באקאנטע אוקריינישע סאלדאט וואס איז יעצט ביי די כארקאוו שלאכטן זאגט אז זיי האבן געדארפט ארויסראטעווען צווילע איינוואוינער פון זייערע הייזער בשעתן צוגרייטן נאכטמאל, אויך זאגט ער אז זעלענסקי'ס ווערטער איבער האבן גענוג וואפן איז נישט אמת, זיי קענען טאקע פייערן אויף די רוסן אבער איז נישט גענוג ווען די רוסן קענען פייערן 6 שעלס אויפאמאל.
בנוגע די רוסישע עקוויפמענט רעדט ער זיך אפ אז די רוסן פלאצירן זייערע קאנאנען אין Belgorod וואס איז נישט אין די אוקריינישע רעינטש און די אוקריינער קענען נישט גארנישט טוהן דערצו צוליב די אמעריקאנע פאלעסי פון נישט נוצן די היימארס אויף רוסישע טעריטאריע, לויט אים און אנדערע איז דאס א גרויסע שטער און קענען אפשטעלן די רוסן ביים כארקאוו פראנט.
עסטאניע פירער זאגט אז נאט"א לענדער דארפן נישט מורא האבן אז שיקן זייערע סאלדאטן אין אוקריינע צו טרענירן די אוקריינער, וועט זיי אריינשטעלן אין א דירעקטע קאמף מיט רוסלאנד.
א סוקסעספעלע אונליין נייעס פובליקאציע זוכט א ענערגישע פארט-טיים סעילסמאן פאר עדס אין די מאנסי אומגעגנט גוט באצאלט פאר די פאסיגע קאנדידאט.