דיני ומנהגי בין המצרים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אפגערעדט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:42 pm
אפגערעדט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:36 pm
כן מובא במשנה ברורה
כדארף נאר טרעפן די פונקטליכע אדרעס
תקנב סקי"ח
גאנץ א קנאפע ראי'.

אדרבה, דארט שטייט אז נישט זיצן אויף א בענקל איז די זעלבע זמן ווי אויסטון שיך.
איך גלייב אז יעדער טיט אויס די שיך ביים שקיעה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אפגערעדט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:43 pm
עיין שם...
ער זאגט נישט ביז ווען
◄ ווייז ספוילער
(יח) ואין צריך לחלוץ – דאין אבילות נוהג עד הלילה. ומטעם זה מותר לישב אחר הסעודה על הספסל:
אוועטאר
אפגערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

דריידל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:45 pm
אפגערעדט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:42 pm
אפגערעדט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:36 pm
כן מובא במשנה ברורה
כדארף נאר טרעפן די פונקטליכע אדרעס
תקנב סקי"ח
גאנץ א קנאפע ראי'.

אדרבה, דארט שטייט אז נישט זיצן אויף א בענקל איז די זעלבע זמן ווי אויסטון שיך.
איך גלייב אז יעדער טיט אויס די שיך ביים שקיעה
למעשה שיך שטייט אין תקנג סעיף ב אז מטוט עס אויס פאר ברכו, און אין משנה ברורה שטייט דארט אז מזאל עס אויסטון פאר בין השמשות (נישט שקיעה וואס אין שוע הייסט בין השמשות נאר לכאורה מיינט עס די ריכטיגע ביהשמ)
אוועטאר
אפגערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

אפגערעדט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:56 pm

ה) קודם שיאמר ברכו – ר״ל דאף שמנהגם היה להתפלל מעריב מבע״י מ״מ לאחר ברכו הוא בכלל לילה לענין זה ובמהרי״ל כתב דיש לחלוץ מנעלים קודם שהולכין לביה״כ. ועכ״פ יראה לחולצם קודם ביה״ש:
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:31 pm
דריידל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:24 pm
פאר די וועלכע פירן זיך אלעס ווי שיטת ר"ת, פון ווען זיצט מען נישט אויף א בענקל? פון די שקיעה?

קלארע מקור ביטע, הלכה למעשה.

איך וואלט געזאגט, נאר פון צאה"כ, אבער כ'האב נישט קיין מקור.
לכאורה פון בין השמשות
געזען ברענגען אין א קונטרס פון א מלקט אז ביז ר"ת קען מען זיצן געהעריג, ער צייכנט צו צום מג"א אז ס'איז א מנהגא בעלמא און נאר נוגע בלילה ממש פונקט ווי ביום נאר ביז חצות, משא"כ די שוך וואס איז מעיקר הדין.

(אגב, לרמ"א עד אחר קינות אפי' קודם חצות, ולא נוהגין כן)
נחמן הצדיק
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2024 3:03 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן הצדיק »

ביז ווען דארף מען זיין אין ביהמ"ד מארגען?
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 9:00 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:31 pm
דריידל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:24 pm
פאר די וועלכע פירן זיך אלעס ווי שיטת ר"ת, פון ווען זיצט מען נישט אויף א בענקל? פון די שקיעה?

קלארע מקור ביטע, הלכה למעשה.

איך וואלט געזאגט, נאר פון צאה"כ, אבער כ'האב נישט קיין מקור.
לכאורה פון בין השמשות
געזען ברענגען אין א קונטרס פון א מלקט אז ביז ר"ת קען מען זיצן געהעריג, ער צייכנט צו צום מג"א אז ס'איז א מנהגא בעלמא און נאר נוגע בלילה ממש פונקט ווי ביום נאר ביז חצות, משא"כ די שוך וואס איז מעיקר הדין.

(אגב, לרמ"א עד אחר קינות אפי' קודם חצות, ולא נוהגין כן)
וועלכע מג״א ?
פיקליש
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

איז דא א ענין צי זיצן בשעת'ן קינות?
אוועטאר
אפגערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

נחמן הצדיק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 9:04 pm
ביז ווען דארף מען זיין אין ביהמ"ד מארגען?
תקנ"ט סעיף ג רמ"א עד מעט קודם חצות
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

וועגן רויכערן ווייסט איינער צו זאגן?
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

שווארמאל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 10:34 pm
וועגן רויכערן ווייסט איינער צו זאגן?
שווערע מבוכה, אויב עפעס נאר נאך חצות בצנעא.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 10:51 pm
שווארמאל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 10:34 pm
וועגן רויכערן ווייסט איינער צו זאגן?
שווערע מבוכה, אויב עפעס נאר נאך חצות בצנעא.
ווי הארב איז דאס? כ'זע מענטשן נעמען דאס פאר גרינג, יעצט נאך איכה האב איך געזען עטליכע אינגעלייט רייכערן (נישט צוזאמען) בצנעא.
אוועטאר
טוב לי תורת פיך
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לי תורת פיך »

מעג מען ליינען סתם זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט דער חורבן מארגן נאך חצות?
זיסער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

טוב לי תורת פיך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:04 pm
מעג מען ליינען סתם זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט דער חורבן מארגן נאך חצות?
כמיין אז יא
נאר מיט תפלה קומט מען אן צו אלעס !
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

טוב לי תורת פיך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:04 pm
מעג מען ליינען סתם זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט דער חורבן מארגן נאך חצות?
ניין
אוועטאר
טוב לי תורת פיך
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לי תורת פיך »

מקור
אנעקדאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:20 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעקדאט »

