נקדימוןהאט געשריבן:↑מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:53 am
נאך וואס די אוקריינער האבן נעכטן אקופירט אפאנאסאווקע אבוכאווקע און סנאגאסט זענען אוקריינער פאזיציעס געזען געווארן אין די קומענדיגע שטעטל ווישנעווקע
קורסק
די רוסן האבן די וואך ווי באריכטעט דורך אנדערע דורכגעפירט א קאנטער אטאקע מערב זייט פון ווי די אוקריינער האבן פארכאפט שטחים אין רוסישן קורסק גובערניע.
דיעפ-סטעיט מאפעס באשטעטיגט אז די רוסן האבן צוריק גענומען בערך 100 סקווער קילאמעטער נעמענדיג קאנטראל פון די שטעטלעך קאמארווקע, סנאגאסט (רויטע עראו), אפאנאסאווקע, ווישנעווקע, קראסנאקטסאבירסקע (און קליין קאריניווע).
אזוי אויך זענען רוסישע קרעפטן געזען געווארן אין אבוכאווקע.
די אוקריינער האבן געמאכט פרישע פארשריט צפון זייט אין קורסק וואס האט געשניטן די נעט רוסישע פארשריט צו ארום 90 סקווער קילאמעטער באפרייט. 20240914_212558.jpg
די אוקריינער האבן פארלוירן פאזיציעס ארום אבוכאווקע אין קורסק גובערניע. אראפנעמענדיג ארום 25 סקווער קילאמעטער פון אוקריינער קאנטראל.
זעלנער פון די אוקריינער אזאוו בריגאדע האבן פארכאפט 3 רוסישע זעלנער. די אזאוויסטן האבן זיך אנגעטראפן מיט די רוסישע זעלנער אויפן פראנט און זיך פארגעשטעלט אלץ רוסן. די אייז האט זיך אביסל אויפגעלאזט און גאנץ שנעל האבן די 3 רוסן געכאפט אז זיי זענען אריינגעפאלן אין א פאסטקע. זיי זענען אפגעפירט געווארן אין געפענגעניש.
אוקריינע סאלדאטן מיט די הילף פון ארמערד טרעקלעך האבן אנגעהויבן פון פריש צו אטאקירן די רוסישע פאזיציעס רעכטס פון Veseloe און פראבירן איבערצוהיפן די שטעטל.
די אוקריינישע אטאקעס נעבן Medvezh גייט ווייטער אן לויט דראון ווידיאוס.
די רוסן באריכטן אז די אוקריינער האבן באוויזן דורכצוברעכן די דעפענס ליניעס נעבן Novyi Put גרעניץ פונקט, לויט זיי צילן די אוקריינער קיין Veseloe, קוקט אויס ווי זיי ווילן צוטיילן יענע זייט סיום טייך אין צוויי אדער ווילן זיי קומען פון אונטן קעגן די רוסן וואס פירן דורך קאנטער אפענסיווע אפעראציעס נעבן סעגאוסט.
Screenshot 2024-09-12 150126.jpg
ביים דורכברעכן די דרעגאן ציינער (מערק די פארלאזטע אוקריינע טאנק).
נאטא סעקרעטאר Stoltenberg זאגט אז רוסלאנד איז שולדיג אין די צופאלענע נאט"א - רוסלאנד געשפרעכן, לויט אים דארפן די לענדער ספענדן מער געלטער פאר דעפענס וויבאלד די יעצטיגע סכום פון 2 פראצענט איז ווייניג, און די מינסק אפמאך האט נישט צוגעברענגט צו שלום, א חלק פון פרישע שלום אפמאכן ברויך אריינעמען מער מיליטערישע הילף פאר אוקריינע.