראל אויף די שטאט, נאך וואס קיין גרויסע ווידערשטאנד האבן זיי נישט באגעגנט, און זיי האבן געווארט דריי טעג ביז די גרויסע כוחות פון ריאינפארסמענט זענען אנגעקומען.
נאך די סטראשונקעס פון פוטין איבער לאנגשטרעקיגע מערב וואפן צילן אין רוסלאנד סומאטאכע, זאגט קירבי: עס קומט נישט קיין רשות טויש פון אמעריקע, אלעס בלייבט ביים אלטן. ווידעראום פינלאנד און שוועדן האבן זיך געלאזט הערן זיין געבן יא רשות צו צילן מיט זייערע וואפן אין רוסלאנד.
זעלענסקי באשטעטיגט עס מיט אן אינטערוויו מיט CNN, אז אמעריקא געט אים נישט קיין רשות צו נוצן די לאנג שטרעקיגע מיסילס אין רוסלאנד.
ביז ווילאנג ער צייגט א פלאן פאר א זיג.
זעלענסקי זאגט אז ער גרייט צו א זיג פלאן צו פרעזענטירן פאר אירע אליאירטע לענדער קומענדיגע וואך.
"די נקודות פון די זיג פלאן איז שוין מער ווי 90 פראצענט גרייט".
פוילן זאגט אז זיי האבן נאכנישט באקומען גענוג סאלדאטן פון אוקריינע אנצופילן זייער בריגאדע פון אוקריינער וואס לערנען זיך אין אנדערע לענדער. אנדערע לענדער זאגן אויך אז אוקריינע האט נאכנישט געשיקט די סאלדאטן ווי געפלאנט.