טוב לי תורת פיך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:04 pm
מעג מען ליינען סתם זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט דער חורבן מארגן נאך חצות?
יעדע דיין פסק'נט אנדערש.
א שטארק אנגענומענע מהלך איז אז מ'מעג, אבער מ'זאל זיכער מאכן זיך נישט צו פארטיפן צופיל כדי נישט צו מסיח דעת זיין פון די אבילות
אטעטשמענטס
קובץ הלכות לימי ביהמצ ריד הארפענעס.pdf
(29.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 7 מאל
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

טוב לי תורת פיך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:43 pm
מקור
משנה ברורה סימן תקנד ס"ק א
ואסור לקרות בתורה וכו' – ואסור בכל אלו הדברים כל היום, ואפילו בין השמשות, עד צאת הכוכבים.
אנעקדאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:20 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעקדאט »

אדמדם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:48 pm
טוב לי תורת פיך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:43 pm
מקור
משנה ברורה סימן תקנד ס"ק א
ואסור לקרות בתורה וכו' – ואסור בכל אלו הדברים כל היום, ואפילו בין השמשות, עד צאת הכוכבים.
די משנ"ב גייט ארויף אויפן מחבר וואס רעדט פון 'לערנען' וואס איז אסור אלס 'פקודי ה' ישרים משמחי לב', די רעדע דא ביי אונז איז איבער 'ליינען' וואס איז נאר א פראבלעם אלס 'היסח הדעת' פון חורבן.
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

ס''ק מ''ט
כל העושה מלאכה וכו' – היינו אפילו במקום שנהגו לעשות, ואפילו לאחר חצות. וכו' כדי שלא יסיח דעתו מן האבילות:
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

בן יוסף האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:04 am
אדמדם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:03 am
ס''ק מ''ט
כל העושה מלאכה וכו' – היינו אפילו במקום שנהגו לעשות, ואפילו לאחר חצות. וכו' לא ימשוך בעסקיוכדי שלא יסיח דעתו מן האבילות:
נא וואס זעהט מען דא?
אז די איסור פון היסח הדעת גייט אן אויך אחר חצות
אנעקדאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:20 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעקדאט »

אדמדם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:06 am
בן יוסף האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:04 am
אדמדם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:03 am
ס''ק מ''ט
כל העושה מלאכה וכו' – היינו אפילו במקום שנהגו לעשות, ואפילו לאחר חצות. וכו' כדי שלא יסיח דעתו מן האבילות:
נא וואס זעהט מען דא?
אז די איסור פון היסח הדעת גייט אן אויך אחר חצות
האמיר שוין דערמאט אז כהוראת כמה רבנים האט נישט ליינען ממש די זעלבע דין פון א מלאכה
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פיקליש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 9:20 pm
איז דא א ענין צי זיצן בשעת'ן קינות?
אין פסקי תשובות האב איך געזעהן ברענגען יש אומרים אז יא.
אין דרחו"ש שטייט אז די מנח"א איז געזעצן אפילו ביי אלי ציון.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:10 am
פיקליש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 9:20 pm
איז דא א ענין צי זיצן בשעת'ן קינות?
אין פסקי תשובות האב איך געזעהן ברענגען יש אומרים אז יא.
אין דרחו"ש שטייט אז די מנח"א איז געזעצן אפילו ביי אלי ציון.
איז בכלל דא א מקור אויף זיך אויפשטעלן צו אֶלִי ציון? בפשטות איז קינות געמאכט צו זאגן זיצנדיג, קוקט אויס די וועלט מיינט אז אֶלִי ציון איז די שמע קולינו פון קינות
זמנים
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

ס'איז דא אידען וואס גייען אין מקוה מוצאי ט"ב פאר קידוש לבנה, אנדערע זענען מקדים שוין צו גיין גלייך ביים זמן און דאווענען מעריב נאך די מקוה. מ'זעט אבער אויך אסאך אידען גייען שוין בין השמשות, און זיי זאגען אז די טעם איז כדי נישט פארפעלן קיין איין טאג פון גיין אין מקוה.

אבער לכאורה איז עס שווער צו פארשטיין, ווייל די עינוים גייען אן ביז צאה"כ, און אויב די מנהג איז אז מ'גייט נישט ת"ב אין מקוה, וואלט מען אויך נישט געדארפט גיין בין השמשות. און אפילו אויב מ'זאל מפלפל זיין אז בעצם איז עס נישט קיין רחיצה של תענוג, און מ'וואלט געמעגט גיין צופרי, און הגם למעשה גייט מען נישט איז אבער בין השמשות לייכטער וכו', איז אבער דא איז עס א תרתי דסתרי, ווייל אויב ס'איז נאך טאג, מעג מען נישט גיין, און אויב עס איז שוין נאכט, האט מען גארנישט פון גיין פאר די טאג און מ'קען שוין ווארטען אויף צאה"כ (כמ"ש הקרבן נתנאל לגבי טבילה בחמין ער"ש בין השמשות).

למעשה האב איך געזען אין שו"ת חיי הלוי, אז הרה"ק מסקווירא פלעגט טאקע גיין איז מקוה נאך צאה"כ, נאר ער האט נישט מוחה געווען אויב מ'איז געגאנגען פריער אין מקוה. עכ"פ לפי"ז איז טאקע נישט דא קיין ספעציעלע ענין צו גיין מבע"י. (און איך וויל נאר צולייגען אז ווען הרה"ק מסקווירא האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, האט מען קוים געהאלטען מוצאי שבת כשיטת ר"ת, און אויף דעם האט ער אויך נישט מוחה געווען).

עכ"פ אויב איינער ווייסט פון נאך א מקור אז ס'איז דא א ענין צו אריינכאפען צו גיין אין מקוה בין השמשות, זאל ביטע צוצייכענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”